בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 12:01 am
דורך berlbalaguleh
ווייל די תורה רעדט צו רוב, נארמאטיווע מענטשן. וועלכע זענען נישט, בטבעם אפליקטעד מיט די נישט גוטע נטייה. (פון משיכה צום אייגענעם מין).

אין א יעדן חלק פון די בריאה (דצמ"ח) איז פארהאן א געוויסער פראצענט וועלכע זענען אן אנאמאלי. אנדערש ווי די געוויינליכע טבע..

די נטייה צו האמאסעקסואליטי איז ביז בערך פופציג יאר צוריק באטראכט געווארן דורך די דאקטוירים און סאציאלאגן אלס אן אומנארמאלער מענטל דיסארדער. נאר נאכ'ן פאליטישן דרוק פון די אויפגייענדע ארגאניזאציעס פון די האמאסעקסואלע מענטשן האבן זיי עס ארויסגענימען פון זייער ליסט פון מענטל דיסארדערס...!

דער ווענדפונקט איז געקומען נאך די פאליציי אין מאנהעטן איז באפאלן די קלאב וואס האט געהייסן "סטאונוואלל אינן" אין יאר 1969.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 12:35 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל די תורה רעדט צו רוב, נארמאטיווע מענטשן. וועלכע זענען נישט, בטבעם אפליקטעד מיט די נישט גוטע נטייה. (פון משיכה צום אייגענעם מין).

אין א יעדן חלק פון די בריאה (דצמ"ח) איז פארהאן א געוויסער פראצענט וועלכע זענען אן אנאמאלי. אנדערש ווי די געוויינליכע טבע..

די נטייה צו האמאסעקסואליטי איז ביז בערך פופציג יאר צוריק באטראכט געווארן דורך די דאקטוירים און סאציאלאגן אלס אן אומנארמאלער מענטל דיסארדער. נאר נאכ'ן פאליטישן דרוק פון די אויפגייענדע ארגאניזאציעס פון די האמאסעקסואלע מענטשן האבן זיי עס ארויסגענימען פון זייער ליסט פון מענטל דיסארדערס...!

דער ווענדפונקט איז געקומען נאך די פאליציי אין מאנהעטן איז באפאלן די קלאב וואס האט געהייסן "סטאונוואלל אינן" אין יאר 1969.
דו פארציילסט זייער שיין היסטאריע, אבער דו פארענטפערסט נישט מיין טענה. די תורה עפלייט נישט צו יעדן נאר צו רוב מענטשן? און בכלל, פארוואס אויב ביי געוויסע מענטשן איז דאס זייער טבע זאל עס פאר אנדערע זיין אן איסור סקילה, אפשר זאל אויך פאר ג' זיין איסור סקילה צו וואוינען מיט נקיבות?

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 2:33 pm
דורך ליימדארפער
אויב גלייבסטו אז אין הקדוש ב''ה בא בטרוניא, גלייבסטו אויך, אז ס'דא א וועג זיך איינצוהאלטן בדרך הטבע, און פאלגן די תורה.
אלא מאי, ווי הרב שלמה אבינר זאגט שוין, אז ער וויל שמוץ. נו דאס איז ער, און דאס באקומט ער.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 3:06 pm
דורך סקעפטיקער
ליימדארפער האט געשריבן:אויב גלייבסטו אז אין הקדוש ב''ה בא בטרוניא, גלייבסטו אויך, אז ס'דא א וועג זיך איינצוהאלטן בדרך הטבע, און פאלגן די תורה.
אלא מאי, ווי הרב שלמה אבינר זאגט שוין, אז ער וויל שמוץ. נו דאס איז ער, און דאס באקומט ער.
איך האב נישט געזאגט וואס איך האלט, אבער על הצד עס איז טאקע א טבע וואס איז שייך צו זאגן "זיך איינצוהאלטן בדרך הטבע", פארוואס זאל די אייבערשטער באשאפן מענטשן וואס זאלן זיך דארפן איינהאלטן פון זייערע נאטורליכע נטיות? וואס איז דאס אנדערש פון די נטיות וואס רוב מענטשן האבן? און מהך טעמא צ"ב פארוואס דאס איז "שמוץ"?

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 3:41 pm
דורך ליימדארפער
מיין טבע איז אז איך האב ליב פרויען, אבער די תורה לאזט מיך נאר ליב האבן במחשבה ובמעשה מיין פרוי בלויז. ס'מיין טבע? בסדר, אבער דאס מיינט יצר הרע ויצר הטוב.
דו ווילסט טון אסאך זאכן, אבער ס'דא זאכן וואס לאזן דיר נישט. אדער רעליגיע, אדער מענטשליכקייט, אדער שטאטישע געזעץ.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 4:57 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן:אויב גלייבסטו אז אין הקדוש ב''ה בא בטרוניא, גלייבסטו אויך, אז ס'דא א וועג זיך איינצוהאלטן בדרך הטבע, און פאלגן די תורה.
אלא מאי, ווי הרב שלמה אבינר זאגט שוין, אז ער וויל שמוץ. נו דאס איז ער, און דאס באקומט ער.
איך האב נישט געזאגט וואס איך האלט, אבער על הצד עס איז טאקע א טבע וואס איז שייך צו זאגן "זיך איינצוהאלטן בדרך הטבע", פארוואס זאל די אייבערשטער באשאפן מענטשן וואס זאלן זיך דארפן איינהאלטן פון זייערע נאטורליכע נטיות? וואס איז דאס אנדערש פון די נטיות וואס רוב מענטשן האבן? און מהך טעמא צ"ב פארוואס דאס איז "שמוץ"?
די סארט טענה האב איך קיינמאל געהעריג פארשטאנען. די באשעפער האט פשוט געוואלט פריוון געוויסע מענטשן מיט שטארקע נסיונות.. וואס איז אזוי שווער דערמיט? וואס איז מיט אנדערע זאכן וואס איז זייער שווער? אפשר איז די איסור אויף הוצאת ז"ל קעגן די טבע פון בחורים? פארוואס האט גאט באשאפן געוויסע מענטשן מיט א טבע וואס ציעט צו שמוץ מער ווי א צווייטן?

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 8:36 pm
דורך דערהויבענע איד
דעיס איז נישט אזא גרויסע קשיא. ליבאביטשער רבי זי''ע שרייבט אויף די נסיון אז ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס ווערט געבוירן מיט די קראנקהייט פון גנב'ענען, אפילו זאכן וואס מ'וויל נישט האבן.

פונקט אזוי ווי יעדער איז מסכים אז ס'איז דא עבירות שאין אדם ניצל מהן. פארדעם זגט מען סלח לנו דריי מאל א טאג.

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 8:48 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן: די סארט טענה האב איך קיינמאל געהעריג פארשטאנען. די באשעפער האט פשוט געוואלט פריוון געוויסע מענטשן מיט שטארקע נסיונות.. וואס איז אזוי שווער דערמיט? וואס איז מיט אנדערע זאכן וואס איז זייער שווער? אפשר איז די איסור אויף הוצאת ז"ל קעגן די טבע פון בחורים? פארוואס האט גאט באשאפן געוויסע מענטשן מיט א טבע וואס ציעט צו שמוץ מער ווי א צווייטן?
די תאוה צו הוצאת ז"ל איז דא פאר א סיבה, עס צו נוצן בין איש לאשתו, אוודאי גייט עס נישט אוועק גיין ווען עס איז נישט שייך, און דאס קען טאקע זיין א נסיון. וואס צו טוהן אויף למעשה ביי בחורים יש לדון, אדער צו גיין מיטן מהלך פונעם עזר מקודש סי' ע"ו אדער די מהלך פונעם שאילת יעבץ חלק ב סימן טו, אדער חתונה צו מאכן ביי די בר מצוה, עכ"פ דאס איז נישט מתנגד צו די טבע. די "טבע" איז נישט "היפך התורה", און די זעלבע איז גילטיג ביי די אנדערע טענות דערמאנט (עס דערמאנט זייער שטארק די גמרא אין חולין ק"ט כל דאסר לן רחמנא שרא לן כוותיה)

אבער דא איז דאך עס אזאך וואס א מענטש וואס ווערט געבוירן מיט אזא טבע איז עס א "טבע היפך התורה", עס איז נישטא קיין וועג וויאזוי ער קען ארויסגעבן זיינע נאטורליכע אינסטינקטן. אויב זאל מען זאגן אז דאס איז נישט קיין טבע נאר ער האט זיך עס אליין אנגעווערטשאפט, נניח, אבער אויב דאס איז א טבע איז עס צריך עיון

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 10:13 pm
דורך ליימדארפער
סקעפטיקער האט געשריבן:צו גיין מיטן מהלך פונעם עזר מקודש סי' ע"ו אדער די מהלך פונעם שאילת יעבץ חלק ב סימן טו,
ביטע קענסטו אהערלייגן בקיצור די סעלושן פון ביידע. פונעם עזר מקודש און יעב''ץ.

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 10:21 pm
דורך סקעפטיקער
ליימדארפער האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:צו גיין מיטן מהלך פונעם עזר מקודש סי' ע"ו אדער די מהלך פונעם שאילת יעבץ חלק ב סימן טו,
ביטע קענסטו אהערלייגן בקיצור די סעלושן פון ביידע. פונעם עזר מקודש און יעב''ץ.
עזר מקודש האלט אז די איסור פון הוז"ל איז נאר ביטול פו"ר, איינער וואס איז און גייט ממילא נישט יעצט חתונה האבן איז נישט בכלל האיסור, די שאילת יעב"ץ האלט אז פילגשים (בלא כתובה וקידושין) קען אנגיין בזמן הזה (נאך טבילה במקוה) ממילא קען מען איינפירן ג"פ

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 10:47 pm
דורך ליימדארפער
כ'בין נישט אזא ת''ח, וואס מיינט ג''פ.
און וואס איז מיט א ערלית אלץ פילגש

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 10:52 pm
דורך סקעפטיקער
ליימדארפער האט געשריבן:כ'בין נישט אזא ת''ח, וואס מיינט ג''פ.
און וואס איז מיט א ערלית אלץ פילגש
מ'דארף נישט זיין א ת"ח צו וויסן וואס מיינט ג"פ, פרעג גוגל וואס GF מיינט.
איך מיין אז די יעב"ץ רעדט נאר פון א ישראלית

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:00 pm
דורך ליימדארפער
אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע, פארוואס זעמער פרומער ווי די יעב''ץ? און וואס דרייעט מען די קאפ פאר די בחורים מיט זינד וכדומה? וויפיל בחורים אויב נישט רוב, דערגייט דאס צו די נערווען אז זיי זענען שלעכט און זינדיג.

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:53 pm
דורך קהל'ס נער
ליימדארפער האט געשריבן:אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע, פארוואס זעמער פרומער ווי די יעב''ץ? און וואס דרייעט מען די קאפ פאר די בחורים מיט זינד וכדומה? וויפיל בחורים אויב נישט רוב, דערגייט דאס צו די נערווען אז זיי זענען שלעכט און זינדיג.
איך פרעג שוין לאנג, פארוואס פייניגט מען בחורים מיטן זינדגעפילן אויף א איסור וואס איז בכלל נישט קיין איסור, קראנקע וועלט דאס.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:54 am
דורך שמן למאור
ליימדארפער האט געשריבן:אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע, פארוואס זעמער פרומער ווי די יעב''ץ? און וואס דרייעט מען די קאפ פאר די בחורים מיט זינד וכדומה? וויפיל בחורים אויב נישט רוב, דערגייט דאס צו די נערווען אז זיי זענען שלעכט און זינדיג.
וויל די יעב"ץ איז א שיטה יחידאה, רוב האלטן אז עס איז אסור. די יעב"ץ אליין זאגט אז נאר אויב נאך גדולי ישראל וועלן מיטשטיין מיט אים וועט ער עס מתיר זיין. וכלשונו:
מ"מ איני רוצה שיסמוך אדם ע"י בזה כי אם ע"פ הסכמת גדולי הדור, ואם ייטבו דברי אלה בעיניהם, היי חלקי עמהם.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 3:53 pm
דורך אינגערמאנטשיקל

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 4:53 pm
דורך עובדיה
שמן למאור האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן:אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע, פארוואס זעמער פרומער ווי די יעב''ץ? און וואס דרייעט מען די קאפ פאר די בחורים מיט זינד וכדומה? וויפיל בחורים אויב נישט רוב, דערגייט דאס צו די נערווען אז זיי זענען שלעכט און זינדיג.
וויל די יעב"ץ איז א שיטה יחידאה, רוב האלטן אז עס איז אסור. די יעב"ץ אליין זאגט אז נאר אויב נאך גדולי ישראל וועלן מיטשטיין מיט אים וועט ער עס מתיר זיין. וכלשונו:
מ"מ איני רוצה שיסמוך אדם ע"י בזה כי אם ע"פ הסכמת גדולי הדור, ואם ייטבו דברי אלה בעיניהם, היי חלקי עמהם.
די יעב"ץ איז נישט ממש א שיטה יחידאה, אין שו"ע אה"ע סי' כ"ו ס"א ברענגט די רמ"א צוויי דעות אויב א פילגש איז מותר, און לפי רוב פוסקים שם איז לכו"ע נישט דא קיין איסור תורה.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 10:01 pm
דורך ליימדארפער
https://www.youtube.com/watch?v=PrbccVUFvQk

הרב שמואל אליהו, זאגט זיין עקספיריענס וואס ער ווייסט צו זאגן דערוועגן.
אז מ'קען זיך מתגבר זיין דערויף, און זיין א 'נארמאלע' מענטש מיט געזונטע נייטונגען ווי גאט ב''ה וויל.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 4:57 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2023 12:40 pm
דורך כרם זית
פעפער האב איך ליב?

Sent from my kosher phone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2023 2:59 pm
דורך ליימדארפער
מ'טאר באמת נישט משתף זיין דעם אייבירשטן מיט נאך עפעס.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 5:32 pm
דורך יעקב מענטש
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איינער דא פארשטייט פארוואס ס'דארף זיין פאבליק קנאולעדזש וועלכע סארט מיצווע ער האט ליעב?
דזשאסט עסקינג פון א ריין סעקולארע פערספעקטיוו.
אמין חזירישע וועלט.
1) ס'איז חזיריש בלויז פון א רעליגיעזע פערספעקטיוו. אין די סעקולארע\ליבעראלע וועלט איז עס נישט חזיריש.

2) וואס טריגערט אייך?
.

1) דו פארמאגסט בכלל ווירדן? אזוי ווי יעדער בר דעת פארשטייט (עכ"פ דערווייל) אז ס'איז דא זאכן וואס איז נישט שיין אויסצושמועסן אין פאבליק און זיכער נישט מאכן העדליינס, אזוי ווי איך מיין דו פארשטייסט פארוואס ס'איז פראבלעמאטיש צו קיין הונדערט פראצענט בגדים'לאז אויף די גאס, איא? דאס רופט זיך 'ווירדן'.

2) נישט פארשטאנען.

די תורה זאגט אונז אויך אז מ'קען האבן נאטורליכע נטיה דערצו, והא ראיה ס'שטייט אז מ'טאר עס נישט טוהן. אבער וואס איז די גרויסע נייעס אז דו פארמאגסט די נטיה? סך הכל האסטו נאך א יצר הרע צו דיעלן מיט, אזוי ווי א צווייטער מוטשעט זיך מיט נסיונות איבער אן אשת איש, אזוי האט שרקי זיין יצר, נישטא קיין נייעס אין דעם.

אויך שרייבסטו עפעס אז 400 מענטשען מיט אזא יצר הרע האבן זיך באטייליגט ביי די סיום הש"ס, איך האב גראדע געהערט אז ארום 80% פון די באטייליגטע פארמאגן דעם געווענליכן יצר הרע צו נשים, מאנכע זאגן אז די ציפער איז נאך העכער אויב רעכנט מען אריין די מענטשען וואס זענען נאך אין די קלאזעט....

פון דיינע תגובות זעהט מען דיין הערצה צו די מענטשען מיט די אומגעווענליכע יצר הרע, און איך מוטשע מיך נאך צו פארשטיין פארוואס

Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 6:33 pm
דורך צוזאמגעדרייט
יעקב מענטש האט געשריבן: 1) דו פארמאגסט בכלל ווירדן? אזוי ווי יעדער בר דעת פארשטייט (עכ"פ דערווייל) אז ס'איז דא זאכן וואס איז נישט שיין אויסצושמועסן אין פאבליק און זיכער נישט מאכן העדליינס,
איך האב ווערדן, דאס איז לדעתי נישט קיינע ווערדן, דאס איז רעליגיע.
יעקב מענטש האט געשריבן: אזוי ווי איך מיין דו פארשטייסט פארוואס ס'איז פראבלעמאטיש צו קיין הונדערט פראצענט בגדים'לאז אויף די גאס, איא? דאס רופט זיך 'ווירדן'.
איך פארשטיי נאך נישט אינגאנצן, איך קען גראדע הערן ביידע צדדים. בכלל, פארוואס דארף איך האבן ווערדן, און אויב שוין יא, פארוואס די זעלבע ווערדן ווי אייך?
יעקב מענטש האט געשריבן: די תורה זאגט אונז אויך אז מ'קען האבן נאטורליכע נטיה דערצו, והא ראיה ס'שטייט אז מ'טאר עס נישט טוהן. אבער וואס איז די גרויסע נייעס אז דו פארמאגסט די נטיה? סך הכל האסטו נאך א יצר הרע צו דיעלן מיט, אזוי ווי א צווייטער מוטשעט זיך מיט נסיונות איבער אן אשת איש, אזוי האט שרקי זיין יצר, נישטא קיין נייעס אין דעם.

אויך שרייבסטו עפעס אז 400 מענטשען מיט אזא יצר הרע האבן זיך באטייליגט ביי די סיום הש"ס, איך האב גראדע געהערט אז ארום 80% פון די באטייליגטע פארמאגן דעם געווענליכן יצר הרע צו נשים, מאנכע זאגן אז די ציפער איז נאך העכער אויב רעכנט מען אריין די מענטשען וואס זענען נאך אין די קלאזעט....

פון דיינע תגובות זעהט מען דיין הערצה צו די מענטשען מיט די אומגעווענליכע יצר הרע, און איך מוטשע מיך נאך צו פארשטיין פארוואס
איך בין נישט קיין גייסטליכע פירער, איך שרייב וואס איך האלט. וואס די תורה זאגט דארפסטו מיר נישט האבן, עס שטייט דארט געשריבן.