בלאט 4 פון 5
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 10:56 pm
דורך שמן למאור
מהר"א מסאטמאר שליט"א:
דער וואס ענטפערט די שאלות ווען מען ריפט אריין די AI איז נישט מער און נישט ווייניגער דער ס"ם אליינס... מען טאר ניטאמאל וויסן אז עס עגזעסטירט אזא זאך...
כ'וויל נישט מסביר זיין פארוואס, און מען זאל נישט פרעגן פארוואס. אז מען פארשטייט פארוואס טויג שוין אויך נישט...
https://t.me/YiddishlechPolitics/4773
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:05 pm
דורך ערענסטער פארשוין
שמעון_ברוך האט געשריבן:בערל טויבער רעדט יעצט, קוקט אויס אזוי מין אומצוגעגרייט אז נאר..
געטראכט די זעלבע.
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:37 pm
דורך צקון לחש
שמן למאור האט געשריבן:מהר"א מסאטמאר שליט"א:
דער וואס ענטפערט די שאלות ווען מען ריפט אריין די AI איז נישט מער און נישט ווייניגער דער ס"ם אליינס... מען טאר ניטאמאל וויסן אז עס עגזעסטירט אזא זאך...
כ'וויל נישט מסביר זיין פארוואס, און מען זאל נישט פרעגן פארוואס. אז מען פארשטייט פארוואס טויג שוין אויך נישט...
https://t.me/YiddishlechPolitics/4773
אוי שעם איך זיך פון מיינע אייניקלעך
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:20 am
דורך פונדאַמענטאַל
הער איך א פרימען אינגערמאן טענה'ן: AI איז כפירה! די גאנצע געדאנק פון דעם איז דאך אז א קאמפיוטער איז בעסער ווי א מענטש! מיר ווייסן דאך אז א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, קומט דאך אויס אז דאס איז א שטיק כפירה!
די חברה זענען desperate צו אויפקומען מיט סיבות צו אסר'ן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:22 am
דורך צקון לחש
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:הער איך א פרימען אינגערמאן טענה'ן: AI איז כפירה! די גאנצע געדאנק פון דעם איז דאך אז א קאמפיוטער איז בעסער ווי א מענטש! מיר ווייסן דאך אז א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, קומט דאך אויס אז דאס איז א שטיק כפירה!
די חברה זענען desperate צו אויפקומען מיט סיבות צו אסר'ן.
און פון ווי מיינסטו ער נעמט עס...
viewtopic.php?p=523244#p523244
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:37 am
דורך קל וחומר
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:די גאנצע איסור'אציע אויף AI איז אבסורד (אפילו נניח אז עס איז בכלל לעגיטים). AI איז א מושג נישט קיין ספעציפישע חפץ, AI איז נישט קיין חפץ וואס מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין. AI איז א מושג - און עס קען זיך געפינען אין יעדע זאך. פילע זאכן וואס ווערן גע'powered מיט קאמפיוטער פארמאגן שוין היינט AI במידת מה. Google גיבט אייך די גוטע רעזאלטאטן אויף אייער סוירטש דורך א לימיטעד כח פון AI, דורכן פארשטיין וואס איהר מעגליך ווילט - פון אייער דאטא וואס עס זאמעלט צאם. Google האט געמאלדן ביי זייער לעצטע קאנפרענץ אז זיי גייען בקרב צולייגן AI tool's צו פילע פון זייערע סערוויסעס - אריינגערעכנט זייער search engine און Gmail. צו פלאנען די רבנים צו אסר'ן ניצען Gmail? די אמת איז אז זיי פלאנען נישט, זיי כאפן זיך פשוט צו צו דער געלעגנהייט צו פירן מערכות און פראקלעמירן איסורים - פשוט'ע virtue signaling צו ווייזן ווי פרום זיי זענען.
דו האסט עס אנגעכאפט ביים קארג!
די טיפשות ווייזט זיך ארויס אויף אזא פארנעם אז מ'קען ברעכן.
אלעס פארט אין די דירעקציע פון פארגעשריטענע AI און ביז עטליכע יאר וועט דאס פשוט זיין די רוקנביין פון די גלאבאלע עקענאמיע און פארשריט. ס'איז נישט קיין חפצא וואס ס'זאל בככל זיין שייך צו אסר'ן.
ס'איז כאילו ס'זאל ארויסקומען א קול קורא קעגן 'צייט' ווייל מענטשן וואס האבן צו סאך צייט זינדיגן מער....
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:22 pm
דורך סקעפטיקער
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:30 pm
דורך Schmoozer
looks like chat gpt wrote this letter
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:00 pm
דורך שמן למאור
להוציא מלבם...
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:07 pm
דורך אבטח ולא אפחד
טעות
נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 12:19 am
דורך berlbalaguleh
הרב חיים שלמה בערגער אין מאמענט האקט א טשייניק אין אן אנדערע דירעקציע. נאכ'ן אריינווארפן ציונים אין פיקטשער (כ'זעה נישט וואו די ציונים שטערן איהם) זאגט ער אז ער האט געשמועסט מיט גדולי הרבנים און "זיי" זענען געקומען צו די מסקנא אז עי. איי. איז די גרעסטע און לעצטע (כדבריו) ניסיון פאר ביאת משיח צדקנו. און דער חשש איז אז מ'וועט האבן א גרינגן צוטריט צו "שמוץ". וואס מ'קען נישט פילטערן.
ווער ס'זוכט דווקא "שמוץ" האט נישט קיי פראבלעים אן עי. איי. ער קען עס גרינג טרעפן היינט אויך.
לולא דמסתפינא. איך זאג נישט מיט א זיכערקייט ווייל איך האב עס נאכנישט אויספראבירט. אבער דער אמת'ער חשש פון די גדולי הרבנים מיט וועים הרב בערגער האט זיך אדורכגערעדט איז, אז מ'וועט קענען פרעגן געהעריג שאלות אין הלכה פון דעם עי.איי. פראגראם. און ער/זי וועט האבן א שיקול הדעת צו קענען ענטפערן אויף די שאלות פונקט אזוי ווי א לעבעדיגער מורה הוראה. נאכ'ן אנאליזירן דעם ים פון אינפארמאציע אין זיין דאטא בעיס.
צי ס'איז יא אויסגעהאלטן אדער נישט איז שוין א צווייטע שאלה. נאר ס'איז (כמעט זיכער) א פאקט.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 1:29 am
דורך דערהויבענע איד
מ'זעט די פראבלעם פון קאמפיוטער'ס אז ס'כאפט זיך אריין אפילו ביי השומרים. פון ווי נעמט זיך די קארוקטארן? ער האט עס געזען אין א חסידי'ש ספר? אדער איינע פון מאוויס?
נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:01 am
דורך פנחסבןאלעזר
עס איז דא א פשוט'ע עצה פאר אלע אוסרים, מען זאל הייסען מארגארעטין זאל פארלאנגן פין די פאליטישאנס זאל מאכן עי איי אומגעזעצליך, און שלום על ישראל.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 5:32 pm
דורך שפילער
עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען עי איי האט ווען נישט די עדאלט רעסטריקשאן קאנטענט וויזוי די רבנים וואלטן געשפרינגען?...
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 6:17 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שפילער האט געשריבן:עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען עי איי האט ווען נישט די עדאלט רעסטריקשאן קאנטענט וויזוי די רבנים וואלטן געשפרינגען?...
און פאר ווי לאנג האלסטע גייען די רעסטריקשענ׳ס אנהאלטן?
און יעצט קעמען דען נישט געוואר ווערן גענוג און נאך?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 11:13 pm
דורך איציקל
עס איז מיר אינטערסאנט אז קיין איינער פון די חברי השטיבל האבן נישט ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פונעם איסור ווי פאלגענד. שוין אפאר חדשים אדער מער וואס דער עולם נוצט דעם AI אין גרויסען, ואין פוצה פה (חוץ די העיליגע סקווירא בי"ד), פלוצלינג פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן שפראצן ארויס קאנפרענץ'ן און דרשות, איסורים מיט חרמות, א.ד.ג., וואס איז דא געשעהן? פשוט, ס'איז געווארן עוועיליביל צום יוגנט, צו בחורים און מיידלעך שלא טעמו טעם חטא (...), מענטשן וואס האבן נאכנישט געהאט פונעם עץ הדעת טוב ורע. אין אמת'ן אריין איז דאס טאקע א גרויסע פראבלעם, קינדער דארפן טאקע נישט אלעס וויסן, (איך מיין אז צו דעם איז יעדער בר דעת מסכים), אבער וועגן דעם גיין אסר'ן AI לגמרי? אתמהה! איז שוין טאקע נישט דא קיין שום טראסט אין עדאלטס צו קענען מבחין זיין בין טוב ורע?
איי וועט עטץ פרעגן די רבנים האבן דאך א פראבלעם מיט'ן אינטערנעט, פארוואס קען מען דארט (עכ"פ לדעתם) נישט טראסטן קיין גדולים, אויף דעם איז דער תירוץ פשוט, שאני אינטערנעט מAI אויף שני אופנים:
1.AI איז דומה צו אינטערנעט מיט א גוטן פילטער (חוץ נעטפר"י),
2.AI האט ווייט נישט דער כח המושך וואס אינטערנעט האט.
נאר וואס דען, הדרן לקמייתא, דער גאנצע איסור איז נאר יונגעטליכע, נאר אלס הרחק מן הכיעור וכו', סחור סחור אמרי' וכו' האט מען עס גע'אסר'ט על הכלל כולו. אבער דא קומט מען צוריק צו וואס דער עולם האט שוין אויסגעשמועסט אז מ'קען דאס נישט אסר'ן וכו'.
עס געפעלט מיר נאר ווי עס שטייט אויף די קול קורא'ס "דאס איז אסור אפילו אויפ'ן טעלעפאן", ווי כאילו דאס איז נאר א טפל צום גזירה און נישט דער עיקר.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 7:01 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:04 pm
דורך מתבודד
חתם סופר האט געשריבן:.
אינטרעסאנט. נישט לאנג צוריק האב איך געזען א צעטל הענגן אין בעלזא אז מ'זאל זיך "מונע" זיין פון נוצן די AI, ווען פונקטליך איז עס אריין בגדר איסור? האט מען אין די פאר טעג אויסגעפינען אז די AI איז מער שעדליך ווי מ'האט געמיינט??
אדער האבן די א.ג. עסקנים פשוט אנגעפאנגן לייגן מער דרוק?...
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 12:46 am
דורך חדשים
פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 2:45 am
דורך kliger
מאכט נישט די גאנצע איסור א רושם ווי מען באהאלט סודות׳פולע אינפארמאציע פון אונז?
וואס האט מען מורא? אז מען וועט וויסן אינפארמאציע? פארוואס לייגסטו נישט אריין א יסודות׳דיגע אמונה וואס איז שטארק פאר זיך?
קוקט עס נישט אויס ווי איינער באהאלט אן אנטלויף מאפע פון ארעסטאנטן אין תפיסה?
דאס איז א חילול השם צו זאגן אז אונז שטייען אויף פאפירענע יסודות.
ענדערש זאל מען לערנען מער יסודות הדת אזוי ווי מען לערנט מיט די בעלי תשובה וואס קומען שוין פון אלע עולם הזה און ווייסן שוין אסאך מער פון עניבאדי וואס גייט הערן AI אויפן פאון
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
דורך אבטח ולא אפחד
חדשים האט געשריבן:פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.
ווער שטייט אונטער טעקלאק?
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 11:12 am
דורך טראמפ...ייטער
Schmoozer האט געשריבן:looks like chat gpt wrote this letter
This was not written by AI , I can see this was written by someone who doesn't know English.... with a spelling checker
Re: איסור אויף AI
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 1:16 pm
דורך שלג זהב
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.
ווער שטייט אונטער טעקלאק?
דאכט זיך מיר אז די בערגערס פון לאנדאן.