בלאט 4 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:55 am
דורך Moshe itche
צומישט און צוחישט האט געשריבן:זאל זיך יעדער מתבונן זיין אויף זיין צדיק-רבי-פערזענליכקייט, פון די פריערדיגע דורות, וואס ער קוקט אויף יענעם ארויף אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן בכל נפשו ובכל מאודו, כי שאל נא לימים הראשונים, צו מ'האט אמאל געזעהן און געהערט עני ערליכע יוד זיך מתעטף זיין בטלתים בעת'ן רייזן אויפ'ן שיף,פערד און וואגן וכו', אדער צו איז אמאל געווען איינער פון די תלמידי בעש"ט וואס זענען אריינגעקומען צו א טיש און אויסגערופן אז ער קען נישט קוקן דעם עולם אין פנים ווייל זיי זענען פארשמירט מיט חטאות נעורים?? (קבלה בידנו ווער ס'זעהט זאגט נישט -עכ"פ פאר א רבים זיכער נישט -און ווער ס'זאגט איז זעלבסט.....) טראכט'ס אריין וויפיל שחצנות וגאווה ס'ליגט אין אזעלכע דיבורים, כ'מיין ער איז דאך נישט גרעסער פונעם הייליגן מגיד, אדער פונעם בית אהרן פון קארלין, און אויך נישט פון רעק"א, און אויך נישט פונעם חת"ס, און אויך נישט פונעם שואל ומשיב,זיי האבן געקענט קוקן דעם עולם אין פנים, נאר ער ברוב קדושתו קען נישט??
סאמטינג פישי אווער העיר.. גאטטע טשעק הים אויט....
קודם כל, אמאל האט מען מיטן פארן פאר וואכן לאנג אין א וואגן נישט געזען דאס וואס מען קען ליידער זען אפאר מינוט אין א היינטיגע עירפארט. ס'איז בכלל נישט קיין צושטעל די אמאל מיט היינט. אמאל זענען די אויסגעלאסענסטע גויטעס נישט געגאנגען אזוי פראסט ווי די היינטיגע איידלסטע גויטעס.

און אז די זאגסט וועגן חטאת נעורים, ס'שוין יא געווען אזעלכע ענליכע זאכן. ס'איז באקאנט פון צדיקים וואס האבן נישט געקוקט אויף געוויסע מענטשן, בעלזע רב זצ"ל האט געגעבן פאר געוויסע מענטשן די הענט מיט א האטוך און געוויסע אן. ס'איז דא אסאך מעשיות ווי די תלמידי בעש"ט האבן געזאגט אז ווער עס האט נאכנישט מתקן געווען די חטאות נעורים זאל נישט מיטאנצן, אדער אנרערן דעם ארון וכדומה. האבן דען נישט די אמאליגע צדיקים געקענט אפליינען אלע עבירות פונעם שטערן?

איך האב געהערט פון איינער וואס פלעגט זיין אפט ביים טיש פון ר' משה מרדכי מלעלוב, אז ער פלעגט יעדע וואך ווייזן מיט די פינגער אויף בחורים און פרעגן פארנט פון יעדעם "האסט שוין געלערנט היינט עפעס"? און ער פלעגט דווקא אייביג פרעגן די וואס האבן נאכנישט געלערנט"...

איינמאל האט זיך א בחור געכאפט פארן טיש אז ער האט נאכנישט געלערנט, האט ער שנעל געעפנט א חומש איז געזאגט א פסוק חומש יוצא צו זיין. דער רבי האט ביים טיש געגעבן א ווייז מיטן פינגער אויף אים... זאג נאר, "ווי לאנג האסטו געלערנט היינט"?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:57 am
דורך Moshe itche
וואלווי האט געשריבן:די טלית איז א עפעס א יזכיר לו זאך. לכאורה
מען קען עס אנקוקן פראקטיש, עס איז פשוט א גרינגע זאך מיט וואס זיך צו היטן די אויגן, מען קען עס גרינג איבערלייגן די אויגן.

איך ווינדער מיך צו ער גייט עס דעם גאנצן וועג, וואס טוט ער ווען ער גייט אין ביה"כ.. צו גייט ער אריין דערמיט..?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:39 pm
דורך פונדאַמענטאַל
מען זאגט נאך א מעשה אויף די ווייב פון איינער פון די ראשי ישיבות פון פריעדיגן דור.
אמאל זייענדיג אויפן גאס האט זי זיך געטראפן אין א שמאלן אדורכגאנג, אין די זעלבע צייט איז א מאנספערזאן אויך אריבערגעגאנגען דעם גשר צר. דער מאנספערזאן האט מרוב פחד זעענדיג (באמערקענדיג?...) א מענטש פונעם אנדערען מין, זיך געגעבן א ווארף און זיך אויסגעדרייט צום וואנט כדי נישט צו נכשל ווערן. האט די רעבעצין זיך אנגעריפן: בעסער קוק אויף מיר און טראכט פונעם וואנט, ווי איידער קוקן אויפן וואנט און טראכטן פון מיר... וד''ל...

Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Moshe itche האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
חיים הלוי האט געשריבן:הרב הצדיק אין עירפארט בשעת שמירת עינים אנקומענדיג היינט קיין אמעריקא
כ'קוק אויף דעם בילד און כ'עקל מיך פון שמירת עינים! What a disgrace!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
וואס איז אזוי עקלדיג? ס'איז נישט קיין פארלאנג אז יעדער זאל אזוי טון, נאר איינער וואס שטייט אויף גאר א הויעכע מדריגה. ער איז זייער אפגעהיטן, נעמט ער עקסטרעמע שריט צו בלייבן אפגעהיטן, וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?

דער ליבעראלער גויטע מעג זיך פארבן די האר פינק און זיך איינוויקלען אין א קאלירפולע פאן ווייל אזוי פילט זי גוט, דער חסיד מעג גיין מיט א מאדנע שוואצע היט אויפן גאס ווייל אזוי וויל ער, און ער מעג זיך איינהילן אין א טלית ווייל דאס איז וואס ער וויל.
איזה דמיון?? דער וואס גייט אין קאלירטע קליידער צו מיט פאני היטן דער וויל רעפרעזענטירן עפעס וואס ער/זי האלטן. אבער ווען דער הרב זילבערבערג טוט עס, טוט ער עס אין נאמען פון גאט און זיין תורה. אינטערסאנט איז אז גדולים וטובים ממנו, תנאים און אמוראים, ראשונים ואחרונים, גדולי ראשי ישיבות חסידישע רביס, קיינעם איז עס נאכנישט בייגעפאלן. אין ענגליש הייסט אזא איינער א Zealot

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:40 pm
דורך צומישט און צוחישט
Moshe itche האט געשריבן:
צומישט און צוחישט האט געשריבן:זאל זיך יעדער מתבונן זיין אויף זיין צדיק-רבי-פערזענליכקייט, פון די פריערדיגע דורות, וואס ער קוקט אויף יענעם ארויף אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן בכל נפשו ובכל מאודו, כי שאל נא לימים הראשונים, צו מ'האט אמאל געזעהן און געהערט עני ערליכע יוד זיך מתעטף זיין בטלתים בעת'ן רייזן אויפ'ן שיף,פערד און וואגן וכו', אדער צו איז אמאל געווען איינער פון די תלמידי בעש"ט וואס זענען אריינגעקומען צו א טיש און אויסגערופן אז ער קען נישט קוקן דעם עולם אין פנים ווייל זיי זענען פארשמירט מיט חטאות נעורים?? (קבלה בידנו ווער ס'זעהט זאגט נישט -עכ"פ פאר א רבים זיכער נישט -און ווער ס'זאגט איז זעלבסט.....) טראכט'ס אריין וויפיל שחצנות וגאווה ס'ליגט אין אזעלכע דיבורים, כ'מיין ער איז דאך נישט גרעסער פונעם הייליגן מגיד, אדער פונעם בית אהרן פון קארלין, און אויך נישט פון רעק"א, און אויך נישט פונעם חת"ס, און אויך נישט פונעם שואל ומשיב,זיי האבן געקענט קוקן דעם עולם אין פנים, נאר ער ברוב קדושתו קען נישט??
סאמטינג פישי אווער העיר.. גאטטע טשעק הים אויט....
קודם כל, אמאל האט מען מיטן פארן פאר וואכן לאנג אין א וואגן נישט געזען דאס וואס מען קען ליידער זען אפאר מינוט אין א היינטיגע עירפארט. ס'איז בכלל נישט קיין צושטעל די אמאל מיט היינט. אמאל זענען די אויסגעלאסענסטע גויטעס נישט געגאנגען אזוי פראסט ווי די היינטיגע איידלסטע גויטעס.

און אז די זאגסט וועגן חטאת נעורים, ס'שוין יא געווען אזעלכע ענליכע זאכן. ס'איז באקאנט פון צדיקים וואס האבן נישט געקוקט אויף געוויסע מענטשן, בעלזע רב זצ"ל האט געגעבן פאר געוויסע מענטשן די הענט מיט א האטוך און געוויסע אן. ס'איז דא אסאך מעשיות ווי די תלמידי בעש"ט האבן געזאגט אז ווער עס האט נאכנישט מתקן געווען די חטאות נעורים זאל נישט מיטאנצן, אדער אנרערן דעם ארון וכדומה. האבן דען נישט די אמאליגע צדיקים געקענט אפליינען אלע עבירות פונעם שטערן?

איך האב געהערט פון איינער וואס פלעגט זיין אפט ביים טיש פון ר' משה מרדכי מלעלוב, אז ער פלעגט יעדע וואך ווייזן מיט די פינגער אויף בחורים און פרעגן פארנט פון יעדעם "האסט שוין געלערנט היינט עפעס"? און ער פלעגט דווקא אייביג פרעגן די וואס האבן נאכנישט געלערנט"...

איינמאל האט זיך א בחור געכאפט פארן טיש אז ער האט נאכנישט געלערנט, האט ער שנעל געעפנט א חומש איז געזאגט א פסוק חומש יוצא צו זיין. דער רבי האט ביים טיש געגעבן א ווייז מיטן פינגער אויף אים... זאג נאר, "ווי לאנג האסטו געלערנט היינט"?
כ'גלייב אז אלע צדיקים וקדושים אנגעהויבן פון משה רבינו ביז די מעשה פון די אמורא (כ'געדענק נישט די נאמען וואס איז דאס מיט מיר.) וואס האט זיך אויסגעשטאכן די אויגן, עד ימינו אלה האבן אלע געארבעט אויף זייער שמירת עינים, אפילו ווען די נסיונות זענען געווען מיט די א.ג. הייליגע איידעלע גויטעס, און זילבערבערג קען ניצן די זעלבע מעטאדן ווי זיי, נעם א גמרא און קוק אריין, אדער אז מ'דארף דיר שוין סייווי טראגן, וואס טוסטו אזוינע מאדנע מעשים מאך דיר צו די אויגן און לאז דיך פירן דורך די מענטשן.
און לגבי חטאות נעורים איז דא א ריזן חילוק פון אריינזאגן פאר א מענטש פריוואט, אדער אויסרופן בכלליות ווער ס'האט נאכנישט מתקן געווען זאל נישט וכו', ביזן אריינקומען צו א פלאץ ווי ס'זענען פארזאמעלט הונדעטער מענטשן, און אויסרופן כ'קען ענק נישט קוקן אין פנים ווייל ענק זענען פארשמירט, סאיז לדעתי הקלושה והעניי' א שרעקליכע זלזול בכבוד הציבור, און א עקלדיגע גאווה.
און ס'נישט אמת אויך, ווייל אויב קען ער נישט קוקון זאל ער זיך ביים טיש אויך איבערדעקן מיט א טלית... ועוד והוא העיקר ווי כ'האב שוין פריער געשריבן אז די תלמידי בעש"ט און גדולי הדור האבן אלע געקענט יעדן קוקן אין פנים (חוץ די חזו"א פאר בן גוריון..) און הגרי"מ שכטר און ר' לייביש לייזער ועוד קענען אויך קוקן, קען ער אויך....

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:43 pm
דורך יין שרף
Moshe itche האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די טלית איז א עפעס א יזכיר לו זאך. לכאורה
איך ווינדער מיך צו ער גייט עס דעם גאנצן וועג, וואס טוט ער ווען ער גייט אין ביה"כ.. צו גייט ער אריין דערמיט..?
פארוואס נישט, מען מעג אריין מיט ציצית אין ביה"כ. די טעם פארוואס מיט א טלית גייט מען נישט אין ביה"כ איז ווייל עס איז א בגד מיוחד לתפילה, מש"א ביי ר' צבי מאיר איז עס נישט מיוחד לתפילה ודו"ק

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:49 pm
דורך עסקן בדברים
איך בין סארפרייזט אויף די נעגעטיוויטי דא. ווילאנג ער פראבירט נישט צו מאכן אנדערע אזוי טון זעה איך עס נאר פאר א מואר׳דיעג אינטערסאנטע זאך אין א פאזעטיווע וועג. כעין וואס ליפא שמעלצער האט ארויסגעברענט אין זיין לעצטיגע ווידיאו, אז ס׳ וואלט געווען א גורו אין אינדיע וואס פירט זיך אזוי והכל מעידים עליו אז ער טוט עס צוצוקומען צו א הויכע דרגא פון עפעס א mental state, וואלט איינער זיך גערעגט אדער אפילו געשפעט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:53 pm
דורך ברוך שפינוזה
א. איך וואלט מיך נישט גערעגט אדער געשפעט אבער איך וואלט איהם געשיקט צו א גוטן פסיכיאטאר.

ב. דער אינדיאנער גורו קען מיך איינרעדן וואס ער וויל ווייל ער זיצט אין אנדערן עק וועלט, צבי מאיר ווייס איך דאך אבער אז ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות אין קאפ אריין, אזא mental state אויף אלע נאציס געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:13 pm
דורך עסקן בדברים
ברוך שפינוזה האט געשריבן: צבי מאיר ווייס איך דאך אבער אז ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות אין קאפ אריין, אזא mental state אויף אלע נאציס געזאגט.
וואס הייסט ״ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות אין קאפ״? ער וויל זיין 100% ריין פון הרהורים. ער איז געווען אזוי אלע יארן

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:14 pm
דורך עסקן בדברים
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:17 pm
דורך ברוך שפינוזה
עסקן בדברים האט געשריבן:וואס הייסט ״ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות״? ער וויל זיין 100% ריין פון הרהורים. ער איז געווען אזוי אלע יארן
כ'האב גערעדט פון מדריגות, לאמיר זאגן אז אויב וועט ער זעהן עפעס וואס ער וויל נישט וועט ער פארלירן זיין רוח הקודש אדער כ'ווייס נישט וואס, טוהן קוקו זאכן סתם צו זיין ריין פון הירהורים for the heck of it און/אדער פאר די עגא בוסט דערפון איז א מחלת נפש. און צווישן מיר און דיר, די מענטשן וואס האבן די מערסטע הירהורים זענען טאקע אזעלכע סארט מענטשן ווי צבי מאיר וואס האבן נערוון דערויף, אויב מעג איך דיר פרעגן, וויפיל מאל האסטו שוין געהאט הירהורים אין עירפארט? :lol: :lol: :lol:, ווען דו וועסט זוכה זיין צו דעם הייליגן מחלה פון OCD אויף הירהורים וועסטו אויך באקומען א הירהור פון יעדן 90 יעריגן זכר אין עירפארט, והדברים עתיקין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:29 pm
דורך עסקן בדברים
ביי מיר איז any mental (אדער physical) state וואס איז נישט גריג צו דערגרייכן א מדרגה. ס׳ האט גארנישט מיט mental illness אז איינער וויל צוקומען צו אזא state און לאכט זיך אויס פון די וועלט צוצוקומען דערצו, וואס דו רופסט טון קוקו זאכן

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:33 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך האלט אז ס'איז יא א mental illness, יעצט פארשטייסטו שוין מיין ערשטע תגובה אדער דו האסט נאך קשיות?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:38 pm
דורך עסקן בדברים
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז יא א mental illness, יעצט פארשטייסטו שוין מיין ערשטע תגובה אדער דו האסט נאך קשיות?
ביסט גערעכט אז ער טוט עס זיכער אויך א חלק אלס פחד (יראת שמים), דאס קען אפשר טאקע זיין אן anxiety disorder

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:33 pm
דורך בעל אחריות
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
עסקן בדברים האט געשריבן:וואס הייסט ״ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות״? ער וויל זיין 100% ריין פון הרהורים. ער איז געווען אזוי אלע יארן
כ'האב גערעדט פון מדריגות, לאמיר זאגן אז אויב וועט ער זעהן עפעס וואס ער וויל נישט וועט ער פארלירן זיין רוח הקודש אדער כ'ווייס נישט וואס, טוהן קוקו זאכן סתם צו זיין ריין פון הירהורים for the heck of it און/אדער פאר די עגא בוסט דערפון איז א מחלת נפש. און צווישן מיר און דיר, די מענטשן וואס האבן די מערסטע הירהורים זענען טאקע אזעלכע סארט מענטשן ווי צבי מאיר וואס האבן נערוון דערויף, אויב מעג איך דיר פרעגן, וויפיל מאל האסטו שוין געהאט הירהורים אין עירפארט? :lol: :lol: :lol:, ווען דו וועסט זוכה זיין צו דעם הייליגן מחלה פון OCD אויף הירהורים וועסטו אויך באקומען א הירהור פון יעדן 90 יעריגן זכר אין עירפארט, והדברים עתיקין.
פארוואס קען נישט זיין אז ער וויל פשוט זיין ריין פון הרהורים ווייל ער האלט אז דאס איז וואס די באשעפער וויל פון אים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:34 pm
דורך בעל אחריות
עסקן בדברים האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז יא א mental illness, יעצט פארשטייסטו שוין מיין ערשטע תגובה אדער דו האסט נאך קשיות?
ביסט גערעכט אז ער טוט עס זיכער אויך א חלק אלס פחד (יראת שמים), דעס קען אפשר טאקע זיין אן anxiety disorder
דאס קענסטו דאך זאגן אויך אויף דיין יראת שמים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:47 pm
דורך ברוך שפינוזה
בעל אחריות האט געשריבן:פארוואס קען נישט זיין אז ער וויל פשוט זיין ריין פון הרהורים ווייל ער האלט אז דאס איז וואס די באשעפער וויל פון אים?
כ'האב נישט געזאגט אז ס'קען נישט זיין נאר גראדע ווייס איך פונדערנאנט אז די מחלת הנפש איז געקומען פריער און די שיטה אז דאס איז כלומפרשט וואס דער באשעפער וויל האט זיך שפעטער געבויט עס צו בארעכטיגן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:07 pm
דורך פונדאַמענטאַל
עסקן בדברים האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן: צבי מאיר ווייס איך דאך אבער אז ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות אין קאפ אריין, אזא mental state אויף אלע נאציס געזאגט.
וואס הייסט ״ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות אין קאפ״? ער וויל זיין 100% ריין פון הרהורים. ער איז געווען אזוי אלע יארן
בעל אחריות האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
עסקן בדברים האט געשריבן:וואס הייסט ״ער האט נישט גארנישט קיין מדריגות״? ער וויל זיין 100% ריין פון הרהורים. ער איז געווען אזוי אלע יארן
כ'האב גערעדט פון מדריגות, לאמיר זאגן אז אויב וועט ער זעהן עפעס וואס ער וויל נישט וועט ער פארלירן זיין רוח הקודש אדער כ'ווייס נישט וואס, טוהן קוקו זאכן סתם צו זיין ריין פון הירהורים for the heck of it און/אדער פאר די עגא בוסט דערפון איז א מחלת נפש. און צווישן מיר און דיר, די מענטשן וואס האבן די מערסטע הירהורים זענען טאקע אזעלכע סארט מענטשן ווי צבי מאיר וואס האבן נערוון דערויף, אויב מעג איך דיר פרעגן, וויפיל מאל האסטו שוין געהאט הירהורים אין עירפארט? [emoji38] [emoji38] [emoji38], ווען דו וועסט זוכה זיין צו דעם הייליגן מחלה פון OCD אויף הירהורים וועסטו אויך באקומען א הירהור פון יעדן 90 יעריגן זכר אין עירפארט, והדברים עתיקין.
פארוואס קען נישט זיין אז ער וויל פשוט זיין ריין פון הרהורים ווייל ער האלט אז דאס איז וואס די באשעפער וויל פון אים?
קוק וואס איך האב געשריבן פריער: http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 97#p527697
די מענטל סטעיט פון זיין ריין פון הרהורים דערגרייכט מען נישט דורך עקסטרעמע פאקוס אויף דעם. עס איז פון די ערשטע כללים אין די ענינים. ווי מער די obsession אלס מער ליגט דאס אין מוח (בדומה לכלל הידוע: די קענסט נישט אויפהערן טראכטן פון עפעס - דו קענסט אנהייבן טראכטן פון עפעס אנדערש און רעפלעיסן די ערשטע מחשבה).

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:21 pm
דורך הקטן
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די מענטל סטעיט פון זיין ריין פון הרהורים דערגרייכט מען נישט דורך עקסטרעמע פאקוס אויף דעם. עס איז פון די ערשטע כללים אין די ענינים. ווי מער די obsession אלס מער ליגט דאס אין מוח (בדומה לכלל הידוע: די קענסט נישט אויפהערן טראכטן פון עפעס - די קענסט אנהייבן טראכטן פון עפעס אנדערש און רעפלעיסן די ערשטע מחשבה).
דו ביסט גערעכט, בדרך כלל, אבער ס'איז פיל מער נאאנסד פין וואס דו שרייבסט


איינער וואס גייט מיט א פחד א גאנצע צייט, וואו די מעשה וואס דו האסט ציגעברענגט מיט די רעבעצען, ביסטו - אין אסך פעלער - גערעכט
דאס האט אבער נישט קיין שייכת מיט איינער וואס האט מחליט געווען ער וויל בכלל נישט זעהן קיין פרויען (פאר סיי וואס פארא סיבה) און וועגן דעם גייט ער למשל נישט ארויס אויפן גאס
אזא איינער טראכט נישט וועגן דעם פין פרויען באטאג און באנאכט

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:25 pm
דורך פונדאַמענטאַל
הקטן האט געשריבן:דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט איינער וואס האט מחליט געווען ער וויל בכלל נישט זעהן קיין פרויען (פאר סיי וואספארא סיבה) און וועגן דעם גייט ער למשל נישט ארויס אויפן גאס,
אזא איינער טראכט נישט וועגן דעם פון פרויען בייטאג און ביינאכט
וואס הייסט פאר סיי וועלכע סיבה? פאר וועלכע סיבה? הוא אשר דיברנו.
דיין טענה כשלעצמו איז לאגיש: עס איז דא א סיבה קדומה פארוואס ער האט בוחר געווען זיך אפצושיידן פון זעהן פרויען - און די פעולות נאכדעם זענען בלויז דא זיך צו האלטן צו דעם און האבן נישט אין זיך די עלעמענט פון וואס מיר האבן גערעדט. די פראבלעם איז די סיבה קדומה גופא, איינער וואס קען נישט הענדלען צו זעהן בני אדם פונעם אנדערען מין איז דייקא געשלאגן אין די פראבלעם מער ווי א צווייטן. די בחירה צו זיין אפגעשיידט פון קומען אין סיי וועלכע קאנטאקט מיט האלב פון די מין האנושי איז אין קאנפליקט מיט די נארמאלע דרכי הבריאה וואס דער אייבערשטער האט אוועקגעשטעלט. אזא הנהגה בעצם איז נישט שייך אהן קיין עלעמענט פון obsession, און עס ברענגט מיט זיך די אויבנדערמאנטע פראבלעמען.
(אגב. גיבט נאר א בליק אין די היסטוריה פון די קריסטליכע קדושים וועלכע האבן זיך אינגאנצען אפגעשיידט פון פרויען - און צו וועלכע מדרגות זיי זענען צוגעקומען).

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
עסקן בדברים האט געשריבן:איך בין סארפרייזט אויף די נעגעטיוויטי דא. ווילאנג ער פראבירט נישט צו מאכן אנדערע אזוי טון זעה איך עס נאר פאר א מואר׳דיעג אינטערסאנטע זאך אין א פאזעטיווע וועג. כעין וואס ליפא שמעלצער האט ארויסגעברענט אין זיין לעצטיגע ווידיאו, אז ס׳ וואלט געווען א גורו אין אינדיע וואס פירט זיך אזוי והכל מעידים עליו אז ער טוט עס צוצוקומען צו א הויכע דרגא פון עפעס א mental state, וואלט איינער זיך גערעגט אדער אפילו געשפעט?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=15647

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:31 am
דורך הקטן
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די מענטל סטעיט פון זיין ריין פון הרהורים דערגרייכט מען נישט דורך עקסטרעמע פאקוס אויף דעם. עס איז פון די ערשטע כללים אין די ענינים. ווי מער די obsession אלס מער ליגט דאס אין מוח (בדומה לכלל הידוע: די קענסט נישט אויפהערן טראכטן פון עפעס - די קענסט אנהייבן טראכטן פון עפעס אנדערש און רעפלעיסן די ערשטע מחשבה).
דו ביסט גערעכט, בדרך כלל, אבער ס'איז פיל מער נאאנסד פין וואס דו שרייבסט
איינער וואס גייט מיט א פחד א גאנצע צייט, וואו די מעשה וואס דו האסט ציגעברענגט מיט די רעבעצען, ביסטו - אין אסך פעלער - גערעכט
דאס האט אבער נישט קיין שייכת מיט איינער וואס האט מחליט געווען ער וויל בכלל נישט זעהן קיין פרויען (פאר סיי וואס פארא סיבה) און וועגן דעם גייט ער למשל נישט ארויס אויפן גאס
אזא איינער טראכט נישט וועגן דעם פין פרויען באטאג און באנאכט
וואס הייסט פאר סיי וועלכע סיבה? פאר וועלכע סיבה? הוא אשר דיברנו.
דו ווייסט נישט זיין סיבה!!
פאר א סיבה בין איך נישט אריינגעגאנגען אין נערישע שפעקעלאטציעס וואס איז זי סיבה
איך קען דיר אויסרעכענען מער וואו 5 סיבות איינס אנדערש פין צווייטען און קיין איינער פין זיי וועט נישט האבן אן "עלעמענט פון obsession "
חוץ אויב די וועסט אויסברייטען וואס ס'מיינט אן עלעמענט פין אבסעשען - אבער דאן קען איך אויך זאגן דאס דיין שרייבן דא האט אויך אן עלעמענט פין אבסעשען

דיין טענה כשלעצמו איז לאגיש: עס איז דא א סיבה קדומה פארוואס ער האט בוחר געווען זיך אפצושיידן פון זעהן פרויען - און די פעולות נאכדעם זענען בלויז דא זיך צו האלטן צו דעם און האבן נישט אין זיך די עלעמענט פון וואס מיר האבן גערעדט.

די פראבלעם איז די סיבה קדומה גופא,
איינער וואס קען נישט הענדלען צו זעהן בני אדם פונעם אנדערען מין איז דייקא געשלאגן אין די פראבלעם מער ווי א צווייטן.
דו ביסט אפשר גערעכט ווען איינער "קען נישט הענדלען" - ווער האט דיך אבער איינגערעט דאס ער קען נישט הענדלען - אפשר פיין קען ער און דאך וויל ער נישט

די בחירה צו זיין אפגעשיידט פון קומען אין סיי וועלכע קאנטאקט מיט האלב פון די מין האנישי איז אין קאנפליקט מיט די נארמאלע דרכי הבריאה וואס דער אייבערשטער האט אוועקגעשטעלט.
אזא הנהגה בעצם איז נישט שייך אהן קיין עלעמענט פון obsession, און עס ברענגט מיט זיך די אויבערדעמאנטע פראבלעמען.
אדער יא אדער ניין וואו שוין געשריבן

(אגב. גיבט נאר א בליק אין די היסטוריה פון די קריסטליכע קדושים וועלכע האבן זיך אינגאנצען אפגעשיידט פון פרויען - און צו וועלכע מדרגות זיי זענען צוגעקומען.
עמפעסעס איז נישט אין די ארגענעלע

נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 1:20 pm
דורך חב''ד הויזן
IMG_20230611_125739_552.jpg
מהר''א מסאטמאר בשיחה: לא זו הדרך, הרב זילבערבערג...