בלאט 4 פון 5
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 8:28 pm
דורך נעקסט לעוועל
וואס קען זיין בעסער ווי דעם ?
א שופט מיט מוסקלען פון דא ביז קאנארסי, דערוילעם ציטערט צי טרויען א ווארט זיינעם, א פסק איז פסק.
VS
די היינטיגע אגודת הרבנים דארצה"ב וקאנאדע וואס זיייערע חתימות איז נישט ווער א ניסל שאלעכטץ
(איך דארף עפעס שופט וואס זאל מיר שמייסן מלקות אויב כהאב געטון שימוש מיט א ליילעך מיט א לאך ? איך דארף איינער צו האלטן קאנטראל וזהו... מיין אידישקייט לאז פאר מיר ..
)
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 2:20 pm
דורך צפת
בעצם, וואס האט שמשון אויפגעטון, אויסער צו זיין א בולי און האקן שטיקער?
האט ער מנצח געווען די פלישתים? - האט ער געברענגט א גענצליכע נצחון און יד ישראל איז געווארן שטערקער ווי די פלשתים?
סך-הכל איז ער געווען א בחור מיט ביינער, געריסן שטיקער און געהאקט, קיין פאראייניגטע מיליטער האט ער נישט געהאט. ער איז נישט געווען א גענעראל וואס האט געפירט אן ארמיי... סך-הכל האט ער אריינגעזעצט אין די פלשתים דא דארט, אבער דער מצב אויפן פראנט איז געבליבן די זעלבע.
איין זאך איז דער פסוק מעיד "והוא יחל להושע את ישראל מיד פלשתים". דעטס איט!
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 5:08 pm
דורך חדשים
שמן למאור האט געשריבן:צפת האט געשריבן:אז מען רעדט פון שמשון, האב איך געזען צוברענגען אז שמשון איז נישט געווען קיין בעל-בחירה, ער האט פועל געווען ראבאטיש, פון הימל האט מען אים געפירט.
והראיה, אז נאך פארן געבוירן האט שוין גאט געזאגט אז ער וועט העלפן אידן וכו'... ער איז געפירט געווארן דירעקט פון אויבן.
מקור ביטע.
דא וויל ער אזוי לערנען לויט די רד”ק. חוץ מזה, איז עס אינטערסאנט דורכצוליינען. זייער א רייכע ארבייט אויף די נושא.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 6:48 pm
דורך שמן למאור
חדשים האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:צפת האט געשריבן:אז מען רעדט פון שמשון, האב איך געזען צוברענגען אז שמשון איז נישט געווען קיין בעל-בחירה, ער האט פועל געווען ראבאטיש, פון הימל האט מען אים געפירט.
והראיה, אז נאך פארן געבוירן האט שוין גאט געזאגט אז ער וועט העלפן אידן וכו'... ער איז געפירט געווארן דירעקט פון אויבן.
מקור ביטע.
דא וויל ער אזוי לערנען לויט די רד”ק. חוץ מזה, איז עס אינטערסאנט דורכצוליינען. זייער א רייכע ארבייט אויף די נושא.
אט איז די גאנצע לשון הרד"ק. ער ברענגט נישט קיין ווארט אז שמשון איז נישט געווען קיין בעל בחירה.
ויש לתמוה היאך מי שצוה עליו הבורא ית׳ להיות קדושתו מן הבטן איך נטמא בבנות הפלשתים? והנראה בזה כי הנשים אשר לקח בתמנה ובעזה ובנחל שורק גייר אותן והשיבן לדת ישראל, כי חלילה משופט ישראל ומושיעם להתחתן בפלשתים ועובר על לאו דלא תתחתן בם אשר חמור מאד, ומביא את האדם לידי כפירה בבורא ית׳ ויתעלה, כמו שאמר: כי יסיר את בנך מאחרי (דברים ז׳:ד׳). ולא נמצא בכתוב שנענש על זה, ולא נאמר עליו שעשה רע בעיני י״י, והיה הבורא יתעלה מצליחו בכל אשר יפנה. וכן אמר הכתוב: כי מי״י היא (שופטים י״ד:ד׳), כלומר לקחתו אשה מבנות פלשתים מי״י היתה, ורצון האל ית׳ היה בזה, כי בודאי היה מגייר אותן ומשיבן אל דת ישראל.
ואף על פי כן סבה היתה מאת השם לקחת אשה מפלשתים להנקם בהם, כי נראה כי ישראל שבאותו הדור לא היו יראים השם כל כך שיושיעם תשועה שלימה מיד פלשתים, כי כל ימי שמשון היו מושלים פלשתים בישראל, כי מה שאמר הכתוב: ויתנם י״י ביד פלשתים ארבעים שנה (שופטים י״ג:א׳), עשרים של שמשון בכללם, על כרחך לפי חשבון השנים. ולא היו ישראל נלחמים בהם כי אם שמשון לבדו, ולפיכך לא היה לפלשתים טענה להלחם בישראל מפני שמשון, כי לא היה ברשותם והוא לבדו היה עושה הרעות בפלשתים, ועם פלשתים היה שוכן בעוד שהיה מריע להם. ומיראתם אותו גם כן היו נמנעים מלהלחם בישראל. לפיכך כשבקשוהו פלשתים מבני יהודה כשהלך לסלע עיטם, מסרוהו להם. וכן: עדת דבורים בגוית האריה ודבש (שופטים י״ד:ח׳), וכן: היות אשת שמשון למרעהו (שופטים י״ד:כ׳) – הכל סבה להנקם מפלשתים. יתברך האל אשר לו נתכנו עלילות וסבות ומאתו הכל.
אבל עונש נקירת עיניו – לפי שאמר: ותישר בעיני שמשון (שופטים י״ד:ז׳), ואמר: אותה קח לי כי היא ישרה בעיני (שופטים י״ד:ג׳), ידמה כי חשק בה ליופיה, וכן באחרות אשר חשק ולקח לתאותו אליהן, והנה הפסיד כוונתו הראשונה הטובה שהיתה רצון האל, כמו שכתוב: כי מי״י היתה כי תואנה הוא מבקש מפלשתים (שופטים י״ד:ד׳). נראה כי בתחילה היתה כוונתו לטובה, לבקש תואנה מפלשתים, ואחר כך גברה עליו התאוה בראותו אותה, וישרה בעיניו, והפסיד כוונתו האלהית בכוונתו הגופנית הבהמית אשר התערבה בה, ולפיכך נענש ונקרו פלשתים את עיניו מדה כנגד מדה. ורז״ל אמרו כן, אף על גב דכתיב: כי מי״י היא (שופטים י״ד:ד׳) כי אזל מיהא בתר ישרותיה אזל, ואף על פי כן עזרוהו מן השמים ונקם נקמת עיניו מפלשתים.
בכלל איז שווער אנצונעמען זיין אפאלאגעטיע אז שמשון האט מגייר געווען אלע פרויען זיינע. קודם כל, עס ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון דעם אין די פסוקים. ועוד, די אשה זונה איז גאר שווער אנצונעמען אז ער האט איר קודם מגייר געווען...
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 8:02 pm
דורך yesiknow
הרמב"ם (איסורי ביאה יג, יד) כתב בפשיטות, ששמשון ושלמה גיירו את נשותיהם . נראה מדבריו שמקורו של הרמב"ם לכך הוא הסברא, שלא יתכן שמושיע ישראל וידיד ה' ישאו בת נכר:
"אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל או שלמה מלך ישראל שנקרא ידיד ה', נשאו נשים נכריות בגיותן".
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 8:16 pm
דורך yesiknow
מצודת ציון ציין (יד, ב) "כי גיירה טרם לקחה, לשיהיה לו בה קידושין". המצ"ד דייק עובדה זאת מכך שבקש מאביו ואמו שיקחו אותה לו לאשה, ובגויה לא שייך קידושין.
יש לציין שאף הנביא עצמו מעיד שהיא היתה אשתו (טו, א), מה שלא שייך בגויה שאין לישראל אישות בה. לפי זה מוכרחים לפרש שבקורת הורי שמשון היתה על הצורך לקחת גיורת מפוקפקת, ולא על נישואין עם גויה ממש.
טייערע אויל וואס לייכט אויב ברענגען ראיות פון פסוקים הייסט א טרלל אין לך טררלל גדול ממך
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:02 pm
דורך סקעפטיקער
yesiknow האט געשריבן:
יש לציין שאף הנביא עצמו מעיד שהיא היתה אשתו (טו, א), מה שלא שייך בגויה שאין לישראל אישות בה. לפי זה מוכרחים לפרש שבקורת הורי שמשון היתה על הצורך לקחת גיורת מפוקפקת, ולא על נישואין עם גויה ממש.
ערבך ערבא צריך
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:40 pm
דורך yesiknow
הסברך הסבר צריך...
זיי מסביר וועלכע ערב דארף אן עירוב אדער ווייס ווערסא, טענק יו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:47 pm
דורך סקעפטיקער
yesiknow האט געשריבן:הסברך הסבר צריך...
זיי מסביר וועלכע ערב דארף אן עירוב אדער ווייס ווערסא, טענק יו.
דו קענסט נישט זאגן אז פון תנ"ך אליין איז מוכח אז ער האט זיי מגייר געווען געבויט אויף א הנחה וואס שטייט נישט אין תנ"ך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 11:36 pm
דורך מהיכי תיתי
צ.ק. גאר שיין באשריבן. און ווי פאסיג אין די יעצטיגע וואכן אין דף היומי וואו שמשון איז נישט א נאמען פון א נזיר נאר א מושג פון א נזיר.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:07 pm
דורך חדשים
שמן למאור האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:צפת האט געשריבן:אז מען רעדט פון שמשון, האב איך געזען צוברענגען אז שמשון איז נישט געווען קיין בעל-בחירה, ער האט פועל געווען ראבאטיש, פון הימל האט מען אים געפירט.
והראיה, אז נאך פארן געבוירן האט שוין גאט געזאגט אז ער וועט העלפן אידן וכו'... ער איז געפירט געווארן דירעקט פון אויבן.
מקור ביטע.
דא וויל ער אזוי לערנען לויט די רד”ק. חוץ מזה, איז עס אינטערסאנט דורכצוליינען. זייער א רייכע ארבייט אויף די נושא.
אט איז די גאנצע לשון הרד"ק. ער ברענגט נישט קיין ווארט אז שמשון איז נישט געווען קיין בעל בחירה.
ויש לתמוה היאך מי שצוה עליו הבורא ית׳ להיות קדושתו מן הבטן איך נטמא בבנות הפלשתים? והנראה בזה כי הנשים אשר לקח בתמנה ובעזה ובנחל שורק גייר אותן והשיבן לדת ישראל, כי חלילה משופט ישראל ומושיעם להתחתן בפלשתים ועובר על לאו דלא תתחתן בם אשר חמור מאד, ומביא את האדם לידי כפירה בבורא ית׳ ויתעלה, כמו שאמר: כי יסיר את בנך מאחרי (דברים ז׳:ד׳). ולא נמצא בכתוב שנענש על זה, ולא נאמר עליו שעשה רע בעיני י״י, והיה הבורא יתעלה מצליחו בכל אשר יפנה. וכן אמר הכתוב: כי מי״י היא (שופטים י״ד:ד׳), כלומר לקחתו אשה מבנות פלשתים מי״י היתה, ורצון האל ית׳ היה בזה, כי בודאי היה מגייר אותן ומשיבן אל דת ישראל.
ואף על פי כן סבה היתה מאת השם לקחת אשה מפלשתים להנקם בהם, כי נראה כי ישראל שבאותו הדור לא היו יראים השם כל כך שיושיעם תשועה שלימה מיד פלשתים, כי כל ימי שמשון היו מושלים פלשתים בישראל, כי מה שאמר הכתוב: ויתנם י״י ביד פלשתים ארבעים שנה (שופטים י״ג:א׳), עשרים של שמשון בכללם, על כרחך לפי חשבון השנים. ולא היו ישראל נלחמים בהם כי אם שמשון לבדו, ולפיכך לא היה לפלשתים טענה להלחם בישראל מפני שמשון, כי לא היה ברשותם והוא לבדו היה עושה הרעות בפלשתים, ועם פלשתים היה שוכן בעוד שהיה מריע להם. ומיראתם אותו גם כן היו נמנעים מלהלחם בישראל. לפיכך כשבקשוהו פלשתים מבני יהודה כשהלך לסלע עיטם, מסרוהו להם. וכן: עדת דבורים בגוית האריה ודבש (שופטים י״ד:ח׳), וכן: היות אשת שמשון למרעהו (שופטים י״ד:כ׳) – הכל סבה להנקם מפלשתים. יתברך האל אשר לו נתכנו עלילות וסבות ומאתו הכל.
אבל עונש נקירת עיניו – לפי שאמר: ותישר בעיני שמשון (שופטים י״ד:ז׳), ואמר: אותה קח לי כי היא ישרה בעיני (שופטים י״ד:ג׳), ידמה כי חשק בה ליופיה, וכן באחרות אשר חשק ולקח לתאותו אליהן, והנה הפסיד כוונתו הראשונה הטובה שהיתה רצון האל, כמו שכתוב: כי מי״י היתה כי תואנה הוא מבקש מפלשתים (שופטים י״ד:ד׳). נראה כי בתחילה היתה כוונתו לטובה, לבקש תואנה מפלשתים, ואחר כך גברה עליו התאוה בראותו אותה, וישרה בעיניו, והפסיד כוונתו האלהית בכוונתו הגופנית הבהמית אשר התערבה בה, ולפיכך נענש ונקרו פלשתים את עיניו מדה כנגד מדה. ורז״ל אמרו כן, אף על גב דכתיב: כי מי״י היא (שופטים י״ד:ד׳) כי אזל מיהא בתר ישרותיה אזל, ואף על פי כן עזרוהו מן השמים ונקם נקמת עיניו מפלשתים.
איך האב ספעציעל געשריבן ’וויל
ער אזוי לערנען אין די רד”ק.’ אני כשלעצמי פארשטיי נישט בכלל וואס עס מיינט ”בעל בחירה” און וועגן דעם קען איך נישט אריינרעדן. איך האב נאר געמאכט אין באלד די אלע ווערטער וואס די רד”ק שרייבט אז די אלע זאכן וואס שמשון האט געטון איז געווען פשוט ווייל דער אייבירשטער האט אזוי געוואלט און ער איז געווען די פאפעט אויסצופירן די פלאן. קען זיין פון דא האט ער גענומען אז ער האט נישט געהאט קיין בחירה.
וואס איך פארשטיי נישט איז, אלעס וואס א מענטש טוט איז דאך די אייבירשטענס פלאן? נאכדעם וואס ער איז געגאנגען נאך זיינע תאוות און ער האט שאדן געמאכט כוונתו האלהית, איז דאס נישט געווען מידיעת האל? בקיצור, איך פאר אריין אין די ידיעה ובחירה דיון וואס איך בין נישט קלאר. אבער איך זע אז די רד”ק וויל עס עפעס אפטיילן. קודם איז געווען אלעס די אייבירשטענס פלאן און שמשון האט געמוזט אזוי טון אבער נאכדעם איז הפסיד כוונתו האלהית שהיה רצון האל. איך פארשטיי נישט ווי רצון האל שטעלט זיך אפ, אפשר מי אני קען עס מסביר זיין.
שמן למאור האט געשריבן:בכלל איז שווער אנצונעמען זיין אפאלאגעטיע אז שמשון האט מגייר געווען אלע פרויען זיינע. קודם כל, עס ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון דעם אין די פסוקים. ועוד, די אשה זונה איז גאר שווער אנצונעמען אז ער האט איר קודם מגייר געווען...
דאס אז עס ווערט נישט דערמאנט אין די פסוקים איז נישט קיין קשיא פאר ווער עס קען ש”ס. דאס טוט דאך די גמרא כסדר. מען לייגט צו שטיקלעך צו די מעשה אז עס זאל נישט זיין קיין סתירה פון אנדערע פלעצער... א אשה זונה צו מגייר זיין רעדט דאך שוין די גמרא דערפון (יבמות כד: ומנחות מד.) זעט אויס אז עס איז יא געווען אנגענומען.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:33 pm
דורך שמן למאור
חדשים, דאס איז טאקע די נושא דא. מען קען זיך נישט מישן אין ידיעה- בחירה, מען פארשטייט עס סייווי נישט. מיר גלייבן (יא?) אז דאס אז די באשעפער האט שוין אלעס געוויסט פון פריער, איז נישט קיין סתירה מיטן זאגן אז ער האט געהאט א בחירה. די באשעפער האט אזוי צוגעפירט אבער ער האט למעשה געוועלט... אט דאס איז די פראבלעם מיט ידיעה ובחירה... ואכמ"ל.
בנוגע גירות... די גאנצע נושא פון גיור בכלל וויאזוי מיר קענען עס היינט, ווערט נישט דערמאנט אין גאנץ תנ"ך, די מושג האט זיך שפעטער אנגעהויבן... מען נעמט פשוט א שפעטערע מושג און מען לייגט עס ארויף אויף א פריערדיגע מעשה.
עס איז זייער שווער צו זאגן אז שמשון האט אנגעטראפן א זונה, איר מגייר אויסגעלערנט בפני בי"ד מצוות קלות, וחמירות, וכ' וכ'. אוודאי קען מען אלעס זאגן.. אבער.. ווייסעכמיין?
די גמרות וואס דו ברענגסט רעדן פון עפעס אנדערש. נעם למשל די צווייטע מעשה, ער האט איר נישט קודם מגייר געווען. נאר נאך וואס ביידע האבן געכאפט א הרהור תשובה נאך די מעשה מיט די ציצית, האט זי זיך באמת געוואלט מגייר זיין און חתונה האבן מיט אים. ס'נישט געווען די סטייל אנצוטרעפן א זונה, איר אריינשלעפן אין בי"ד פאר גיור, און ערשט דערנאך מזנה זיין. גיב מי א ברעיק...
בכלל האט אזא קבלות יהדות יענץ תוקף...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:55 pm
דורך חדשים
לגבי ידיעה ובחירה, איך וועל עס לאזן ביי ואכמ”ל ווייל איך פארשטיי נישט די יסודות אויף וואס עס איז געבויעט קען איך נישט בויען קיין בנינים. איך האב נאר צוגעצייכענט די וואס רעדן יא דערפון. דעטס אלל.
לגבי גיור, וויאזוי זאגט שרקי, אני אוהב בנים ואני אוהב הקדוש ברוך הוא. עס איז לאו דוקא א סתירה. (חוץ אז דאס איז די פוינט, צוזאמצושטעלן שמשון מיט שרקי...)
דאס אז גיור שטייט שפעטער און מ'וויל דאס אריינלייגן איך תנ”ך, נא, על זה אנו דנין. איך גלייב (?) אז דו ביזט נישט כופר בחז”ל אז עס איז א איסור צו חתונה האבן מיט א אשה גויה (מי אני, איך קען דיין אשכול...). אונזער ארבייט איז יעצט צו זען עס זאל שטימען מיט חז”ל. וואס איז ווראנג עס אריינצולערנען? אויב נעם איך אן דברי חז”ל מוז מען פשוט אזוי לערנען... און אזוי זאגט טאקע די רמב”ם.
דאס צו אזא קבלת יהדות האט תוקף, עיין ביבמות כד: וברמב"ם הלכות איסורי ביאה פרק יג הלכה יד ובשו"ת טוב טעם ודעת, סימן רל ובשו"ת אחיעזר חלק ג סימן כו ובשו"ת אגרות משה חלק אה"ע ד סימן מז ועוד.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:05 pm
דורך שמן למאור
ס'איז בכלל נישט מן הנמנע צו זאגן אז די גאנצע ענין פון גיור איז אן אויסטרעף פון חז"ל, פונקט ווי די אנדערע הונדרעטע זאכן וואס זיי האבן מוסיף געווען און צוגעלייגט צו די תורה. בזמן שמשון איז עס מעגליך נאכנישט געווען. נאר גאר שפעטער ווען די נושא פון גיור איז שוין געווען אן אנגענומענע זאך, האבן די שפעטערדיגע מפרשים פראבירט ארויפצוקלעבן זייערע מושגים אויף צוריק.
בענין קבלת היהדות האסטו נישט פארשטאנען וואס איך האב געזאגט. איך האב נישט אוועקגעמאכט די ענין פון קבלת המצוות, אדרבה, דאס איז איינע פון די עיקרים אין די גיור פראצודור. מען נעמט נישט אן קיין גר וואס וויל זיך דאס נישט מקבל זיין. און טאקע דאס איז געווען מיין פוינט בנוגע שמשון מיטן זונה. אפילו נניח אז ער האט אנגעטראפן א זונה וואס האט מסכים געווען צו קומען לפני שלושה, און הערן מצות חמורות וקלות... וכ' וכ' איז דאס אלעס א ליצנות ווייל זי איז זיך עכט נישט מקבל גארנישט. ס'איז ניטאמאל קיין גיור לשם אישית (וואס מיר זענען גראדע אויך נישט מקבל) שמשון איז אפילו נישט געבליבן וואוינען מיט איר. זי איז זיך מקבל גירות אז איר ערשטע מצוה זאל קענען זיין מזנה זיין צו מיט שמשון...?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 4:38 pm
דורך חדשים
עס איז דריי באזינדערע נושאים. 1, גיור. 2, לישא נכרית. 3. לבעול נכרית בזנות.
דאס אז א גוי/טע קען זיך מגייר זיין שטייט טאקע נישט אין די תורה אבער חז”ל זענען אזוי מסביר די תורה. און דאס דארף מען אננעמען פשוט פשט. (ביז דא זענען מיר אויף די זעלבע פעידזש?...) און עס איז דא אסאך פסוקים אין די תורה וואס רעדן פון גרים וואס פון דעם זעט מען אז עס איז דא א תורה שבעל פה וויאזוי עס ארבייט גיור. למשל, עֹשֶׂה מִשְׁפַּט יָתוֹם וְאַלְמָנָה וְאֹהֵב גֵּר לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשִׂמְלָה. וַאֲהַבְתֶּם אֶת הַגֵּר כִּי גֵרִים הֱיִיתֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם. כְּאֶזְרָח מִכֶּם יִהְיֶה לָכֶם הַגֵּר הַגָּר אִתְּכֶם וְאָהַבְתָּ לוֹ כָּמוֹךָ כִּי גֵרִים הֱיִיתֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם ועוד ועוד. עס איז דא דיני עמוני ומואבי וואס טארן נישט ווערן גרים. סא איך פארשטיי נישט וויאזוי עס זאל נישט זיין מן הנמנע צו זאגן אז עס איז נאכנישט געווען בזמן התורה.
לגבי לישא נכרית, איז דאך א פסוק מפורשת ’לא תתחתן בם.’
לגבי לבעול נכרית בזנות, איז טאקע יא מדיני סופרים וקנאין פוגעין בו כמבואר בסנהדרין.
דאס וואס די מאכסט אוועק די גיור דאס רעדן דאך די אלע וואס איך האב צוגעצייכענט ובראשם די רמב”ם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:56 pm
דורך שמן למאור
חדשים האט געשריבן:עס איז דריי באזינדערע נושאים. 1, גיור. 2, לישא נכרית. 3. לבעול נכרית בזנות.
דאס אז א גוי/טע קען זיך מגייר זיין שטייט טאקע נישט אין די תורה אבער חז”ל זענען אזוי מסביר די תורה. און דאס דארף מען אננעמען פשוט פשט. (ביז דא זענען מיר אויף די זעלבע פעידזש?...)
ניין כ'בין נאכנישט מסכים. כ'בין נאכנישט אויפן זעלבן פעידזש. פון וואו נעמסטו אז די חכמים האבן 'אריינגעטייטשט' גיור אין די תורה, ווער זאגט דיר אז זיי האבן דאס נישט 'מחדש' געווען?
די ווארט גר אין די תורה מיינט נישט דאס וואס די ווארט גר מיינט ביי אונז. ווען די תורה רעדט פון א "גר", מיינט די תורה איינער וואס וואוינט אין א פרעמדע לאנד/שטאט וכדומה, און נישט איינער וואס איז זיך "מגייר". די אלע מאל וואס די תורה נעמט זיך אן פאר א גר, לאזט נישט טשעפענען א גר, און הייסט העלפן א גר, מיינט די תורה א גוי וואס וואוינט צווישן אידן! דאס קען מען זעהן פון עטליכע פלעצער אין תורה.
לדוגמא:
די תורה שרייבט אז א נבלה זאל מען גיבן פאר א גר צו עסן! (דברים יד. לֹא תֹאכְלוּ כָל-נְבֵלָה, לַגֵּר אֲשֶׁר-בִּשְׁעָרֶיךָ תִּתְּנֶנָּה וַאֲכָלָהּ, אוֹ מָכֹר לְנָכְרִי). צודען מעג א 'גר' (אונזער מושג פון גר) עסן נבילה?
נאך א דוגמא איז טאקע די פסוקים וואס דו ברענגסט צו. די תורה שרייבט אז אונז זעמיר געווען גרים אין מצרים (דברים י. יח עֹשֶׂה מִשְׁפַּט יָתוֹם, וְאַלְמָנָה; וְאֹהֵב גֵּר, לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשִׂמְלָה. יט וַאֲהַבְתֶּם, אֶת-הַגֵּר: כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם, בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם.), צו האלט דען איינער פאר א סעקונדע אז אונז האבן זיך מגייר געווען צו די מצרי'שע רעליגיע?
ס'איז פשוט אז א א גר מיינט, דאס וואס ס'איז טייטש...
גר=פרעמדער
דער וואס וואוינט אין א פרעמדע לאנד.
בנוגע די איסור פון עמון און מואב. עס שטייט נישט אז זיי טארן נישט ווערן קיין גרים, עס שטייט סך הכול אז מען טאר נישט חתונה האבן מיט זיי! אויב נעמען מיר אן אז דאן האט נאכנישט עגזעסטירט קיין איסור חתונה צו האבן מיט א גויטע (חוץ די ז' עממים אלס לא תתחתן בם. און אזוי אויך אלע פעלקער עובדי עבודה זרה וועגן די דרש 'כי יסור' לרבות כל המסירים... [אויך לאו דוקה, ווייל דאס קען אויך זיין א שפעטערדיגע חידוש וואס מען האט אריינגע'דרש'נט אין די תורה] אבער נניח) דאן קומט אויס אז סתם גוים וואס האבן נישט געדינט ע"ז זענען געווען מותר, און אויף דעם קומט די תורה צו אסר'ן עמון ומואב בכל אופן. (כמבון ביז עס האט אויסגעפעלט צו מחדש זיין א נייע דרש פון עמון ולא עמונית, מואב ולא מואבית)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:57 pm
דורך מתבודד
שמן למאור האט געשריבן:
ניין כ'בין נאכנישט מסכים. כ'בין נאכנישט אויפן זעלבן פעידזש. פון וואו נעמסטו אז די חכמים האבן 'אריינגעטייטשט' גיור אין די תורה, ווער זאגט דיר אז זיי האבן דאס נישט 'מחדש' געווען?
און אפילו אויב יא ווייסן מיר אז כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש וכו', טא ווי פונקט כאפט די נפק"מ?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:17 pm
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
ניין כ'בין נאכנישט מסכים. כ'בין נאכנישט אויפן זעלבן פעידזש. פון וואו נעמסטו אז די חכמים האבן 'אריינגעטייטשט' גיור אין די תורה, ווער זאגט דיר אז זיי האבן דאס נישט 'מחדש' געווען?
און אפילו אויב יא ווייסן מיר אז כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש וכו', טא ווי פונקט כאפט די נפק"מ?
איך בין נאר נייגעריג אויב די מימרא 'כל מה שתלמיד ותיק עתיד להורות לפני רבו כבר נאמר למשה בסיני' איז אויך געזאגט געווארן בסיני...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:01 pm
דורך מי אני
חז״ל האבן געהאלטן אז עס זענען דא צוויי סארטן ״גרים״ ווען די תורה רעדט פון א סאציאלע קלאס בישראל. סתם א גר לגבי די מצות עליו (ואהבתם את הגר, אתה והגר וכדומה) מיינט א גר
צדק (לדוגמא ביבמות מו: ו סוגיא שם ובספה״מ להרמב״ם עשה רז על הפסוק והמצוה ואהבתם את הגר). עס איז טאקע דא מקומות (כבנבילה וכדומה) וואו עס מיינט א גר
תושב. די ערשטע איז א איד ווי אונז פארשטיי מיר ״גר״. די צווייטע איז בעצם א גוי הדר בא״י וקיבל עליו ז׳ מצות בני נח.
מ׳קען טאקע זאגן, ווי די אקאדעמיקער, אז דאס איז נישט באמת פשט אין פסוק וכוונת כותבי התורה. און ווי איך האב צוגעברענגט בתוך
מיין אשכול וואס
@חדשים האט
פריער דערמאנט, איז די מושג פון גר ״
צדק״ ערשט שפעטער ארויסגעוואקסן מיט די פּאראדיים פון עזרא והמסתעף (וואס עזרא איז בעצם געווען נאך שטרענגער מיט זיין ״זרע קודש״). אבער אזוי האבן עס חז״ל למעשה אפגעלערענט. (מ׳קען טאקע זאגן אז חז״ל האבן געוואוסט אז עס איז נישט אזוי, און דאס פארדרייט במכוון. אבער דאס דארף מער דעקונג.) ועיין
כאן בדברי דר. ישי ראזען-צבי
(ער ברענגט צו דיעות וואס האלטן אז דער ״גר״ בספר דברים מיינט גאר אנטלאפענע אידן ממלכות ישראל קיין מלכות יהודה, לאחר שהגלם סנחריב, וואס D איז לאחר זה).
מ׳דארף אויך אין אכט נעמען אז ״נכרי״ מיינט ״פרעמדער״; ״גר״ מיינט ״וואוינער״. וממילא ווען חז״ל זענען דן דערין בשם ״גר״, וואו/ווען זיי זענען שוין נישט געווען שרוי על אדמתן, באציהען זיי זיך צו וואס די תורה האט געמיינט מיט ״גר״;
נישט אז זיי געבן א ״נייע״ שם ״גר״ וואס האט נישט קיין קשר עם ה״גר״ בתורה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:27 pm
דורך חדשים
זכה מלאכתו נעשית ע”י אחרים, מאן אחרים הרבי שמאי”ר עיני ישראל.
אונז זענען קיינער נישט געווען בזמן התורה פאר חז”ל. און אונז ווייסן נישט וואס משה רבינו האט געמיינט סיי ביי וקשרתם לאות על ידך און סיי ביי ואהבתם את הגר. עס איז נאר געבליבן המסורה והמקובל. אויב חז”ל איז די אנגענומענע סמכות וואס די תורה האט געמיינט ביי תפילין (וואס איך פארשטיי אז דאס נעמסטו אן) איז הוא הדין ביי ואהבתם את הגר. זאגן אז ואהבתם את הגר מיינט א פרעמדע גוי איז נישט קיין שלעכטע פשט אבער חז”ל זאגן אז די תורה האט געמיינט א גר צדק.
אז דו ווילסט קען מען אריינגיין אין א עקסטרע שמועס בנושא דרשות חז”ל אויב און ווען מיינט עס אז די תורה זאגט עס ובכלל המדות שהתורה נדרשת בהן. איך שטעל מיר פאר אז דו האסט שוין געלערנט די רמב”ם אויף די נושא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:42 am
דורך שמן למאור
שכח @מי אני פארן אנצייכענען די מראה מקומות. איך צי צוריק, ס'איז גאנץ קלאר אז חז"ל האבן 'אריינגעלערנט' אין די פסוקים אז געוויסע מאל מיינט 'גר' א גוי שנתגייר, א גר צדק. הגם איך זע נישט קיין ריאות מצידם פארוואס מען מוז אזוי זאגן, דאך איז קלאר פון די גמרא אין ב"מ נ"ט: און פון די גמרא יבמות מו: אז זיי האבן אפגעלערנט געוויסע פסוקים אז עס מיינט א גר שנתגייר.
וואס בלייבט נאר איבער צו וויסן איז, צי זיי האבן אזוי געהאט מקובל מסיני, אדער האבן זיי דאס שפעטער אליין מחדש געווען און דערנאך פארטייטשט אין די פסוקים. נעם למשל די גמרא אין יבמות מו: וואס זאגט אזוי: "אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן, גר צריך ג' משפט כתיב ביה" ער לערנט ארויס פון די פסוק אז א גיור מוז צוגיין מיט דריי מענטשן. ביידע פסוקים וואס רש"י ברענגט (אז אפשר דאס דרש'נט ר' יוחנן) קען מען נישט טרעפן אין זיי קיין זכר צו די מושג פון 'גיור', די פסוקים רעדן בכלל נישט פון דעם. מוז מען זאגן איינע פון צוויי, אדער זענען די דרשות אזוי ווי אלע זאכן וואס מיר האבן מקובל מסיני, און מען וואלט עס טאקע נישט אליין גע'דרש'נט פון די תורה, אדער איז עס טאקע א שפעטערדיגע אויסטרעף פון חז"ל, און כדרכם האבן זיי אריינגעלייגט זייער רייד אין פסוקים אלץ אזא אסמכתא. אבער באמת האבן זיי אליין אויך געוויסט אז נישט דאס איז באמת כוונת המקרא.
די זעלבע איז גילטיג ביי אלע אנדערע מקומות ווי חז"ל ניצן די פסוקים צו דרש'ענען דערפון הלכות פון א גר שנתגייר. א שטייגער ווי די גמרא אויפן קומענדיגן דף יבמות מז. "ת"ר (דברים א, טז) ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו ובין גרו מכאן א"ר יהודה גר שנתגייר, בב"ד, הרי זה גר, בינו לבין עצמו, אינו גר"; ס'איז קלאר אז נישט דאס זאגט די פסוק בפשטות, די שאלה איז נאר וועלכע פון די צוויי אויבנדערמאנטע מהלכים מיר וועלן אננעמען בנוגע די סארט דרשות חז"ל.
איך וואלט געוואלט ברענגען א ראיה אז די צווייטע מהלך איז ריכטיג, טאקע פון די גמרא יבמות מו: ממש די נעקסטע שטיקל גמרא נאך די מימרא וואס איך האב פריער געברענגט. און אזוי אויך פון די גמרא אין ב"מ שזכרנו לעיל. די גמרא אין יבמות זאגט אזוי: "ת"ר מי שבא ואמר גר אני, יכול נקבלנו, ת"ל אתך במוחזק לך, בא ועדיו עמו מנין ת"ל (ויקרא יט, לג) וכי יגור אתך גר בארצכם";
יעצט לאמיר צוברענגען די גמרא ב"מ נט:
תנו רבנן המאנה את הגר עובר בשלשה לאוין... (שמות כב, כ) וגר לא תונה (ויקרא יט, לג) וכי יגור אתך גר בארצכם לא תונו אותו (ויקרא כה, יז) ולא תונו איש את עמיתו וגר בכלל עמיתו הוא;
(דאס איז קלאר אז די גמרא דרש'נט עס דא אין די קאנטעקסט פון א גר 'צדק' ווייל די דריטע פסוק רעדט זיך דאך ביי אידן און מען ניצט עס אויפן גר ווייל 'בכלל עמיתו הוא')
יעצט, די צווייטע פסוק וואס ער ברענגט דא אין די שטיקל גמרא, איז די זעלבע פסוק וואס די גמרא ניצט אין יבמות דף מו: די פסוק איז ויקרא, יט, לג:
יעצט לאמיך אהערברענגען די לשון הפסוקים וואס ביידע שטיקלעך גמרא ניצן עס קלאר פאר א גר צדק אין די קאנטעקסט פון גיור:
ויקרא, יט, לג: וְכִי-יָגוּר אִתְּךָ גֵּר, בְּאַרְצְכֶם, לֹא תוֹנוּ, אֹתוֹ. לד כְּאֶזְרָח מִכֶּם יִהְיֶה לָכֶם הַגֵּר הַגָּר אִתְּכֶם, וְאָהַבְתָּ לוֹ כָּמוֹךָ--כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם, בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם: אֲנִי, ה' אֱלֹקיכֶם.
לכאורה איז גאנץ קלאר אז פשטות לשון הפסוק רעדט פון א גר תושב, ווייל ער שטעלט עס דאך צו צו די אידן אין מצרים וואס דארטן איז דאך די גירות געווען כפשיטו 'גר בארץ אחרת' און נישט א מושג פון אננעמען א רעליגיע. די תורה וויל אונז זאגן, טשעפע נישט דעם גר, דערמאן דיך נאר ווען דו ביסט געווען א גר בארץ אחרת! א גר תושב! און דאך ניצן עס חז"ל אויף זייערע דרשות פון גר צדק, זעט אויס אז זיי האבן עס שפעטער ארויפגעלייגט בלויז אלס אן אסמכתא, און זיי האבן אליין געוויסט אז נישט דאס מיינט די פסוק באמת צו זאגן. ס'איז מיר שווער אנצונעמען אז זיי האבן געהאט מקובל אז די פסוק מיינט באמת פונקט פארקערט ווי זיין פשטות. אבער יש לחלוק על זה, מען קען זאגן אז בפשטות גייט טאקע ארויף די פסוק אויף א גר תושב, און דאך האבן חז"ל געהאט 'בקבלה' אז מען קען אויך דרש'ענען די פסוקים אויף הלכות גר צדק. והבוחר יבחר.
איך מיין אז דאס איז א שיינע שמועס וואס מען וואלט געקענט אפטיילן אין א באזונדערע אשכול. אלעס ארום די נושא פון גיור, די מקור, היסטאריע, טענת המבקרים, וכ'
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:41 pm
דורך אינטערסאנטער
איך באצי מיך בעיקר צום קעפל פונעם אשכול.
אין די ספר ויואל משה (ובהמבואר, איז דא נאך מראה מקומות), האט ער דארט א שיינע שמועס ווי אסאך מאל איז נ"ך געשריבן געווארן מיט מליצות, וואס בשעת מעשה האבן עס מענטשן קלאר פארשטאנען אלס א מליצה, ווייל מען האט געלעבט מיט אנדערע מושגים און די שפראך איז געווען מער טיפער און חכמה'דיג, ממילא קומט אויס אסאך מאל אז זאכן וואס זעען אויס על פי פשטות הכתובים אויף איין געוויסע וועג, איז די ריכטיגע וועג דאס אפצולערנען שלא על פי פשוטן, און אויף די וועג גייט אלע מעשיות פון נ"ך וואס זעט אויס ביליג וכדומה, אז די וועג וויאזוי חז"ל דרשנ'ען דאס, און די וועג וויאזוי מען דארף דאס אנצוקוקן, איז מיט אן אנדערע סארט בליק ווי די פליישיגע אויגן קוקט דאס אן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:51 pm
דורך סקעפטיקער
אינטערסאנטער האט געשריבן:אסאך מאל איז נ"ך געשריבן געווארן מיט מליצות, וואס בשעת מעשה האבן עס מענטשן קלאר פארשטאנען אלס א מליצה
די גאנצע עקזיסטענץ פון שמשון איז בלויז א מליצה? אדער נאר די חלקים וואס שמעקן נישט? קום אריין מיט א קלארע ביאור, און וויאזוי האט מען געשריבן אויב די מעשה האט טאקע פאסירט? מענטשן וואלטן דאך עס אייביג פארשטאנען אלס מליצות. בקיצור, א שיינע וועג ארויס.