לויט ווי איך בין אינפארמירט (האבנדיג געליינט א סאך ליטעראטור איבער די נושא), און אויך די דעה פון אביעקטיווע עקספערטן אין די גאנצע זכרות/נקבות סוגיא, זענען פארהאן 2 פונדאמענטאלע קאטעגאריעס.
1) איינער וואס איז מכח סאציאלע עקספיריענסעס מער נוטה צו דעם אנדער'ן מין ווי ער איז פיזיאלאגיש געבוירן געווארן.
2) איינער וואס האט א געבוירענע נטייה און שטארקע (נאטורליכע) שטריכן פון דעם פארקערטן מין.
די ערשטע קאטעגאריע איז (רעלאטיוו) גרינג אויסצוקורירן, ווייל דאס התנגדות ליגט נישט אין זיין נפשיות, ס'איז נאר ערווארבן, בעיקר דורך סאציאלע (נישט ריכטיגע) עקספיריענס. משא"כ די צווייטע קאטעגאריע איז פשוט אוממעגליך אויסצוקורירן, ווייל ס'איז אין זיין/איהר נפשיות, און סיי וועלכע מעטאדן פון טעראפי און עקסערסייז וועלן נישט העלפן.
דאס איז נוגע אויך לגבי די משיכה צו די אייגענע מין. אויב ס'איז ערווארבן (דורך סאציאלע עקספיריענסעס) איז מעגליך דאס צו טוישן מיט א שטארקן רצון. די צווייטע קאטעגאריע איז א שאד אפילו אנצוהייבן, ווייל ס'גייט גארנישט העלפן צו טוישן די נאטור, וויבאלד ס'איז אין נפש פון דעם אינדיווידואל.
די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 11:14 am
דורך איך הער..
עמקות המחשבה האט געשריבן:די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
ני אפשר קען מער אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 2:57 pm
דורך אלע צוזאמען
עמקות המחשבה האט געשריבן:די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
א שווארצער וואס איז נארוואס אנגעקומען פון אנטווערפן, גייט אויך באקומען?
און וואס ס'איז די דין מיט א קאלירטער וואס שטאמט פון ווייסע, אדער פארקערט?
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 5:05 pm
דורך מתבודד
און א ווייסער וואס אידענטעפיציר זיך אלס שווארצער... לדוגמא מיר, כ'וואוין טאקע אין ניו יארק אבער איך אידענטיפיציר מיר אלס א שווארצן קאליפארניער איינוואוינער בין איך לכאו' פון די גליקליכע געליטענע...
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 6:17 pm
דורך וואלווי
איך הער.. האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
ני אפשר קען מער אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.
מ'האט טאקע געבעטן. עיין בבבלי ובשמע בני טעיפ
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 6:19 pm
דורך וואלווי
מתבודד האט געשריבן:און א ווייסער וואס אידענטעפיציר זיך אלס שווארצער... לדוגמא מיר, כ'וואוין טאקע אין ניו יארק אבער איך אידענטיפיציר מיר אלס א שווארצן קאליפארניער איינוואוינער בין איך לכאו' פון די גליקליכע געליטענע...
אזוי מ'פלעג צו זאגען אז קלינטאן איז געווען די ערשטער שווארצער פרעזידענט...
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:57 pm
דורך חמלה גדולה
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:30 am
דורך ברוך שפינוזה
אויב געדענק איך גוט שרייבט ער דארט אז די סיבה פארוואס ער האט פיינט אמעריקע איז ווייל זיי מישן א קאשע אין לאקאלע אפגאנישע פאליטיק (נישט ווייל זיי זענען כופרים צו אנדערע אמעריקאנע לאקשן תורה פראפאגאנדע), ווען איך בין דאס געוואויר געווארן האט עס אויך געטוישט מיין בליק אויף אסאך זאכן, דאס צוזאמען מיט די confessions of an economic hitman. אפשר בין אויך א פאררוקטע ליבעראל?
אז מ'רעדט שוין האב איך לעצטנס געהערט א גוט ווארט אין דעם ענין, פארוואס זענען די פיראמידן אין מצרים? ווייל מ'קען זיי נישט גנב'נען
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:52 am
דורך בר גיורא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:30 am
אויב געדענק איך גוט שרייבט ער דארט אז די סיבה פארוואס ער האט פיינט אמעריקע איז ווייל זיי מישן א קאשע אין לאקאלע אפגאנישע פאליטיק (נישט ווייל זיי זענען כופרים צו אנדערע אמעריקאנע לאקשן תורה פראפאגאנדע), ווען איך בין דאס געוואויר געווארן האט עס אויך געטוישט מיין בליק אויף אסאך זאכן, דאס צוזאמען מיט די confessions of an economic hitman. אפשר בין אויך א פאררוקטע ליבעראל?
אז מ'רעדט שוין האב איך לעצטנס געהערט א גוט ווארט אין דעם ענין, פארוואס זענען די פיראמידן אין מצרים? ווייל מ'קען זיי נישט גנב'נען
סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
סא, סאיז נישט אזוי ווייס ווי די woke לייגט עס אראפ, אין סאיז נישט אז 9/11 איז געשען אן קיין שום פראבאקאציע...
(האלט אין קאפ אז ווען ער האט גענומען וואפען פען אמעריקע זיך צי שלאגען מיט די רוס, האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם אז זיי מעדלען אין זיינע געשעפטען...)
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:13 pm
בר גיורא האט געשריבן:סאיז לאקאלע אויפברויז ציזאמען מיט רעליגיע.
לפי הנביא מוחמד, דארף יעדע אינטש Muslim לאנד ווערען פארטיידיגט מיט blood.
די שאלה איז נאר צו מ'האט ערגעץ אקטיוו פראקטיצירט דעם הלכה פון מוחאמד אין די לעצטע 500 יאר צו מ'האט עס נאר ארויסשלעפט פון שאפע פאר'ן צוועק פונעם פאליטישע אגענדע. האט מען אמאל געהערט פון א באוועגונג צווישן מוסולמענער צוריק איינצונעמען שפאניע אדער סיציליע ווייל ס'איז מוסלים לאנד?
.
די ראדיקאלע מוסלומענער רעדן פון דעם, טאקע אלץ א טעאריע הלכה ולא למעשה, אבער...
זיי קענען נישט נאכן קיין ווינט פון דעם, ווייל זיי זענען ביזי זיך צו רייסן צווישן זיך, און קענען קוים דעפענדן זייערע טערעטאריע’ס.
די אראבער זענען א מינארעטי און אירופה פאר די לעצטע 500 יאר.
רוב פון זיי האלטען איז מדארף עס איבערנעמען אין איינפירן שאריע איינמאל זיי זענען די מאיאריטעט.
די וואס זענען ווייעלענט האלטען אז מדארף ציאגען די גאולה דורך טעראר אין יוראפ..
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:01 pm
דורך בר גיורא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:13 pm.
עמקות המחשבה האט געשריבן:די סטעיט אף קאלאפארניע וויל בעטן מחילה פון די שווארצע אויף די אלע יארן וואס זיי זענען געוועהן קנעכט, ממילא גייען זיי אדורך פירן א געזעץ וואס וועט געבן 1.2 מיליאן דאלער פאר יעדע שווארצע איינוואוינער.
נו אפשר קען מיר אונז בעטען פון די Egyptian גאווערמענט זאל אונז אויך עפעס צי ווארפען.
מ'האט טאקע געבעטן. עיין בבבלי ובשמע בני טעיפ
נאר די מצרים זענען אויך נישט קיין בטלנים. זיי האבן אויך גוטע לאיערס און ליבעראלע לעגיסלאטארס. זיי סוען די אידן פאר אוועקשלעפן ביזת מצרים און ביזת הים, זיי פאדערן א פאר הונדערט ביליאן דאללער פון די אידן, זיי האבן אפילו גערופן די אידישע רעפרעזענטאטיווס צו אלכסנדר מוקדון צו א דין תורה, און וואס די אידישע חכמים האבן זיי געענטפערט. למעשה האבן זיי נישט באקומען קיין פעני.
עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון, די גמ' רעדט ערגעץ פון דעם. כ'בין זיכער.
לגבי די געלט פאר די שווארצע בירגער. איך בין איינמאל אדורכגעפארן אן אפריקאנער מדינה, ליבעריע, אויפ'ן וועג צו אן אנדער אמעריקאנער מדינה. איך האב דארט אין עירפארט געטרינקען א (שווארצע) קאווע, ביניך א שווארצער בירגער, איך פאדער (לכה"פ) א האלבן מיליאן דאללער פון די סטעיט אוו קאליפארניע.
Re: פאררוקטע ליבעראלע פאליסיס
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 12:17 pm
דורך שאלתיאל
איך מוטשע מיך שטארק מיט מיין Whiteness. עצות אין אישי ביטע
גוגל'ס נייע AI טשעטבאט 'GEMINI' איז אזוי שטארק אויפגעקלערט און Woke אז איר Image generater גיבט בעיקר ארויס נאר בילדער מיט שווארצע פנימ'ער (אריינגערעכנט די Founding fathers אדער וויקינגס..) און די פויפסט מאכט ער פאר א פרוי.
ווען מען האלט אים פאר פארן פאבריצירן נישט אקוראטע בילדער ענטפערט ער:
I aimed to provide a more accurate and inclusive representation of the historical context”
נאכן פארוואנדלט צו שאנד און שפאט אויף סאושעל מידיע אין די לעצטע פאר טעג האט גוגל עס היינט סופסענדירט.