בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 2:07 pm
דורך חב''ד הויזן
berlbalaguleh האט געשריבן:מקץ שנתיים: און ווען איך אינוועסט בכלל נישט אין יענעם'ס (איידיע) פון ביזנעס, מייד איך אויס 100% פון אריינפאלן אין א פאסטקע...!
אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.

איך מיין נישט צו טשעפענען, אבער די איינציגסטע וועג היינטיגע טעג צו לעבן מיט הרחבת הדעת איז צו נעמען ריסקס. פארשטייט זיך אזעלכע וואס מאכן סענס.

ס'איז נישט ווי אמאל ווי מ'האט געקענט חתונה מאכן קינדער פון דרייוון א באס.

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 2:09 pm
דורך צקון לחש
חב''ד הויזן האט געשריבן:אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.
און?
ווייניג אזעלכע פרייליכע אידן ווי ר' בערל זענען דא!
ארבעטן מאכט פרייליך, נישט פארקערט.

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 2:10 pm
דורך חב''ד הויזן
צקון לחש האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:אמת. און די אלע אידן דרייוון באסעס.
און?
ווייניג אזעלכע פרייליכע אידן ווי ר' בערל זענען דא!
ארבעטן מאכט פרייליך, נישט פארקערט.
איך האב צוגעלייגט ווערטער. ס'איז היינט אנדערש ווי פיפציג יאר צוריק ווען ר' בערל האט אנגעהויבן זיין קאריערע

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:57 pm
דורך monseyrental
berlbalaguleh האט געשריבן:
monseyrental האט געשריבן:סזעט אויס אז אפילו די גרויסע עשירים אליינס וויסען נישט וואס עס איז געשעהן דא
דאס איז א שוואכער לימוד זכות. אדער ווי מ'זאגט אין ענגליש א "מיטיגעטינג פאקטאר"...!

איך וואלט געוואלט הערן פונ'ם בעל דבר אליין. אוואו איז ער, און וואס האט ער צו זאגן. זאל דער עולם הערן א תירוץ, לטעמי' און לשיטתו...!

אויב ער איז לעגיטים אדורכגעפאללן מיט זיין פלאן זאל ער קומען און פארציילן פאר'ן עולם פונקטליך זיין אריגינאלן פלאן, און די פאקטן וועלכע האבן געברענגט צו זיין דורכפאל.

ווילאנג ער טוט דאס נישט איז ער בחזקת רמאי, נוכל, גנב, ועוד כמה שמות נרדפים...!
איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם
סאיז אבער זיכער אז פין אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO אין נאך
ערגעץ אין די מיטען האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדעל
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך ציריק צי כאפען דורכען נעמען געלט פין איין מענטש אין באמאלט פאר א צווייטען אין עס איז געווארן א שווינדעל אין עס איז עם נישט געלאנגען

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 4:00 pm
דורך monseyrental
איך נעם זיך בכלל נישט און פאר עם
איך קען פרעזענדלך אין איך האלט מיט מיט מענטשן וואס האבן פארלוירן געלט ביי עם

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
monseyrental האט געשריבן: איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם,
ס'איז אבער זיכער אז פון אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO און נאך
ערגעץ אינדערמיטן האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדל,
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך צוריקצוכאפן דורכן נעמען געלט פון איין מענטש און באצאלט פאר א צווייטען און עס איז געווארן א שווינדעל און עס איז עם נישט געלונגען
מאנסי רענטל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך טענה אז דער גרויסער, בארימטער שווינדלער... נו, וויאזוי הייסט ער שוין? אזוי שנעל פארגעסן... האט אויך אנגעהויבן אלס א לעגיטימער אינוועסטירער. נאר ביי א געוויסן פונקט ווען ער האט איינגעזעהן אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן, אנשטאט ער זאל קומען צו זיינע אינוועסטארס און רעדן אפענע דיבורים, און אפשר אריינכאפן אביסל בזיונות, האט ער אנגעהויבן צו דרייען און נעמען געלט פון איינעם כדי צו באצאלן פאר א צווייטן... ווייל ס'איז נישט מסתבר אז ער האט לכתחילה אנגעהויבן מיט א שווינדל אויף אזא גרויסן פארנעם.

שוין דערמאנט... בערני מעידאף, עליו השאלאכץ...!

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:34 pm
דורך monseyrental
Exactly this is what it looks like

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 5:50 pm
דורך כלבאשבוע
עטליכע פרישע היימישע סקעמס ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר טעג, א 40 מיליאן דאלאר קעש עדווענס שווינדל, און נאך

https://lakewoodalerts.com/mailbag-ponzi-scam-alert/

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 2:53 pm
דורך קורץ שארף צום פוינט!
וואס איז למעשה די בעסטע וועג אויב איך וויל אינוועסטן ביי א מענטש וואס איך זעה אז ער פארדינט געלט?
קען מען שוין טאקע קיינעם געטרויען?

Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 6:41 pm
דורך בעלינגהעם
נישט אויב ער זאגט צי גרויסע פראצענטן

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 12:59 pm
דורך כגיימעך
berlbalaguleh האט געשריבן:
monseyrental האט געשריבן: איך זאג נישט אז סאיז נישט געווען א סקעם,
ס'איז אבער זיכער אז פון אנפאנג איז עס געווען א לעגיט זאך ער האט געוויזען PO און נאך
ערגעץ אינדערמיטן האט זיך עס געטוישט פאר א שווינדל,
צי ער האט דערלייגט א דיעל אדער געטרייט זיך צוריקצוכאפן דורכן נעמען געלט פון איין מענטש און באצאלט פאר א צווייטען און עס איז געווארן א שווינדעל און עס איז עם נישט געלונגען
מאנסי רענטל: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך טענה אז דער גרויסער, בארימטער שווינדלער... נו, וויאזוי הייסט ער שוין? אזוי שנעל פארגעסן... האט אויך אנגעהויבן אלס א לעגיטימער אינוועסטירער. נאר ביי א געוויסן פונקט ווען ער האט איינגעזעהן אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן, אנשטאט ער זאל קומען צו זיינע אינוועסטארס און רעדן אפענע דיבורים, און אפשר אריינכאפן אביסל בזיונות, האט ער אנגעהויבן צו דרייען און נעמען געלט פון איינעם כדי צו באצאלן פאר א צווייטן... ווייל ס'איז נישט מסתבר אז ער האט לכתחילה אנגעהויבן מיט א שווינדל אויף אזא גרויסן פארנעם.

שוין דערמאנט... , עליו השאלאכץ...!
איך קום דא אן ווי א שירעם נאך א רויך אבער איך וועל אריינווארפן מיינע דריי סענט...
איך ווייס נישט צו עס איז געווען לעגיטים אדער נישט אבער דער יעניגער האט זיך קיינמאל נישט געוואלט זעצן מיט א פראפעסינאל (לויער, אקאוינטענט וכדו') צו פארענטפערן אלע רויטע פענדלעך וואס זיי האבן אויפגעדעקטץ

ב. ד. וו. מעידאףף האט אויך קיינמאל די געלט אינוועסטירט (זע דא)
In his guilty plea, Madoff admitted that he had not actually traded since the early 1990s, and all of his returns since then had been fabricated.[45] However, David Sheehan, principal investigator for trustee Irving Picard, believes the wealth management arm of Madoff's business had been a fraud from the start.[46]

היימישע פאנזי סקעם'ס

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:22 pm
דורך קייןנאמען
ב"ה כ'האב כמעט געוועהן אין ביידע וואש מאשין'ס [סיי פארמעסיארעקיל'ס סיי גאלד סטאק]. די חודש וואס כ'האב געוואלט אריינלייגן האט די ערשטע געקראכט. האט מען שוין צוגעווארט ביז די צווייטע אויכעט.

כ'האב באקומען א אפפער צו ארבטען אפאר שעה א טאג פאר זייער שיין באצאהלט, אבער כ'ווייס אז ס'איז עפעס פויגל'דיג [אקאונט'ס, סטאק'ס, גראפעס פון גבירים, מיליאנען. בקיצור א פאמפ ענד דאמפ קאמפעני] סאו כ'גיי עס נישט טוהן. ווער גייט פארלירען די געלט די 15 גבירים וואס פאמפען? ניין. דו מיט דיינע פריינט וואס שוויצען פאר א דאלער!

בקשה גדולה צו אלע אינגערלייט, מ'באקומט נישט קיין 10 פראצענט א חודש, נאר קוים אין א גוטע יאהר. פארלירט נישט אייער געלט אין עפעס וואס איר פארשטייט נישט ווי אזוי ס'ארבעט!!

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 4:05 pm
דורך וואלווי
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:וואס איז למעשה די בעסטע וועג אויב איך וויל אינוועסטן ביי א מענטש וואס איך זעה אז ער פארדינט געלט?
קען מען שוין טאקע קיינעם געטרויען?
ניין. אין ביזנעס געטרויעט מען קיינעם נישט. אלעס דארף האבן בעק אָפ און א טרעיל. אויב ס'פעלט איין רינגעל אין די קייט פון אינפארמעישן, אפי' איין ספק, שטיי ווייט, ווייל דארט קען די גאנצע לופט ווערן באהאלטן, והמפורסם אין צריך ראי'. אין ביזנעס איז גענוג איין איבעריגע זערא, אדער אויסלאזן איין שורה נומבערס, צו פעלשען פאקטן און פיגורס. און דאס איז אפילו ווען דו באקומסט יא עפעס "קראנטע" אינפא.

דאס מיינט נישט אז אין ביזנעס איז נישטא די ענין פון טראסט. ס'דא ביזנעסער וואס לויפן נאר אויף טראסט, און ס'דא אופנים ווי מ'טראסט ביז א סערטען פלאץ, אבער בדרך כלל איז נישטא בלינדע טראסט אויף גארנישט. די אויסדרוק "too good to be true" איז די בעסטע נוגע פאר ביזנעס. ספעציעל אז יענער קומט נעמען דיין געלט דורך א סעילס פיטש, און נישט אז דו זוכסט עם אויף. און אפילו דעמאלטס אויך נישט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:48 am
דורך כלבאשבוע
Feds: Ponzi Schemer Who Got Clemency Charged in New Fraud
https://vinnews.com/2023/07/19/ponzi-sc ... new-fraud/

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:23 am
דורך בת קול
כלבאשבוע האט געשריבן:Feds: Ponzi Schemer Who Got Clemency Charged in New Fraud
https://vinnews.com/2023/07/19/ponzi-sc ... new-fraud/
בישות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:02 pm
דורך חב''ד הויזן
בת קול האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:Feds: Ponzi Schemer Who Got Clemency Charged in New Fraud
https://vinnews.com/2023/07/19/ponzi-sc ... new-fraud/
בישות.
בושות פאר כלל ישראל, בושות פאר משה מארגארעטן. מיט וואספארא פנים וועט מען קענען שתדלען צו באפרייען אנדערע אידישע ארעסטאנטן אויב מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי זענען ככלב שב על קיאו?