בלאט 4 פון 9
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען. דאס איז זיכער אז די גבאים זענען שוין דארטן צענדליגער יארן. יא, שוין פאר 25 יאר צוריק בין איך געווען דארטן, און אלעס האט זיך געדרייט ארום די גבאים. איך האב אפילו נישט געוואוסט צו ער פארמאגט קינדער. עס מיינט גארנישט, ביי יעדע רבי זענען דא גבאים און משרתים, כאטשיג ביי רוב רבי'ס זענען די קינדער אויך אינוואלווד, און דא איז עס נישט געווען, אבער בכל אופן איז עס נישט מעלה ומוריד.
יעצט, די קינדער און אייניקלעך טענה'ן אז מ'האט זיי דערווייטערט פונעם זיידען און נישט צוגעלאזט. איך ווייס נישט ווער, און איך ווייס נישט פארוואס. און ס'איז מיר נישט קיין חילוק, ווייל איך בין נישט קיין אייניקל, און נישט קיין חסיד. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צו טוען אזעלכע אקטן וואס שאפן בזיונות פארן זיידן בחוצות וברחובות. יא, די חילול השם ובזיון הקודש האבן די אייניקלעך געטוהן, אפילו אויב זיי האבן גערעכטע טענות, און שטארקע טענות, איז דאס נאך אלץ נישט קיין תירוץ צו טוהן אזא זאך. [ביי סאטמאר איז אויך נישט בייגעפאלן פאר די ארונים צו טוהן אזא זאך, אלס דעם וואס מ'האט דערווייטערט א חלק קינדער און אייניקלעך פון אים. ווייזט אויס אז זיי האבן נאך יא געהאט עפעס א געפיהל פארן כבוד פון זייער זיידע].
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 8:30 pm
דורך היסטאריע
אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צו טוען אזעלכע אקטן וואס שאפן בזיונות פארן זיידן בחוצות וברחובות. יא, די חילול השם ובזיון הקודש האבן די אייניקלעך געטוהן
טרייבסט איבער. נישט קיין חילול השם. נישט קיין בזיון הקודש.
פארוואס קען ער נישט זיין אליין? פארוואס איז עס אדער ביי די אייניקלעך, אדער ביי גבאים?
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 9:11 pm
דורך מתבודד
בזיונות איז ווען מ'לאזט נישט צו א מענטשנ'ס קינדער און אייניקלעך צו אים, צוליב נארישע סיבות פון כבוד און געלט. בזיונות און רשעות.
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 9:37 pm
דורך לאמיר זאגן
פורים קטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען. דאס איז זיכער אז די גבאים זענען שוין דארטן צענדליגער יארן. יא, שוין פאר 25 יאר צוריק בין איך געווען דארטן, און אלעס האט זיך געדרייט ארום די גבאים. איך האב אפילו נישט געוואוסט צו ער פארמאגט קינדער. עס מיינט גארנישט, ביי יעדע רבי זענען דא גבאים און משרתים, כאטשיג ביי רוב רבי'ס זענען די קינדער אויך אינוואלווד, און דא איז עס נישט געווען, אבער בכל אופן איז עס נישט מעלה ומוריד.
יעצט, די קינדער און אייניקלעך טענה'ן אז מ'האט זיי דערווייטערט פונעם זיידען און נישט צוגעלאזט. איך ווייס נישט ווער, און איך ווייס נישט פארוואס. און ס'איז מיר נישט קיין חילוק, ווייל איך בין נישט קיין אייניקל, און נישט קיין חסיד. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צו טוען אזעלכע אקטן וואס שאפן בזיונות פארן זיידן בחוצות וברחובות. יא, די חילול השם ובזיון הקודש האבן די אייניקלעך געטוהן, אפילו אויב זיי האבן גערעכטע טענות, און שטארקע טענות, איז דאס נאך אלץ נישט קיין תירוץ צו טוהן אזא זאך. [ביי סאטמאר איז אויך נישט בייגעפאלן פאר די ארונים צו טוהן אזא זאך, אלס דעם וואס מ'האט דערווייטערט א חלק קינדער און אייניקלעך פון אים. ווייזט אויס אז זיי האבן נאך יא געהאט עפעס א געפיהל פארן כבוד פון זייער זיידע].
דו ביזסט 'אליין' געווען דארט פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק... דו אליין האסט אפילו נישט געוואוסט צו ער האט קינדער... פשי, א מין קלארקייט דאס.
#חילול ה'
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 9:49 pm
דורך [NAMELESS]
איך קוק די ווידאו ווי ער פראוועט די יארצייט מיט בניו וחתניו אויף ביידע זייטען עפעס גיט עס א בעסערע בליק ווי 2 פרעמדע גבאים שטייען אונטער עם
אפגעזעהן צו די אייניקלעך האבן רעכט צו נישט זעה איך נישט קיין בזיונות פאר די צדיק איך מיין די גבאים בלאזן פשוט אויף כאילו עס איז געווען א בזיון, אויף די בילדער און קליפס קוקט ער אויס אין א אויסגעצייכענטע צושטאנד
דאס איז אמאל זיכער אויב די אייניקלעך זענען אומשטאנד זיך אפצוגיבן מיט עם קומט זיך על פי פשטות די רעכט פאר זיי אפגעזעהן וויפיל חסדים די גבאים האבן שוין געטון ביז יעצט
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 11:42 pm
דורך היסטאריע
תכלית
לאמיר רעדן וועגען דער עלעפאנט אין די שטוב.
די געלט.
מען רעדט וועגען קאנטראלען דער געלט וואס קומט אריין. וואספארע געלט רעדט מען דא? קוויטעל געלט? מוסדות געלט? און ווער וויל עס, די גבאים צו די אייניקלעך!! הייסט עס מענטשען קומען אריין און געבען געלט פאר א צדיק און גלייבען אז ער וועט זיי עפעס געבען אין עקסטזענדזש, און דערווייל טוט זיך אפ א וועלט מחלוקת צו דער גבאי זאל עס שפענדען אדער דער אייניקעל. אפשר איז דא טאקע יא א בזיון הקודש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 12:09 am
דורך שמעון וואלף
איינער וואס גייט אסאך צו רי"מ זאגט מיר אז ער האט עטליכע מאל געוואלט גיבן א טיפ פאר די גבאים אבער זיי האבן בשו"א נישט געוואלט נעמען.
א צווייטער האט צוגעלייגט אז דאס איז געווען א תנאי ווען מ'האט זיי אויפגענומען, אז זיי טארן נישט נעמען קיין געלט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 1:30 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער וואס גייט אסאך צו רי"מ זאגט מיר אז ער האט עטליכע מאל געוואלט גיבן א טיפ פאר די גבאים אבער זיי האבן בשו"א נישט געוואלט נעמען.
א צווייטער האט צוגעלייגט אז דאס איז געווען א תנאי ווען מ'האט זיי אויפגענומען, אז זיי טארן נישט נעמען קיין געלט.
ביז פאר בערך 10 יאר צוריק האט מען נאר געקענט צוקומען צום צדיק פאר גרויסע געלד די פשוטי עם האט מען ניטאמאל צוגעלאזט ביז איינער האט זיך מתמרמר געווען פאר רי''מ האט ער דעמאלטס דאס אפגעשטעלט אז זיי מעגן נישט נעמען געלד
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:52 am
דורך [NAMELESS]
די גבאים זענען געווען די וואס האבן אינפארסירט אז מען זאל נישט מעגן נעמען געלט. אויב וועט ער יעצט אריבערגיין אונטער די אייניקלעך קען מען זיך ווידעראמאל רישן אויף די לאנגע חדשים ווארטן און ריזיגע געלטער שוחד, דאס איז זייער גאנצע ציל מיטן פארכאפונג. כ׳ווייס נישט אויב עס איז דא נאך איין רבי אדער רב אין כלל ישראל וואס האט אזעלכע גלייכע גבאים.
ביי ר׳ יעקב מאיר קען מען אריינגיין אין ווייניגער ווי 24 שעה, אלס ווערט געפירט מיט א געניטע פונקטליכקייט. ער קומט ארום צו ברית׳ן וואו אימער מען רופט אים, און יעדער ארחי פרחי קען אריינגיין פאר א ברכה און עס קאסט נישט קיין געלט. די אייניקלעך ווילן פונקט דאס פארקערטע.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 7:02 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
גערעכט זענען די אייניקלעך. אז מענטשען זענען גרייט צו באווארפן מיט געלט, פארוואס זאלן זיי נישט מאכן א פאמיליע ביזנעס דערפון.
געהערט אמאל א מעשה, א ראש הקהל אין א רב זענען ביידע געשטארבן און געלאזט יורשים. ווען די יורשים האבן זיך געטראפן האט די נייע ראש הקהל יורש געזאגט פארן נייע רב, מיין טאטע האט מיר געלאזט א גרויסע ירושה אבער וואס האט דיין טאטע דיר געלאזט? האט דער נייע רב גענטפערט, דיין טאטע האט דיר געלאזט קיען און די קענסט זיי מעלקען און טאקע פארקויפן די מילך און מאכן געלט, אבער מיין טאטע האט מיר געלאזט קיען וואס מ׳דארף זיי נישט מעלקען. זיי קומען אליינס און ברענגן די געלט. לעינינינו, אז די קיען ברענגען געלט, פארוואס זאלן זי אייניקלעך נישט מאכן א ביזנעס דערפון?
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 7:56 am
דורך היסטאריע
יהורם האט געשריבן:די גבאים זענען געווען די וואס האבן אינפארסירט אז מען זאל נישט מעגן נעמען געלט. אויב וועט ער יעצט אריבערגיין אונטער די אייניקלעך קען מען זיך ווידעראמאל רישן אויף די לאנגע חדשים ווארטן און ריזיגע געלטער שוחד, דאס איז זייער גאנצע ציל מיטן פארכאפונג. כ׳ווייס נישט אויב עס איז דא נאך איין רבי אדער רב אין כלל ישראל וואס האט אזעלכע גלייכע גבאים.
ביי ר׳ יעקב מאיר קען מען אריינגיין אין ווייניגער ווי 24 שעה, אלס ווערט געפירט מיט א געניטע פונקטליכקייט. ער קומט ארום צו ברית׳ן וואו אימער מען רופט אים, און יעדער ארחי פרחי קען אריינגיין פאר א ברכה און עס קאסט נישט קיין געלט. די אייניקלעך ווילן פונקט דאס פארקערטע.
זעהט אויס אז דער פייט ענדעלט דער
מעשה מיט דער קאטשקע וואס האט געלייגט גאלדענע אייער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 10:01 am
דורך היסטאריע
https://twitter.com/hasidic_1/status/16 ... QtabA&s=08
איינער ווייסט פארוואס די גבאים האבען נישט אריין געלאזט די אייניקלעך? געלט זעהט נישט אויס צו זיין דער סיבה.
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 1:04 pm
דורך סאשי פיש
איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?
געלט זעט אויס צו זיין די סיבה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 1:42 pm
דורך signout
למעשה האבען די אייניקלעך דערווייל פול קאנטראל, אין באקומען גרויסע פאנדן פין די סוקרוקישע נגידים פין ניו יארק, מאנטריאל אין לאנדאן, ווי לענגער זיי סוקסעסורן זעהט מען שוואכערע מעגליכקייטן פאר די גבאים צירוקצוכאפען קאנטראל, חוץ אויב זיי וועלן פאלן פאר די פיס פין די קינדער אין מאכען א גיטע הסכם לטובתם - א זאך וואס איז זיי דערווייל נישט געלונגן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 5:54 pm
דורך היסטאריע
סאשי פיש האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?
געלט זעט אויס צו זיין די סיבה
זעהט אויס די פארשטיקענע פיש האט געהאט גלגול מחילות דורך פרנס.
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 7:36 pm
דורך פרנס החודש
היסטאריע האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?
געלט זעט אויס צו זיין די סיבה
זעהט אויס די פארשטיקענע פיש האט געהאט גלגול מחילות דורך פרנס.
Wow
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:03 am
דורך דאס איז נישט מיך
אפאר בריווען וואס דרייען זיך ארום
איך נעם נישט קיין אחריות
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:25 am
דורך אינטערסאנטער
די בילדער פון רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביי די שמחות פון די אייניקלעך שרייט אז עס איז ווערט געווען די אקציע פון די אייניקלעך.
עס גייט מיך ווייניג אן צו די אייניקלעך האבן יא געמיינט געלט אויך אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז נישט דאס איז געווען זייער עיקר ציל, (און אפילו אויב יא האו קערס), נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט'ן זיידן. אדרבה עס איז נישט געווען קיין שום בילדער די לעצטע פאר יאר פון סיי וועלכע פארברענג מיט'ן זיידן, סיי וועלכע שמחת הבר מצוה, תנאים, חתונה פון אן אייניקל, ביי פורים סעודות וכדומה זענען די קינדער פון די גבאים געזיצן מיט רבי יעקב מאיר אנשטאט די אייניקלעך. הישמע כזאת?
נישט נאר דאס, יעצט שטעלט זיך ארויס, אז די גבאים האבן איבערגעשריבן אלעס אויף זייער נאמען, אפילו די הויז פון רבי יעקב מאיר איז אויף זייער נאמען, רי"מ מיז זיצן ביי אן אייניקל אינדערהיים ווייל פרעמדע מענטשן הנקרא גבאים האבן אוועקגעכאפט זיין אייגענע דירה.
גוט האבן די אייניקלעך געטוהן, יעצט האבן זיי די זכי' צו פארברענגן מיט זייער זיידע בערוב ימיו און דער זיידע שעפט נחת.
נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:29 am
דורך טינט פען
אינטערסאנטער האט געשריבן:די בילדער פון רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביי די שמחות פון די אייניקלעך שרייט אז עס איז ווערט געווען די אקציע פון די אייניקלעך.
עס גייט מיך ווייניג אן צו די אייניקלעך האבן יא געמיינט געלט אויך אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז נישט דאס איז געווען זייער עיקר ציל, (און אפילו אויב יא האו קערס), נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט'ן זיידן. אדרבה עס איז נישט געווען קיין שום בילדער די לעצטע פאר יאר פון סיי וועלכע פארברענג מיט'ן זיידן, סיי וועלכע שמחת הבר מצוה, תנאים, חתונה פון אן אייניקל, ביי פורים סעודות וכדומה זענען די קינדער פון די גבאים געזיצן מיט רבי יעקב מאיר אנשטאט די אייניקלעך. הישמע כזאת?
נישט נאר דאס, יעצט שטעלט זיך ארויס, אז די גבאים האבן איבערגעשריבן אלעס אויף זייער נאמען, אפילו די הויז פון רבי יעקב מאיר איז אויף זייער נאמען, רי"מ מיז זיצן ביי אן אייניקל אינדערהיים ווייל פרעמדע מענטשן הנקרא גבאים האבן אוועקגעכאפט זיין אייגענע דירה.
גוט האבן די אייניקלעך געטוהן, יעצט האבן זיי די זכי' צו פארברענגן מיט זייער זיידע בערוב ימיו און דער זיידע שעפט נחת.
די גבאים האבן דען ארויסגעווארפן רבי יעקב מאיר? ווי זענען געווען די קינדער די לעצטע אכציג יאר? ווער האט זיך געזארגט פאר רבי יעקב מאיר אלע יארן?
איך זאג נישט, עס איז זיינע קינדער, אבער ווי זענען זיי געווען ביז היצטערט?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 2:30 pm
דורך דאס איז נישט מיך
.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 21, 2023 6:10 pm
דורך דאס איז נישט מיך
וויירשיינדליך איז די צעטיל פאלטש
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 4:55 pm
דורך signout
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:וויירשיינדליך איז די צעטיל פאלטש
די אייניקלעך זאגען אז ס'קומט פין די גבאים וואס ווילן מאכען די מצב אז ער דארף צוקומען צו זייער מעדיקאל קעיר
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 7:00 pm
דורך נחום הסופר
דערווייל ווייזען די בילדער און קליפס אז ער איז געזונט און פריש