בלאט 4 פון 27

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:31 pm
דורך נולד מאוחר
קאווע טרינקער האט געשריבן:ניין נולד'ל
דו זעסט די 15 פיניגע פארט, דאס איז פאר א מאניטער
די אנדערע איז א סעריעל פארט. נישט פאר קיין מאניטער

נו האב איך נאר איין, דארף איך צי לייגן נאך איינס פאר נאך א מאניטער?
די 15 פארטיגע ניץ איך פאר מיין ערשטע מאניטער?

געפילטע ווי קען איך זען אויב מיין קאמפיוטער ען פארנעמען dual מאניטערס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:41 pm
דורך איחוד פעלד
דער בילד וואס די ווייזט צייגט אז די האסט נישט א קארטעל, נאר דיין מאניטער גייט אריין דירעקט אינעם מאמעברעט, קויף דיך א קארטעל פאר דיין קאמפיאטער, מאך זיכער עס קען דערהייבען צוויי מאניטארען, והכל על משכבותם יבואו בשלום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:12 pm
דורך נולד מאוחר
ווען איך גאגול זע איך ס'דא גרעפיק קארד, ווידיא קארד,און קאווע רעדט פון אן io קארד.
איז אלעס די זעלבע?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:26 pm
דורך געפילטע פיש
איי אוי קארד איז א שם הכולל אלע מיני ציגעלייגעכצער קארטלעך, גרעפיקס און וידיאו איז די זעלבע. דו קענסט נישט צוקויפן א קארטל פאר נאך איין מאניטאר, דארפסט צוקויפן א קארטל וואס קען פארטראגן צוויי. מאך זיכער אז ס'איז קאמפאטיבעל סיי מיט דיין קאמפיוטער און סיי מיט דיינע מאניטארס. ד. ה. מאך א בדיקה אויב ס'איז VGA, DVI, און כדומה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:31 pm
דורך נולד מאוחר
בילד
אויב מיין קאמפיאטער סאפארט dual מאניטער און סשטימט vga in dvi איז דאס גענוג?
דארף טאטשן די מאדער מארד?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:59 pm
דורך איחוד פעלד
דעס איז נישט גוט פארדיר, עס איז געמאכט פאר א ספעציעלע קארטעל.

http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... ci+express

געווענליך ארבעטען צוויי מאניטארס אויף איין מאל, איך גאראנטי נישט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:05 pm
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:דעס איז נישט גוט פארדיר, עס איז געמאכט פאר א ספעציעלע קארטעל.

http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... ci+express

געווענליך ארבעטען צוויי מאניטארס אויף איין מאל, איך גאראנטי נישט.

סנישט קיין ביג דיעל צי באבערן מיט מיטער בארד? רעד נישט הלכה'דיג.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:52 am
דורך שמעקעדיג
ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:33 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

אקעי' הגם מ'דארף אמאל לערנען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:40 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

מ'רעדט דאך נישט פון נעמען א צווענגל מיט א זעג דערצו, טאמער טוט מען פארזיכטיג איז דאס נישט קיין גרויסע תורות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:20 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז יא. אויב ביסטו נישט באקאנט דערמיט, שטיי אוועק דערפון.
דאס איז דער יסוד פונעם קאמפיוטער. אויב הרג'עסטו דאס אפ, קענסטו גיין קויפן א נייע.

מ'רעדט דאך נישט פון נעמען א צווענגל מיט א זעג דערצו, טאמער טוט מען פארזיכטיג איז דאס נישט קיין גרויסע תורות.

א צווענגל מיט א זעג איי העוו נאו פראבלעם

פרינטן אויף ענוועלויפס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:11 pm
דורך נולד מאוחר
איך וויל מאכן א מעילינג און פריענטן די נעמען אויף די ענוועלויפס.
דראף איך שטיין און פידען יעדע ענוועלויפ באזינדער?
אדער מ'קען אריין לייגן ענוועלויפס און די טרעי ווי מלייגט געווענדליך די פאפיר?
כ'האב א בראדער mfc.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:17 pm
דורך געפילטע פיש
א גוגל סוירטש מיט דיין מאדעל וועט דיר געבן פונקטליכע אינסטרוקציעס, אבער ס'דארף צו זיין כאטש איין טאץ (tray) ווי מ'קען פטאשמעלערן די שטיקלעך אז די קאנווערטן זאלן שיין פיטן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:14 pm
דורך נולד מאוחר
געטראפן שכוח

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:56 pm
דורך שמעקעדיג
אלטע בראדערס האבן א פראבלעם מיט פידן ענוועלאופס. HP איז בעסער דערין. גאר לעצטע בראדערס זענען אויך בעסער.
ביי די עלטערע מאדעלס דארף מען עפענען די back אז עס זאל ארויסקומען פון דארט (טייטש נולד מאחור כפשוטו..) און נישט אויבן וואו די געווענליכע פאפירן קומען ארויס.

גוגל טאלק

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:14 pm
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:22 pm
דורך שמעקעדיג
זיי מסביר דיין שאלה ביטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:29 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

איך האב געטרייעט, ס'גייט נישט, גוגל לאזט נישט רעדן צו זיך אליין.
איך מעג פרעגן פאר וואס דאס פעלט אויס? קענסט נישט עפענען נאך א אקאונט פאר יענעם?

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:10 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווייסט איינער אויב מקען טשעטן מיט גוגל טאלק צוויי מענטשן איינער צים צווייטן ביידע ניצנדיג די זעלבע gmail account?

איך האב געטרייעט, ס'גייט נישט, גוגל לאזט נישט רעדן צו זיך אליין.
איך מעג פרעגן פאר וואס דאס פעלט אויס? קענסט נישט עפענען נאך א אקאונט פאר יענעם?

למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 2:30 pm
דורך ברסלבער
נולד מאוחר האט געשריבן:למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

נעבן די אפשען sign out איז דא נאך א אפשען add account וואס אויב דו דרוקס דאס קענסטו זיין אריינגעסיינט אין מערערע אקאנט'ס אויף איין מאל, אבער ווען דו סיינסט ארויס ווערן אלע אקאנט'ס ארויסגעסיינט.
אדער אין גוגל קראום קען מען עפענען א incognito ווינדאו, און דארט עפענען א צווייטע אקאנט, און ווען מען סיינט ארויס פון יענע בלייבט נאך יא די ערשטע אריינגעסיינט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 3:34 pm
דורך געפילטע פיש
ברסלבער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:למשל ביי מיין דזשאב ווי איך ארבעט ניצן אפאר ארבעטערס דע זעלבע אימעיל .
אז איך וויל טשעטן מיט מיין קאווערקער וועל איך דארפן אריין סיינען ארויס סיינען א גאנצע צייט אויב ניץ איך נאך א אימעיל אקאנט.
ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

נעבן די אפשען sign out איז דא נאך א אפשען add account וואס אויב דו דרוקס דאס קענסטו זיין אריינגעסיינט אין מערערע אקאנט'ס אויף איין מאל, אבער ווען דו סיינסט ארויס ווערן אלע אקאנט'ס ארויסגעסיינט.
אדער אין גוגל קראום קען מען עפענען א incognito ווינדאו, און דארט עפענען א צווייטע אקאנט, און ווען מען סיינט ארויס פון יענע בלייבט נאך יא די ערשטע אריינגעסיינט.

די ערשטע עצה ארבעט נישט גוגל טאלק, נאר אי-מייל, און לגבי אינקאגניטא, כמעט אלע בראוזערס האבן אזא אפשען, אין אינטערנעט עקספלארער גייעט מען צו Safety, און מ'קוועטשט אויף InPrivate Browsing, און אין פייערפיקס גייט מען צום פייערפיס קנעפל און מ'וועלט אויס Start Private Browsing.
אלטערנאטיוולי קענסטו דאונלאודען די גוגל טאלק קליינעט צו דיין קאמפיוטער און דאן קענסטו דארט אריין חתמנען מיט וועלכע קאנטע דו באגערסט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:29 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע, ברסלבר, א דאנק פארן העלפן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:19 am
דורך נייגעריגער
נולד מאוחר האט געשריבן:ביי דע וועי whatsapp לאזט יא רעדן צי זיך אליין.

זיי דיך ביטע בעסער מסביר:

וואס הייסט רעדן צו זיך אליין? מיינסטו אין די זעלבע פאון שיקן א מעסעדזש וואס זאל צוריק אנקומען צו דיר, איז קודם וואספארא תועלת קענסטו דערפון האבן? און א חוץ דעם האב'ך עס פראבירט און איך מיין אז ס'גייט נישט.

אלא מאי, רעדסטו פון צוויי אנדערע פאונס וואס זענען אויפן זעלבן פאון נאמבער, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך, איך האב עס שוין פראבירט ולא עלתה בידי, מ'קען אפעציעל [זעה דא וואטסעפפ וועבסייט] נישט וועריפיין איין נאמבער אויף צוויי דעווייסעס!

איז וואזשע דעם מיינסטו? תימה?