בלאט 4 פון 4

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:08 pm
דורך פרנס החודש
זייער שלעכט געשריבן. זיי לייגן דארט א בילד פון מיס. וועבער ווי זי ליגט אויף די ערד ביי זיך אינדערהיים. עס האט אויך א שטיקל טראנס אקטיוויזם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:31 pm
דורך סאנטיאגא
היסטאריע האט געשריבן:https://www.nytimes.com/2022/12/12/nyre ... vorce.html


פרישע ארטיקעל.
זייער אהבת ישראל האט נישט קיין גבול.
ראדיקאלע חסידים = ישראל?

נעבעך, מ'סעט אויף א פרוי צו האבן צען קינדער, מ'זאגט איר קיינמאל נישט פון קיין דרכא אחרינא, מ'רויבט איר אוועק דאס זעלבסטשענדיגקייט, און נאכדעם בלעימט מען איר גאר פארוואס זי וויל טוישן די קינדער מיט זיך ווי כאילו זיי זענען נישט פונקט אזוי in on it.

איך בין נישט קיין לויער אבער קיין שום טאטע אדער מאמע זאל נישט פארלירן קאסטאדי צוליב א מיינונג'ס פארשידנהייט איבער וועלכע סארט רעליגיעזע שולע מ'שיקט דעם קינד. דאס איז outrageous. מ'רעדט דאך נישט דא פון א שולע וואס לערנט איבער יוזל אנשטאט'ס דעם רבש"ע, סך הכל איז די נושא איבער ווי רעכט אדער לינק די שולע איז.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:36 pm
דורך סאנטיאגא
פרנס החודש האט געשריבן:זייער שלעכט געשריבן. זיי לייגן דארט א בילד פון מיס. וועבער ווי זי ליגט אויף די ערד ביי זיך אינדערהיים. עס האט אויך א שטיקל טראנס אקטיוויזם.
א שאד, ווען נישט די בילד וואלט עס ווען געהאט די ריכטיגע השפעה אויף דיר, האסט געזעהן עפעס א פראוואקאטיוון בילד און דיין מוח הייבט אן פארן אז דו דארפסט אפס'לען די גאנצע ארטיקל...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:00 pm
דורך פרנס החודש
זעט אויס אז דו געדעקסט נישט מיינע ארטיקלען איבער די נושא פון חינוך. קוק אין יעדע אשכול איבער חינוך וועסטו גלייך טרעפן מיין מיינונג. איך זארג מיר נאר אז זי פארוואסערט איר פוינט מיט אזא בילד, און די ניו יארק טיימס פארוואסערט זייער פוינט מיט עפעס א .Mx וואס יעצט קען שוין יעדער בארעכטיגן זייער קעגנערשאפט צו סעקולארע לימודים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:30 am
דורך סאנטיאגא
פרנס החודש האט געשריבן:זעט אויס אז דו געדעקסט נישט מיינע ארטיקלען איבער די נושא פון חינוך. קוק אין יעדע אשכול איבער חינוך וועסטו גלייך טרעפן מיין מיינונג. איך זארג מיר נאר אז זי פארוואסערט איר פוינט מיט אזא בילד, און די ניו יארק טיימס פארוואסערט זייער פוינט מיט עפעס א .Mx וואס יעצט קען שוין יעדער בארעכטיגן זייער קעגנערשאפט צו סעקולארע לימודים.
די ערגסטע איז נאך זיין דעם שטן'ס אדוואקאט, ווען דו אליינס האלסט אזוי, נא יעדער מוז עפעס האלטן אייניג? אבער די זיך זארגן פאר יענעם'ס דעה גייט מיר אויף די נערוון. דו כאפסט וויפיל תירוצים שמן למאור האט, וויפיל תירוצים מענטשן וואס פרובירן מיט אלע כוחות צו איגנארירן די אומרעכטן, זאגסטו אז די מענטשן האבן יעצט נאך א תירוץ. לאמיר דיר צוווארפן נאך א תירוץ: חוי ווייסבערגער האט אליינס געזאגט אז געשלעכט עדזשוקעישן איז וויכטיג. געפערליך רוף צאם א מחאה...

איך פארשטיי דו ביזט אויפגעוואקסן אין א געמיינדע ווי יעדער איז ברעינוואשד צו טראכטן קאנסערוואטיוו און מ'איז נאך 150 יאר הונטערשטעליג, אבער פאר א ליינער אין די טיימס פאלט נישט איין אזעלכע מחשבות זרות. זיי זענען אויך מענטשן און זיי האבן אויך קעיסעס און בעוול'ט געווארן פון די געמיינדע, דו האסט עפעס א אישאו מיט פראונאונס. איך הער. איך זעה נאכנישט וויאזוי איין ווארט פארוואסערט צען טויזנט.

וואס איך זעה יא איז קאנפערמעישן בייעס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:02 am
דורך yatzmachp
ממש איך בין אויס מענטש, די נ"י טיימס האט געשריבן אן ארטיקל קעגן אונזער חינוך. איך שעם מיך פאר אלע אירע לייענער. In the mean time, וועל איך מיך בארואיגן אז די נ"י טיימס ווערט מער און מער אירעלעווענט בכלל אין אמעריקע און בפרט ווער איך מער און מער רעלעווענט ווייל סוף כל סוף די פאליטישאנס, אריינגערעכנט אלע דזשאדזשעס און אטוירני דזשענעראל, דיסטריקט אטוירניס ווערן מער און מער אנגעוויזן אויף אונז ווייל יעדעס יאר האבן מיר מער און מער וואוטערס און יעדער דארף אונזער וואוט. ווען א פאליטישן דארף אויסוועלן צווישן אונז און די נ"י טיימס איך מיין דו ווייסט וועם ער וועט אויסוועלן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 9:49 am
דורך בת קול
פרנס החודש האט געשריבן:זעט אויס אז דו געדעקסט נישט מיינע ארטיקלען איבער די נושא פון חינוך. קוק אין יעדע אשכול איבער חינוך וועסטו גלייך טרעפן מיין מיינונג. איך זארג מיר נאר אז זי פארוואסערט איר פוינט מיט אזא בילד, און די ניו יארק טיימס פארוואסערט זייער פוינט מיט עפעס א .Mx וואס יעצט קען שוין יעדער בארעכטיגן זייער קעגנערשאפט צו סעקולארע לימודים.
אזא בילד איז זייער נערמאל אין די NYT. ס׳איז אן ארטיסטיק סטייל.
אין די אלגעמיינע גאס קוקט מען עס נישט אן אזויווי ביי אונז.