בלאט 4 פון 5
נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:14 am
דורך berlbalaguleh
איך בין נישט אויף טוויטער. טאקע א צוריקגעבליבענער מענטש...לאל
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 6:17 pm
דורך פלייש
די זעלבע פראגע [בערך] איז אויף אברהם פריד אויך.
אבער איך האב עס אפגעלערנט, אז ווער ס'איז געווען פארדעם, שפירט נישט אזא אבל און א נאכפאלגער, ביז'ן ארויסקומען אויפ'ן פעלד.
מרדכי און אברהם און שפעטער איז געקומען מיכאל, און ער איז נישט זייער תלמיד.
משא''כ, אלע נאך מיכאל זענען זיינע תלמידים מיט רעכט, און מיט מיכאל'ס פארגינען...
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 7:34 pm
דורך קאצקע ציקער
פלייש האט געשריבן:די זעלבע פראגע [בערך] איז אויף אברהם פריד אויך.
אבער איך האב עס אפגעלערנט, אז ווער ס'איז געווען פארדעם, שפירט נישט אזא אבל און א נאכפאלגער, ביז'ן ארויסקומען אויפ'ן פעלד.
מרדכי און אברהם און שפעטער איז געקומען מיכאל, און ער איז נישט זייער תלמיד.
משא''כ, אלע נאך מיכאל זענען זיינע תלמידים מיט רעכט, און מיט מיכאל'ס פארגינען...
אקעי אברהם האט טאקע נישט געהאט עפעס עקסטער מיט מיכאלנען אבער מרדכי יא און גאר שטארק זיי האבן געוואוינט צוזאמען אינעם קליינעם שטעטל סיגעיט און געלערנט בחברותה און דורכגעאקערט גאנץ ש"ס . אבער מרדכי איז בכלל נישט געווען שטיל וויזוי זיידי פראבירט אראפצולייגן ...
סיי ער האט ארויסגעגעבן א טוויט און סיי דאכצוך מיר אז יודל איז געווען ביי די לוויה און סיי ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין ועוד אפילו אין א צייטינג האט ער עפעס געשריבן לזכרו איך געדענק שוין נישט וועלכע
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 10:09 pm
דורך בעל אחריות
פאלגזאם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:יא: אויף קול מבשר. אדער אין איינס פון די אידישע מאגאזינען/וואכנשריפטן אזוי ווי דער מאמענט אדער די וואך...!
ער ברויך גארנישט זאגן אדער טוהן. ער איז דיר גארנישט שולדיג.
האסט געמיינט אז יעדער וועט זאגן אז ביסט גערעכט און וועסט זיין די קילע זיידע, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. וויש דיר אפ און גיי ווייטער.
איך פארשטיי גראדע וואס דער זיידע טענה'ט, עס איז טאקע א טראפ אינטערסאנט, נאר גראדע האלט איך אז מען קען עס פארענפערן בדוחק אזוי ווי דער עולם האט שוין געטוהן...
איך האב מיך נישט אנגערופן ווייל איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג, אבער אויב זענען דא אזעלכע וואס נוצן אויס דאס שטיל זיין קעגן'ן זיידן דארף מען ארויסקומען אין פובליק...
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 1:10 am
דורך פלייש
כ'בין עפעס א שטיף קינד?
וואס מיינט זיידע?... בעל עגלה איז א זיידע דיינע???
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 12:24 am
דורך קהל'ס נער
פלייש האט געשריבן:כ'בין עפעס א שטיף קינד?
וואס מיינט זיידע?... בעל עגלה איז א זיידע דיינע???
ער איז די זיידע פונעם שטיבל דא, כ'הער אז לעצטנס האט ער אנגעהויבן באלעבאטעווען אויף די גלילות און זיך דערקלערט זיידע אויף אייוועלט אויכט...........
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:02 pm
דורך היכי דמי
היינט איז די ערשטע יארצייט פון רבי מיכאל.
טוט א מצוה און לערענט א משנה.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:03 pm
דורך היכי דמי
צענדעליגער אידן שטורמען צו די הר שלום בית החיים ביים ציון המצוינת פון הרב רבי מיכאל ז״ל. עס איז אויפגעשטעלט א ספעציעלער טענט מיט לייכטע צובייס און געטראנקן, אויך א ספעציעלע מקום צו צינדן ליכט.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:04 pm
דורך אוהב ספרים
נעבעך
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:05 pm
דורך היכי דמי
171c2934-23b3-413e-b042-c9de446cf1f6.jpeg
171c2934-23b3-413e-b042-c9de446cf1f6.jpeg
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:06 pm
דורך אשרי העם
א איד א צדיק געווען
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:11 pm
דורך אוהב ספרים
איך האף נאר אז אלע אנדערע צדיקים זענען פון א אנדערע סארט צדיקים ווי ער.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
דער הייליגער בעל נועם אלימלך זי"ע זאגט אז ס'זענען פארהאן פארשידענע דרגות פון צדיקים. און א יעדער צדיק האט עליות און ירידות ברוחניות. כדי ער זאל קענען מעלה זיין אנדערע צובראכענע אידן. און דער אייבישטער העלפט אז ער באקומט צוריק זיינע מדריגות.
ר' מיכאל שניצלער איז געווען א גרויסער צדיק לפום דרגא דיליה. וואס דו און איך וואלטן מיר קיינמאל נישט געקענט טון. וויפיהל אידישע קינדער און צובראכענע נפשות האט ער מחיה געווען. נישט קוקנדיג אויף זיין אייגענע טירחה.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 11:20 pm
דורך אפטימיסטיש
היכי דמי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 8:03 pm
צענדעליגער אידן שטורמען צו די הר שלום בית החיים ביים ציון המצוינת פון הרב רבי מיכאל ז״ל. עס איז אויפגעשטעלט א ספעציעלער טענט מיט לייכטע צובייס און געטראנקן, אויך א ספעציעלע מקום צו צינדן ליכט.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 11:23 pm
דורך אפטימיסטיש
שווערע הריגות היינט ביים ציון הקדוש פון ר' מיכאל זצוק"ל ווען מאנכע האבן פראבירט עס צו מוזיקאליזירן, און די נטורי קרתא האבן שארף מוחה געווען... ס'ממש מירון ד'אמעריקע...
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:58 am
דורך חב''ד הויזן
איינער האט געזאגט פאר אטיאס אז ווילאנג מ'הרגט זיך נישט ביים ציון קען ער אויפשטעלן טענטס ביז מארגן אבער א צדיק הדור וועט מיכאל נישט זיין, האט ער דאס אויך צוגעשטעלט....
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:03 am
דורך היכי דמי
איינער זאגט מיר אז רב פינטו האט פאראויסגעזאגט די קריג צווישן ווייס און אטיאס
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:04 am
דורך היכי דמי
אטיאס זאגט אין א באריכט אז עס האבן זיך דורכעדרייט ביים ציון נעכטן איבער 1200 מענטשן.
אויב איז דאס אמת איז עס אסאך מער ווי סיי וועלכע קליינע רעבעלע וואס איז אוועק די לעצטע פאר יאר
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:58 am
דורך אוהב ספרים
אויב איז דאס אמת, ווייזט דאס נאר ווי פאריקט כלל ישראל ווערט פון טאג צו טאג
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:45 pm
דורך yatzmachp
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:58 am
אויב איז דאס אמת, ווייזט דאס נאר ווי פאריקט כלל ישראל ווערט פון טאג צו טאג
און אפשר איז מעגלעך אז אזוי פיל מענטשן האבן הכרת הטוב פאר אים? ער איז געקומען אין קאנטאקט מיט אסאך מער מענטשן ווי 1200 יעדעס יאר.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:56 pm
דורך חב''ד הויזן
@אוהב ספרים וויפיל מאל דארפסטו ווייזן אז דו העיטסט מיכאל שניצלער? דריי מאל אויף די בלאט אליינס איז נישט גענוג?
אז ער געפעלט דיר נישט יאג ארויס פון דעם אשכול. וויאזוי האט נאר מיכאל געזאגט? ס'איז גענוג....
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:57 pm
דורך אוהב ספרים
ווי אזוי בעט נאר רבי אהרן הגדול מקארלין אין זיין צוואה, אז מען זאל טוהן לעילוי נשמתו נישט נאר בתוך י"ב חדש, נאר אויכעט די צווייטע יאר, כי מי יודע אם יהיה לי זכות לבא לגיהנם בי"ב חדשים הראשונים, דברים מבהילים, דאס שרייבט דער קדוש עליון, מיינסטו טאקע אז אויף יענע וועלט איז האקוס פאקוס אזוי ווי דאהי?
די אלע פראפגאנדע איז גארנישט קיין טובה וכו', והרוצה להבין יבין הדברים לאשורם.
דער עיקר יואלי ווייס איז געווען מיט א גיטאר, א צורידערטע וועלט.
Re: בד"ה: בעל מנגן האהוב ר' מיכאל שניצלער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:58 pm
דורך אוהב ספרים
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:56 pm
@אוהב ספרים וויפיל מאל דארפסטו ווייזן אז דו העיטסט מיכאל שניצלער? דריי מאל אויף די בלאט אליינס איז נישט גענוג?
אז ער געפעלט דיר נישט יאג ארויס פון דעם אשכול. וויאזוי האט נאר מיכאל געזאגט? ס'איז גענוג....
קודם האב איך בכלל נישט קיין העיט, און איך האב נישט געשריבען קיין שום העיט. אמת איך דערלייד נישט פערדישקייט, איך האף אז דו אויכעט נישט!