עס קומט אריין אין די מערכת,
אז אין סאטמאר בארא פארק, אין די לעצטע קלאס,
איז שוין דא זעקס גיטין הש"י.
זעהט אויס, אז עס איז דא א פראבלעם, מען ווייסט נאך נישט וואס, פראבירט מען צו קראצען און מאצען, סעלפאון'ס, זעלבסשטענדיקייט, גיי ווייס.
וויאזוי זאגט דער זקן פין דער האטליין?
דער אלטע אידיאטישע מארמארישע וועג ארבעט שוין נישט, מען דארף זוכען נייע קאנסטראקטיוו וועגען.
אויב איז דא א פראבלעם אז די מיידלעך'ס נאטור פין זוכען לאוו און אנערקענונג ברענגט זיי צו וועלען מתחבר זיין מיט זייערע חבר'טס, אפשר איז צייט אויפצוהערען מיט אונזערע שגיונות.
אסאך האבען געשריבן וועגען דער התבדלות, אוודאי איז דער התבדלות שולדיג אין דעם, סיי ביי בחורים וואס ווערן אטראקטעד צו אנדערע בחורים, און סיי ביי מיידלעך וואס ווערען אטראקטעד צו אנדערע מיידלעך. מענטשען וועלען טוהן וואס זייערע אינסטינקט זאגט זיי צו טוהן. די טעכטער פין לוט, מיינענדיג אז די וועלט איז חרוב, האבען גענומען דער טאטע אויך.
אבער דער התבדלות איז אביסל צו א שווערע זאך דורכצוברעכן, אויב מען וויל זיין רעאליסטיש. ביי חרדים ווי דער התבדלות איז אזוי שטארק, אז אפילו אויב זאל עס מיינען אז האלב חרדים וועלן ווערן פריי צוליב דער התבדלות, איז התבדלות וויכטיגער ווי דעם. פארוואס? ווייל חרדים דינען קולטור, נישט דער תורה, ווי אויסגעשמועסט כמה פעמים אין אנדערע אשכולות.
וואס יא?
מען דארף רעדען מער וועגען אינטימע ענינים, סיי מיט בחורים, סיי מיט מיידלעך. די רש"י'ס וואס מען סקיפט, די גמרא'לעך וואס רעדן וועגען די ענינים, און ביי די מיידלך די סייענס סאבדזעקס וואס מען טוט אויסרייסן פון די ביכער, און עס איז דא נאך אסאך דוגמאות וואס מען טוט אלץ אין דער ענין פון אויסרייסן יעדעס מדובר פין אינטימע ענינים און רמזים. ווען מען וואלט געוועהן מער אפן צו רעדן אביסל וועגען דעם, וואלט עס שוין געוועהן גענוג אריין צו לייגן אין די הערצער פין די יונגע מוחות א תאווה של ממש, פון וועלן קענען און האבן דער אפאזיטע מין.
ענדערש א מעשה פון א בחור וואס האט געטראפען און געשמועסט מיט א מיידל, ווי א בחור וואס האט געהאט נישט כשר'ע שייכות מיט א אנדערע בחור.
ענדערש א מעשה פון א מיידל וואס האט געשמועסט און געטאטשט א בחור, אדער אפילו געהאגט און מנשק געוועהן, ווי איידער א קלאס מיט זעקס גיטין, אדער מיידלעך וואס ווילן נישט חתונה האבן.
דאס אויסרייסן יעדעס זיק של תאווה פין מיידלעך האט א השפעה.
דאס איז די תוצאה פון אונזער אייגענע געמאכטע חומרות און עקסטרעמע פארדאמונג פין יעדעס אזכרה פון עניני מין, און בכלל בילדער פון פרויען וכו'.
טאמער איינער מיינט אז דער פראבלעם איז נאר ביי מיידלעך, חלומ'ט ער, ביי בחורים איז עס מער, נאר היות מען איז געוואוינט צו א געוויסע פראצענט הניכר נאך פון א מאל, איז דער גרויסע צוגעקומענע חלק פין בחורים נישט אזוי ניכר.
אבער פרעגט אייך נאך ביי די שדכנים, עס איז היינט א דור פון בחורים, ווי חוץ אפאר מצויינים זענען די בינונים געווארען גאר שוואך. נישטא קיין בינונים, יעדער איינער מיט א מוח בינוני פאלט מורא'דיג נידריג.
אוי לו לדור שכך מנהיגיו, זיי ווייסן נישט ווי זיך צו ספראווען, האבען נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך, און צו אלע צרות זענען זיי נאר ביזי ווי אזוי אריין צו קעשן לטובת עצמם, און רייטען סיי אויף דער צבור'ס הצלחות, און סיי אויף די פראבלעמען, אלץ לצורך עצמם.