בלאט 4 פון 6
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:33 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, גראדע סטאטיסטיקס ווייזן אז פרויען מאכן מער עקסידענטן ווי מענער. די בינה יתירה קומט זיי אפנים נישט צוניץ בשעת'ן דרייוון און ביי די רויט לייט שמירן ליפסטיק...
כ'געדענק נישט יעצט וואו איך האב געזעהן דעם שטודיע, אבער איך גלייב אז מען קען עס גרינג מגגל זיין.
יגעתי ולא מצאתי
שמעקעדיג האט געשריבן:http://wiki.answers.com/Q/Who_has_more_car_accidents_men_or_women
די ענטפער האט נישט קיין שום מקור. answers.com איז א רעפערענס זייטל, נישט קיין אויטאָריטעט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.
דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.
אז מ'האלט שוין ביי מה יאמרו הבריות קען מען אויך פרעגן מה יאמרו הבריות אז זי האט געצאפט דאס בלוט פון רבינ'ס משפחה?
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:40 am
דורך דעתי הענייה
אויס מענטש האט געשריבן:דער ווישניצער רבי פון מאנסי האט אין איינצעלנע פעלער מתיר געווען פאר פרויען צו דרייוון.
אויב בין איך מיר נישט טועה איז דאס נאר אין מאנסי.אין מאנסי בכלל איז פרויען דרייווערס א נארמאלע זאך, אפילו ביי אסאך חסידישע קרייזן, און טאקע וועגן דעם איז עס נישט קיין חסרון....
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:36 pm
דורך געוואלד געשריגן
?מתיר געווען? וועלעכע איסור
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:19 pm
דורך בדחן
געוואלד געשריגן האט געשריבן:?מתיר געווען? וועלעכע איסור
שיין פון דיר אז די פרעגסט, ווייל די אשכול האלט שוין ביי 73 תגובות, און קיינער האט נאך נישט אהער געברענגט - מחמת חוסר ידיעה - דעם איסור אזוי אז מען זאל קענענן האבן א נערמאלע דיסקאשן ווער עס זענענן די די רבנים האוסרים זייער טעמים נימוקים אא"וו,
אנשטאט פראבירען יעדער לויט זיין שטייגער ווי אזוי ער קען בעסער ארויסברענגן זיין {אומפארשטענדליכע} אומציפריענהייט איבער דעם איסור, וואלט דער אשכול געהאט א שענער פנים אויב איינער וואלט אהער געברענגט דעם קול קורא, און מען וואלט דן געווען דערויף ווי ערוואקסענע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:37 pm
דורך געפילטע פיש
קריינא דאיגרתא, אנשטאט אייביג האבן טענות אויפן גאנצע וועלט זייט מוחל און ברענגט א צד איסור, וועט מען קענען דן זיין, סאו פאר האט נאך קיינער נישט געברענגט עפעס זאכליך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:41 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:קריינא דאיגרתא, אנשטאט אייביג האבן טענות אויפן גאנצע וועלט זייט מוחל און ברענגט א צד איסור, וועט מען קענען דן זיין, סאו פאר האט נאך קיינער נישט געברענגט עפעס זאכליך.
איך האב נישט קיין טענות אויף די גאנצע וועלט, קענסט שרייבען נאך 80 תגובות אויפן זעלבן נוסח ווי די ערשטע 80, איי העוו נאו פראבלעם וואט איט,
איך האב בסך הכל געשריבען אז די אשכול ביז אהער גייט און ערגעץ נישט און עס איז נישט קיין פלאטץ עפעס אויסצושמיעסן אדער געוואר ווערן,
און יא, איך האב ערגעץ און א באקס די קול קורא, אבער עס זעט נישט אויס ווי איינער דארף עס,
אגב, פארוואס האסטו עס נישט געבעטן 60 תגובות צירוק? איז נישט דיר נישט אינטערסאנט צי וויסען ווער פארוואס און ווען עס איז בכלל געוואן א איסור?
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 4:26 pm
דורך געפילטע פיש
סארי, כ'האב נישט געמיינט ממש די גאנצע וועלט, נאר די אשכולות ווי דו האסט טענות אויף די וועג ווי אזוי די אשכול פארט.
אלענפאלס, דא זעמער אין פארברענגען, ממילא קומט נישט איין דא די הלכה'דיגע שאלה, אין תורה ומחשבה אפטיילונג איז דא א אשכול "
פרויען דרייוון", ווי דער עולם בעט זיך בדמעות שליש מ'זאל אפיר ברענגען דעם איסור כדי מ'זאל קענען דן זיין, ואין פוצה פה ומקשקש, קיין צופרידענשטעלענדע תירוץ האט מען נאך נישט געטראפן, נא, אז דו ווייסט יא, גיי אריבער אהין און פתח פיך ויאירו דבריך.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 12:04 pm
דורך גנדי
הלוואי די משוגעת אז חסידישע פרויען טארן נישט דרייווען ווערט אויך דורך געבראכען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:19 pm
דורך געפילטע פיש
גנדי האט געשריבן:הלוואי די משוגעת אז חסידישע פרויען טארן נישט דרייווען ווערט אויך דורך געבראכען אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
הער צו וואס זי זאגט.
[left]?A friend once asked me, she said: So when do you think this women driving will happen
.I told her, only if women stop asking
when, and take action to make it
now.So it's not only about the system, it's also about us women to drive our own life[/left]
אויב גענוג מענטשען וועלן אויפהערן פרעגן ווען די טאבו וועט ווערן מבוטל, ווארטענדיג שטילערהייט אין א זייט ס'זאל געשען, און הייבן אן טוהן למעשה, וועט זיך דאס אוטאמאטיש ענדיגן.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:27 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואס טאבו?
אין מאנסי, אין לייקבוד איז דאס אפילו נישט קיין הוי אמינא פון א שאלה. אויך נישט אין קענזינגטון, קרוין-האיטס און פלאטבוש. בלייבט איבער צוויי שטעטלאך וואו מענטשן רעדן זיך איין אז עס איז פאראן א טאבו און מען רעדט דערפון.
וועקט אייך אויף צו ריעליטי!
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
נישט היימישע. די היימישע מוסדות נעמען נישט אן קיין קינדער וואס די מאמע דרייווט, אפילו אין מאנסי.
בכלל דרייווען נישט דארט קיין היימישע, די בושה איז גרויס, בפרט אויב גייט מען עניטינג פרומער ווי א שייטל, פאסט שוין גארנישט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:29 pm
דורך געפילטע פיש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס טאבו?
אין מאנסי, אין לייקבוד איז דאס אפילו נישט קיין הוי אמינא פון א שאלה. אויך נישט אין קענזיגטון, קרוין-האיטס און פלאטבוש. בלייבט איבער צוויי שטעטלאך וואו מענטשן רעדן זיך איין אז עס איז פאראן א טאבו און מען רעדט דערפון.
וועקט אייך אויף צו ריעליטי!
וואס דען מיינט טאבו? א זאך וואס גענוג מענטשען רעדן זיך איין אז ס'איז א טאבו, איז ביי דעפענישען, טאבו.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:23 am
דורך גנדי
יעצט איז דא א קאמפיין אין סודיע אראביע אז פרויען זאלן דרייווען.
http://www.oct26driving.com/?page_id=77
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:06 am
דורך berlbalaguleh
אין לעיקוואוד איז מסתבר אז די פרויען דרייוון. ווייל זיי מוזן דאך גיין ארבעטן כדי דער חשוב'ער מאן זאלל..."שטייגן"...!
ווען איך זעה אין בארא פארק בין הזמנים א קאר מיט דזשערזי פלעיטס וואס א ליטווישער בחור דרייווט, איז עס זיין מאמע'ס קאר. און מ'זעהט א סאך פון די קארס/מיני ווענס...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 12:34 pm
דורך chosen people
הרב מנשה רייזמאן שליט''א רעדט וועגן ריפארמען די מנהג אז די פרויען זאלן זיין מנהיגים. מען גייט עס אריין פארלייגן אין קאנגרעס און די קומענ'דיגע פאר טעג.
מען קען הערן אין די בעקגראונד ווי די פרויען זענען הייפער דזשאסט פון הערן אז עס גייט בכלל ווערן פארגעלייגט.
זייער חולומות וועט אפשר קענען מקוים ווערן. בעסער געזאגט אסאך פרויען וועלן קענען ארויסנעמען זייער דרייווער לייסענס אין פובליק.
Re: מעגן פרויען דרייווען ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 11:17 am
דורך גר ותושב
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 12:41 pm
דורך תורה ומדע
ווער רעדט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 12:50 pm
דורך קורקלענד
וויי וויי יעקבסאן.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 8:52 pm
דורך תורה ומדע
יעדעס ווארט איז גאלד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 5:00 pm
דורך טרויבן88
תורה ומדע האט געשריבן:ווער רעדט?
אינטערעסאנט אז אזא איינער ווי דו דערקענט נישט דעם קול
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:05 am
דורך שמעקעדיג
מעניו לענין, סאודי אראביע גייט אראפנעמען דעם 35 יעריגן פארבאט אקעגן טעאטערס.
#מדחי אל דחי.....