קודם כל, אמאל האט מען מיטן פארן פאר וואכן לאנג אין א וואגן נישט געזען דאס וואס מען קען ליידער זען אפאר מינוט אין א היינטיגע עירפארט. ס'איז בכלל נישט קיין צושטעל די אמאל מיט היינט. אמאל זענען די אויסגעלאסענסטע גויטעס נישט געגאנגען אזוי פראסט ווי די היינטיגע איידלסטע גויטעס.צומישט און צוחישט האט געשריבן:זאל זיך יעדער מתבונן זיין אויף זיין צדיק-רבי-פערזענליכקייט, פון די פריערדיגע דורות, וואס ער קוקט אויף יענעם ארויף אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן בכל נפשו ובכל מאודו, כי שאל נא לימים הראשונים, צו מ'האט אמאל געזעהן און געהערט עני ערליכע יוד זיך מתעטף זיין בטלתים בעת'ן רייזן אויפ'ן שיף,פערד און וואגן וכו', אדער צו איז אמאל געווען איינער פון די תלמידי בעש"ט וואס זענען אריינגעקומען צו א טיש און אויסגערופן אז ער קען נישט קוקן דעם עולם אין פנים ווייל זיי זענען פארשמירט מיט חטאות נעורים?? (קבלה בידנו ווער ס'זעהט זאגט נישט -עכ"פ פאר א רבים זיכער נישט -און ווער ס'זאגט איז זעלבסט.....) טראכט'ס אריין וויפיל שחצנות וגאווה ס'ליגט אין אזעלכע דיבורים, כ'מיין ער איז דאך נישט גרעסער פונעם הייליגן מגיד, אדער פונעם בית אהרן פון קארלין, און אויך נישט פון רעק"א, און אויך נישט פונעם חת"ס, און אויך נישט פונעם שואל ומשיב,זיי האבן געקענט קוקן דעם עולם אין פנים, נאר ער ברוב קדושתו קען נישט??
סאמטינג פישי אווער העיר.. גאטטע טשעק הים אויט....
און אז די זאגסט וועגן חטאת נעורים, ס'שוין יא געווען אזעלכע ענליכע זאכן. ס'איז באקאנט פון צדיקים וואס האבן נישט געקוקט אויף געוויסע מענטשן, בעלזע רב זצ"ל האט געגעבן פאר געוויסע מענטשן די הענט מיט א האטוך און געוויסע אן. ס'איז דא אסאך מעשיות ווי די תלמידי בעש"ט האבן געזאגט אז ווער עס האט נאכנישט מתקן געווען די חטאות נעורים זאל נישט מיטאנצן, אדער אנרערן דעם ארון וכדומה. האבן דען נישט די אמאליגע צדיקים געקענט אפליינען אלע עבירות פונעם שטערן?
איך האב געהערט פון איינער וואס פלעגט זיין אפט ביים טיש פון ר' משה מרדכי מלעלוב, אז ער פלעגט יעדע וואך ווייזן מיט די פינגער אויף בחורים און פרעגן פארנט פון יעדעם "האסט שוין געלערנט היינט עפעס"? און ער פלעגט דווקא אייביג פרעגן די וואס האבן נאכנישט געלערנט"...
איינמאל האט זיך א בחור געכאפט פארן טיש אז ער האט נאכנישט געלערנט, האט ער שנעל געעפנט א חומש איז געזאגט א פסוק חומש יוצא צו זיין. דער רבי האט ביים טיש געגעבן א ווייז מיטן פינגער אויף אים... זאג נאר, "ווי לאנג האסטו געלערנט היינט"?