Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 11:09 am
פליז נישט פארקריכן פונעם נושא: שידוכים וכו'
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16117
איינמאל ס'דא א ליבשאפט איז אנדערש, ווי דו זאגסט אליינס האסטו נאר געזאגט וואס דו האסט געוואלט ווען דו האסט געוואוסט אז דאס גייט סיי ווי נישט אין ערגעץ.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערנסטגערעדט האט געשריבן:- בחורים ווייסן אסאך מאל נישט וויאזוי צו האנדלען אדער רעדן מיט א מיידל, זיי ווערן מוראדיג אמת׳ע מענטשן, דערציילן למשל אז זיי דאווענען נישט ממש מיט מנין ביז ספיקות׳ן זיך אין אמונה (נאכגעהערט), א מיידל קען דאס על פי רוב נישט הערן. דאס גייט בעצם אריין אין א באזונדערע נושא אז אן עוורידזש בחור און אן עוורידזש מיידל זענען כמעט קיינמאל נישט אויפן זעלבן פעידזש. מטאר נישט זיין אפן בנוגע די סארט זאכן, עס איז ווי מרופט אויס רבותי שטייטס אוועק. סדא זאכן וואס דארף בלייבן אויף קאווע שטיבל נישט אלעס דארף מען זאגן…
דאס איז נישט ממש אלץ אזוי. די לעצטע בעשאו וואס איך בין געוועהן האב איך אויסגעשמועסט געפערליכע טאבו ענינים (פשוט ווייל ס'האט מיר גאנץ ווייניג אינטערעסירט וואס דאס מיידל וועט טראכטן איבער מיר ווייל זי איז נישט געוועהן צוגעפאסט פאר מיר to begin with...) און דאס מיידל האט נאכאלץ געוואלט (ווען איך האב איר צום סוף אפגעזאגט [די שדכנ'טע האט נישט געהאלטן ביים נעמען א ניין פאר אן ענטפער האב איך איר עס געדארפט אליין זאגן...] האט זי ממש געוויינט, עניוועיס). איך פלעג האבן שכנים א מאדערנע משפחה וואו איך פלעג אסאך גיין פארברענגען שבת נאכמיטאג האב איך דעם נעקסטן שבת דארט פארציילט פאר מיין שכנ'ס טאכטער (א 16 יעריג מיידל, אלץ געוועהן געפערליך אויפגעקלערט און אנגעליינט, היינט איז זי שוין אינגאנצן אטד) איבער די מאדנע בעשאו וואס איך האב געהאט, זי האט אבער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א מיידל זאל מיך נאכאלץ וועלן נאך אזעלכע דיבורים, האב איך איר מסביר געוועהן אז אויב א מיידל האט דיך ליעב וועט זי אננעמען סיי וואס דו וועסט נאר זאגן, האט זי מיך איבערהאקט און געזאגט אז זי איז נישט אזוי ווייל איר אינטערעסירט נאר (כלומפרשט) דעם אמת, האב איך ארויסגענומען דעם באקאנטן דשאוקער און איר געזאגט "יעצט רעדסטו אזוי, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו אנדערש רעדן...", זי איז געווארן פארטראכט פאר א האלבע מינוט און דערנאך גיבט זי זיך א רוף אן "איך ציה צוריק, ביזט גערעכט...", האב איך איר געזאגט אז דאס אליינס אז זי האט אזוי שנעל אנגענומען מיינע רייד איז א ראיה צו מיר, אוי האט זי געבלאשט
וואט די העק, מכחיש שמש בצהרים!דערהויבענע איד האט געשריבן:לדעתי איז נישטא קיין שום קריזיס, און קום מיר נישט זאגן ווי א שחצן אז איך האב נאכנישט געטון קיין שידוכים, ב''ה די סיסטעם פארט ווי בעיבי, און קיינער איז גאר נישט שולדיג.
ווענדט זיך וואו.... דא יעצט בין איך טויט ערנסט.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@שמעקעדיג דו ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט?
איך האב בעיקר מגיב געווען צו א ניקס וואס האבן מיר געזאגט אז ''מן הסתם בין איך נאך אינג''.שמעקעדיג האט געשריבן:וואט די העק, מכחיש שמש בצהרים!דערהויבענע איד האט געשריבן:לדעתי איז נישטא קיין שום קריזיס, און קום מיר נישט זאגן ווי א שחצן אז איך האב נאכנישט געטון קיין שידוכים, ב''ה די סיסטעם פארט ווי בעיבי, און קיינער איז גאר נישט שולדיג.
גיב א פרעג יונתן שווארץ פאר מער אינפארמאציע...
איך האב דאס שוין געשריגן איבער 10 יאר צוריק
viewtopic.php?f=24&t=2118
''איך'' בין סענסעטיוו. איך גלייב אבער אז ווען ס'איז דא קינות אין לאנדאן און מ'שרייט אז ס'איז דא א קריזיס פון עלטערע בחורים, זארגן זיי זיך נישט פאר - וואס ''זיי'' רופן - באמע''ס.איך אויך האט געשריבן:יעדער וואס איז עלטער איז שואכערע סחורה? פארוואס ביסטו אזוי שרעקליך אומסענסעטיוו.
פארוואס האסטו דיסיידעט אז,די איינציקסטע וועג צו א שידוך טון איז דורך עפעס א נארישע שדכן טראגט אן א שידוך פאר די עלטערןשמעקעדיג האט געשריבן:אין מיין משפחה אליינס, פון ביידע זייטן, זענען דא כמעט א טוץ עלטערע בחורים, אלע העכער 21 און 22, און דער טעלעפאן איז שטום. נישטא קיין אנטראגעס. און ע"פ רוב רעדט מען פון וואוילע בחורים, צו גאט און צו לייט.
זיי האבן נישט קיין נארמאלע ישיבה, טייל ארבעטן פארט טיים (געבענטשט זאלן זיי זיין), זייערע חברים זענען חתונה געהאט, און זיי ווארטן בכליון עינים אויף זייער באשערטע.
דאס איז נאר ביי איין משפחה. כהנה וכהנה זענען פאראן הונדערטער בחורים. (אדער טויזענטער, לויט יונתן שווארץ.)