הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס די ערשטע אפציעלע באשילדיגונג אויף אזא פאפולער פיגור איז געווען אכט יאר נאך זיין שטארבן??
עניוועי, כ'וואלט אפשר אריין מיט דיר אין א וויכוח אבער די שנאה וואס שפריצט פון דיינע שורות און צווישן די שורות, ווייזן אן אז די ביסט נישט דא פאר א שמועס געבויט אויף פאקטן און מציאות'ער נאר ענדערש אויף געפילן און אויסערליכן אויסזען.
סא... הצלחה!

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
האסט אמאל געהערט פון דזשימי סאוויל?מתבודד האט געשריבן:ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס די ערשטע אפציעלע באשילדיגונג אויף אזא פאפולער פיגור איז געווען אכט יאר נאך זיין שטארבן??
עניוועי, כ'וואלט אפשר אריין מיט דיר אין א וויכוח אבער די שנאה וואס שפריצט פון דיינע שורות און צווישן די שורות, ווייזן אן אז די ביסט נישט דא פאר א שמועס געבויט אויף פאקטן און מציאות'ער נאר ענדערש אויף געפילן און אויסערליכן אויסזען.
סא... הצלחה!
און אין קעיס האסט שוין אזוי שנעל פארגעסן. שיק'ס עושי דברו זענען חיות און מטורפים. זעה וואס איז געשעהן צו טולידנו פאר'ן וועלן אויסהאמערן א פשרה מיט מושי. מאך א קל וחומר, מה דאך אין סאטמער רעדט מען נישט פון אביוז כל שכן ביי שיק'ן וואס איז דאך עמיצער וואס איז נישט צופרידן געווען פון סאטמער..
יא, יא איך זאג אויך אזוי ווען איך קען נישט און כ'האב נישט וואס צו ענפערן.
זאג, וואס נאך דארף מען טוהן אז מען זאל גלייבן א מעשה איז געבויעט אויף פאקטן און מציאותער, מער פון דאס אז א זוהן קומט אליינס ארויס בשם האב? ווילסט ער זאל אויפשטיין פון קבר און מודה זיין? נאר דעמאלס וועסטו לאזן מענטשן גלייבן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ניין, העלבראנץ איז אין די היכל פון ארז און מארמארשטיין אדער מערמלשטיין. בשעת דער יבניאלער האט מען אראפגעשיקט צו ר' נחמנען אין עולם התוהו אין וועלט פון די סיפורי מעשיות אוואו זיי ווארטן אויף די מאמענט ווען זיי וועלן שלעפן פאות פון די בורות. עז פאר עז דאמבסטער איז קאנסערנד. ער איז אין די בלויע היכל, זיצענדיג אין די בעק נעבן די אויוון ווען די אויבן-אהן איז רעזערווירט פאר די טייטלביימער מיט די גורי אריות אָן טאָפ, די האלבערשטאמען און די פיין-שמעקעדיגע רוקח מעשי רוקחס.ליימדארפער האט געשריבן:כ'האב נאך א פראגע.
איז שלמה העלבראנז אין א באזונדערע היכל, אדער צוזאמען מיט'ן יאבנילער גאט, און מעגליך גאר אויך מיט ירחמיל דאמבסטער און זייער גלייכן.
גאנץ מעגליך זיי פארטראגן זיך נישט דארט אויך נישט, ובמיתי מותם לא נפרדו...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- לבלר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 107
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
- געפינט זיך: ירושלים והסביבה
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
ס'איז פאני מוישי זאגט אז ער אין געווען ווי א בן מלך שוין פון אלץ קליין קינד, ווי איז ער געווען א בן מלך אין בארא פארק ווען קיינער האט נישט געוואוסט בכלל ווער מוהרא"ש איז אין יענע יארן?
אין דער מוישי קען נישט קיין עברית? ער האט דאך געדארפט הערן אינדערהיים עברית, און במשך די אלע יארן געגאנגען אסאך מאל דארט. ס'איז מיר א חידוש...

לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
ער קען האבן געווען א בן מלך צווישן מהרא"ש'ס שווענץ, אפגעזען וואס מ'האט נאך דעמאלטס יא אדער נישט געוויסט בנוגע דעם אשר בנחל'ן.לבלר האט געשריבן:ס'איז פאני מוישי זאגט אז ער אין געווען ווי א בן מלך שוין פון אלץ קליין קינד, ווי איז ער געווען א בן מלך אין בארא פארק ווען קיינער האט נישט געוואוסט בכלל ווער מוהרא"ש איז אין יענע יארן?
אין דער מוישי קען נישט קיין עברית? ער האט דאך געדארפט הערן אינדערהיים עברית, און במשך די אלע יארן געגאנגען אסאך מאל דארט. ס'איז מיר א חידוש...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
נאכן קוקן די דריי חלקים פונעם סעריע קומט מיר אויס אזוי.
קודם כל מאכט מוישי א רושם פון א געפערליכע קרוק, ער זאגט קלאר אז ער איז דא פאר געלט, דער פארגלייבטן ברסלבער וואס זאגט אז ער איז מסוכן האט א פוינט. דאך קען איך אים נישט ממש בלעימן, ער איז פון איין זייט אויפגעוואוקסן אויף א גאלדענע שטול בתוך דעם קהילה, אבער צו דער זעלבער צייט געווען דער זון פון די 'מחוץ למחנה'דיגע מהרא"ש, ער איז געווען סטאק פון ביידע זייטן (ובזה מיושב די סתירה וואס טייל האבן אויפגעברענגט, איז ער געווען א בן מלך אדער א זון פון א אויסגעשפיגענע פיגור? די תשובה איז אז ער האט געליטן פון ביידע זייטן, געספוילד און געצערטלט איז ער געווען בתוך די חסידים פון מהרא"ש אבער פון די אלעמיינע חסידישע גאס האט ער זיך געפילט ווי דער זון פונעם לוזער, ודו"ק) און בפרט דאס וואס ער איז אדורך מיט זיין אביוז און די וועג וויאזוי זיין טאטע האט געדיעלט מיט די גאנצע זאך, דאס האט אים זיכער נישט איבערגעלאזט צו געזונט.
דאך איז ער למעשה מגלה זאכן, ער איז הולך רכיל ומגלה סוד איבער די ווירטשאפט פון מהרא"ש. הגם איך גלייב נישט אז זיינע כוונות זענען ממש לשם שמים, דאך דעקט ער אויף וויכטיגע אינפערמאציע וועגן זיין טאטע, זאכן וואס מען קען אים אויף דעם יא גלייבן.
צום אלעם ערשט דעקט ער אויף די מעגליכע סיבה וואס האט געדריקט און געשטיפט מהרא"ש, די ענערגיע וואס האט אים געטריבן, און דאס איז געווען זיין פאטער וואס האט מער ארויפגעקוקט זיין ברודער, און ער איז דא געווען צו פראוון אז ער איז אויך עפעס. איך קויף שטארק אפ דעם טעאריע ווייל עס לייגט זיך זייער אויפן שכל, איך האלט גראדע אז דאס איז אויך וואס שטיפט יואלי ראטה, ער איז אן אייניקל פון ר' יחזקאל ראטה זצ"ל, און ער איז אויסן צו אויך זיין עפעס א רבישן מוצלח, אכ"פ אין זיין תחום.
עס איז מיר אויך געווען סטרייקינג ווי דער 'צדיק' האט אייביג געליטן פון קאמפלעקסעס אז ער איז טאקע נישט גענוג אנגענומען. ער איז געווען ביזי מיט זינלאזע קאלקולאציעס אז ער איז די מערסטע פארפיינסטע מענטש אויפן כדור העולם, ווייל יעדער האט דאך פיינט אידן.. און די אידן האבן פיינט ברסלב.. און ברסלב האט פיינט היכל הקודש... נעבעך; און ווען זיין זון האט אים געזאגט אז ערלויע רב'ס זון וויל אים מעגליך פאר אן איידעם איז זיין ערשטע רעאקציע געווען.. "פשיהא, וויפיל מיילער פון מיינע שונאים וועט מען קענען פארשטאפן מיט דעם"...
נאך א זאך וואס איז מיר געווען גאר אינטערסאנט. מהרא"ש האט גאר גוט געוויסט מיט וועמען ער האנדלט.. דעם זיך זייפן נאכן נעמען הענט פון די פרענקן, און די לשונות של גנאי וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אויף די בעלי תשובה, איז עפעס וואס ווייזט אז ער האט פיין געוויסט מי ומי ההולכים. ער האט אינדרויסן געשפילט ווי ער איז דא פאר זיי אינגאנצן, ער איז זיי מעריך... ער האט געפרעדיגט מיט א ברען.. "הכל נמחק! אין עבר!" "אין עבר כשחוזרים בתשובה!" אבער דאך האט ער שטילערהייט געקענט זאגן פאר זיין זון מיט א שפעט.. הע.. ער האט נאך פארגעסן אויסצוטון די ווייסע סניקערס...
פון די וועג וויאזוי זיינע חסידים רעדן פון אים אין יבניאל, איז גאנץ קלאר אז דארטן טוט זיך א פול פלעדזשד קולט לכל דבר. דער וואס האט געקוקט די חקירה דא און אויך געזען די חקירה איבער ברלנד און הלברנץ קען זייער קלאר זען די ענליכע שטריכן. דער עולם איז אויפגעשטאנען אין געגאנגען שלאפן מיט אים, מען האט געזען א 'אור' אויף אים.. די 'שכינה אויף זיינע פלייצעס' מיט נאך ענליכע בולקרעפ. מען פרעדיגט מיט די קינדער אז ער איז דער יאשקע אליין, מען זינג הייליגע לידער איבערן צדיק פארנט פון אים אליין, מען איז אייביג מתפלל פאר אים, (די מראה פון די קלאס פון קליינע מיידלעך זיצן אלע מיט די קאפ אראפ איבערן טיש בשעת זיי וויינען יאמערלעך נאכן פטירה פון מהרא"ש האט מיר זייער צערידערט) ער מישט זיך אריין מיט דיעות פאר יעדעם איינעם ביז צו די מערסטע אינטימישע חלקים פונעם לעבן, ער קען יעדעם ביים נאמען כולל די מיידלעך, און אויב פאלגט מען נישט וואס ער זאגט, אריינגערעכנט אין דעם אויב וויל א 14 יעריגע מיידל נישט גיין מיט די שידוך וואס ער האט 'געזען אין הימל' אז דאס איז איר 'שורש נשמה', דאן קען די גאנצע משפחה ווערן א חלק פונעם ס"ם איבערנאכט און אלע חברים האקן אפ אן טראכטן קיין צוויי! מטורף לגמרי!!!
זיינע אמעריקאנע חסידים האבן פראבירט צו מאכן א רושם אלעמאל אז זיי זענען פונקט ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות, כ'ווייס טאקע נישט צו דא האט זיך עס יא געפירט ווי א געהעריגן קולט אינטערן טיש, זיכער איז עס געווען אויף א שטערקערן אויפן ווי רוב אנדערע חסידות'ן, אבער וואס האט זיך אפגעטון אין יבניאל ביי די בעלי תשובות איז מיינד באגעלינג, ממש א געפערליכע קולט.
איך זע גראדע נישט ווי קיינער באשולדיגט מהרא"ש אליין מיט שענדליכע מעשי מין, אבער דאך איז עס ליידער פארגעקומען דארטן, און ער האט עס באהאנדלט פונקט ווי עס פלעגט ליידער זיין ביי אונז... היטן אויף די מושחתים און באשווייגן און באשולדיגן די נעבעכדיגע וויקטעמס. עס איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן זענדיג ווי מלכי פארציילט איר געשיכטע אין שטיקט זיך נעבעך אויף איר טרערן. מהרא"ש בכבודו ובעצמו ריפט איר אריין מיט איר עלטערן און הייסט איר סטאפן צו לערנען ביי די 12 יאר און גיין ארבעטן אין קאך, און ער האט נאך צוגעלייגט (מסתמה מיט זיין פארזיכערטן שטארקע טאן, כדרכו) אז ער נעמט אחריות... (אגב, פעך! גרויליג! וויאזוי ווייגסטו זיך צו 'נעמען אחריות' און צוזאגן זאכן אז דו אליין ווייסט אז דו ביסט גארנישט ווערט?! דא דארף מען דן זיין לכף זכות אז ער האט נעבעך טאקע געגלייבט אין זיך..) ווי די 'בעלי תשובה' האבן זיך ליידער צוגעכאפט צו איר און איר ליידער געריעפט אומצאליגע מאל. און מהרא"ש האט נאך געהאט די חוצפה איר אנצו'שדכנ'ען מיט איר ערגסטן מאלעסטער! כ'שטעל מיך נאך פאר אז ער האט זיך בארעכטיגט מיט די פרשה פון אונס ומפתה שבתורה.. פוי!
אגב, אז דו וויסט יא מיט וואספארא 'בעלי תשובה' דו האנדלסט מיט, דאן פארוואס מאכסטו נישט זיכער אז זיי האבן נישט קיין צוטריט צו קליינע מיידלעך אין קאך?? דיינע שומרים פון 'משמרת הצניעות' קענען זיך נאר ארומדרייען און כאפן 12 יעריגע מיידלעך וואס דרייען זיך שפעט אויפן גאס און זיי אנריפן זונות, אריינווארפנדיג א טויט שרעק אין די נעבעכדיגע אומשולדיגע מיידלעך אז אפילו אינמיטן שלאף ציטערן זיי פאר פחד, אבער ריכטיגע פעדעפילן וואס מאלעסערן אומשלדיגע ריינע מיידלעך דאס פארזעען זיי עפעס...
און אז עלטערן ווערן נעבעך יא געוואויר אז די ערגסטע האט פאסירט מיט זייער טאכטער, זיי ווייסן נעבעך נישט וואס צו טון, זיי שיקן א פאקס פאר מהרא"ש.. און ווארטן נאך עד היום פאר א תשובה. אויף אלעס קען ער זאגן דיעות.. אבער קעיר נעמען פון אפאר פעדאפילן קען ער נישט, בו בעת וואס ער הערט נישט אויף איבערצובעבלען איבער דעם ווערעמל וואס מאכט קאליע דעם גאנצן קארב פון עפלעך. און אז א מיידל אליין קומט אים קאמפראנטן אז זי איז אליין באלעסטיגט געווארן אינאיינעם מיט איר שוועסטער און מען דארף זען צו ברענגען מומחים וואס זאלן קער נעמען פון די געדעמידזשטע מיידלעך, ווערט נאך מהרא"ש ברוגז אויף איר... ער איז די מומחה! מען דארף נישט קיין ספעציעליסטן! ער קען אלעס מסדר זיין (דורך גארנישט טון)... ער באשילדיג איר גאר.. דו האסט עס געוואלט! ער רעגט זיך גאר אז א 'זונה' זאגט אים וואס צו טון!! האר אויפשטעלנד!! עקלהאפטיג!!
און על כולנה איז די שענדליכע לעגעסי וואס ער האט ליידער איבערגעלאזט נאך זיך, און דאס איז די חתונה מאכן די קינדער יונג. די זאך איז בכלל אפגעפרעגט מכול כל אבער אז מען טוט שוין יא אזא יוצא דופן'דיגע זאך, וואלט עס געדארפט צוגיין מיט אסאך מער רגישות און זעלבסט איבערזיכט, נישט סתם אז א פארגלייבטע טאטע מאמע נעמען אן זיין 'צוגעפאסטע שידוך' וואס ער האט אויסגע'חלומ'ט ביינאכט, און די 14 יעריגע מיידל דארף מיטשפרינגען מיט דעם נאך איין בעשוי. (מיט די פרענקן האט מהרא"ש ממש געטון וואס ער האט נאר געוואלט.. יואלי ראטה דאכצעך ווארט כאטש אז די מיידל- וואס איז געווענליך דער וואס ווערט מער אריינגעצווינגן ווי דער בחור וואס וויל ענדערש חתונה האבן- זאל כאטש זיין 16-17, אויך צו יונג, אבער כאטש נישט 14)
ס'איז ממש נישטא וואס צוצילייגן זעענדיג ווי די מיידלעך פארציילן זייער אייגענע איבערלעבענישן פון געבוירן קינדער אזוי פרי ווי ביי די 15 יאר. ס'איז א עוון פלילי וואס ער האט ארימגעשפילט מיט "זיינע קינדער" ("ס'איז אונזערע קינדער" וויינט ער דארטן מיט קראקאדיל טרערן)
אז ער מאכט זיי חתונה אזוי פרי, (כדי זיי זאלן דינען אלס א כשר'ע טוילעט פאר די תאוות פון די אנגערייצטע בחורים, ווארום די מיידלעך זענען דאך שילדיג אין די הוז"ל פון די בחורים, זאל ער כאטש ארויפלייגן די אינגע בעיבי ווייבלעך -מיט די דאליס, אויף בירטה קאנטראל ביז די 18 יאר.
קיין מורא'דיגע חידושים איז טאקע נישטא אין דעם תחקירה, אבער אז מען זעט ווי די געליטענע פארציילן וואס זיי זענען נעבעך אריבער אויף די אייגענע הויט, לאזט עס א שטארקע איינדריק.
א שאנדע!

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
ווען מזעט אזא דאקומענטרי ברענגט עס ארויף אונזער סאסייעטי אויפן אויבערפלאך
ווען יעדער האט פארשריגן די עמי פארן באשרייבן לב טהור איז מיר אויך דאס ארויפגעקומען
דהיינו זיי זענען סך הכל ארויף א שטאפל אדער אפאר שטאפלען מער פון אונז, אביסעלע מער ראדיקאל
איז אונזערע סאסייעטי נישט די זעלבע אין א געוואוסע הינזיכט?
איז נישט די ווארט קאנטראל?
און אפשר וועגן דעם שרייסטו טאקע?
ווייל איינער קען דיר פרעגן מיט וואס ביזטו אנדערש?
אויב איז לב טהור א קולט פארוואס סקווירא נישט? און אויב איז סקווירא א קולט פארוואס אנדערע חסידות'ן נישט?
איך מיין נישט חלילה צו באשולדיגן באט יו געט דע פאוינט.

- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
אין מס' יומא דף עב' ע''ב זאגט די גמ' אזוי.קרן זוית האט געשריבן:עס גייט מיר טאקע נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז דא אידען וואס פארשטייען אז עס איז פארשטענדליך אויפצונעמען א קינד אלס א מנהיג רוחני בלויז ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען א מנהיג רוחני און א איש על העדה?? אפילו דער אייניקל איז זייער ווייט אפי' פון צו זיין א מלמד פאר קינדערגארטן קינדער!!! בו בעת וואס די זעלבע מענטשן וועלן נישט פארשטיין פארוואס אידען אין די מדבר האבן געוואלט אויפנעמען א "עגל" אלס א מנהיג רוחני?!?! גיי פארשטיי...שמעון וואלף האט געשריבן:דאס איז נישט מער ווי נארמאל.ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.
ועעתיק לשון הגמ' "מתיב רב אדא בר אהבה וכ''ו יכול יהא בנו של משוח מלחמה משמש תחתיו כדרך שבנו של כהן גדול משמש תחתיו, ת''ל (שמות כט') שבעת ימים ילבשם הכהן תחתיו מבניו אשר יבא אל אהל מועד מי שראוי לבא אל אהל מועד.
רש''י ד''ה תלמוד לומר וכ''ו אני אומר לך תחתיו מבניו שבנו יהיה תחתיו יצא זה שאינן ראוי וכ''ו דלאו כהן גדול הוא.
היוצא לנו מהנ''ל אז ביסטו ראוי לאתו איצטלא ביסטו רבי אויטאמאטיש. אויב נישט ביסטו קיין רבי נישט טָו בִיגִין וִויט
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.