בלאט 4 פון 12
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 1:24 am
דורך ספינקא
שמוליקיל האט געשריבן:די אנדערע זייט פון די מטבע.
גראדע גאנץ א גוטע ספין, דאס וואלט געפאסט פאר דער בלאט אין די הייסע שמואל ווידער צייטן
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:00 am
דורך לייביששרייבער
א הכשר השגחה מיינט כשר נישט כשר. יא געלט נישט געלט. מיינט אז אונזער כשרות איז ווייטער געלט. צו עס איז כשר צו נישט איז בכלל נישט נוגע. עס איז דא א עירוב צו נישט וועט זיך ווענדן אויב האסטו באצאלט איז די עירוב כשר אויב נישט נישט
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:03 am
דורך מיליאנער
פרעזידענט עלעקט האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:און די פודאא צעטל איז אויך פאלש?
יא
דו ווייסט? שטעלסט זיך פאר? האפסט אזוי?
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:47 am
דורך סביב העולם
די צעטל פון פאאדא איז פאלש (עס קומט נישט פון פאאדא), אבער די מעשה וואס שטייט דארט איז אמת
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:39 am
דורך מילך טראק
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז אמת אז א גראסערי אין ווייט לעיק פארקויפט 82 פלייש? (כך שמעתי. איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
ווייט לעיק גראסערי האט אן עקסטערע רעידזסטעיר פאר די פלייש?
איך פרעג פשוט ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 am
דורך מילך טראק
.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:44 am
דורך מילך טראק
קיינמאל נישט געוויסט אז סאכדעס איז אזא גוטע הכשר
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
מילך טראק האט געשריבן:
ווייט לעיק גראסערי האט אן עקסטערע רעידזסטעיר פאר די פלייש ?
איך פרעג פשוט ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען
זעהט אויס אז קאנטרי שאַני...
געוויסע זענען זיך אפילו מתיר אין די קאנטרי איינצוקויפן אָן די הוט און רעקל. וואס איז אויך נישט אויסגעהאלטן אין שטאָט.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 5:15 pm
דורך קהל'ס נער
אויף דעם האט די רעבע זכיסע געשריגען אז די באשעפער איז אויכט אין קאנטרי……
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 6:21 pm
דורך מילך טראק
קרן זוית האט געשריבן:זעהט אויס אז קאנטרי שאַני...
געוויסע זענען זיך אפילו מתיר אין די קאנטרי איינצוקויפן אָן די הוט און רעקל. וואס איז אויך נישט אויסגעהאלטן אין שטאָט.
קען זיין ס'איז יא עקסטער, אדרבה זאל איינער דא לאזן וויסן.
אגב "ניי" ווילאמסבורג כקאנטרי דמי.
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:47 am
דורך מאור כשדים
מילך טראק האט געשריבן:קרן זוית האט געשריבן:זעהט אויס אז קאנטרי שאַני...
געוויסע זענען זיך אפילו מתיר אין די קאנטרי איינצוקויפן אָן די הוט און רעקל. וואס איז אויך נישט אויסגעהאלטן אין שטאָט.
קען זיין ס'איז יא עקסטער, אדרבה זאל איינער דא לאזן וויסן.
אגב "ניי" ווילאמסבורג כקאנטרי דמי.
ניין עס איז נישט עקסטער, עס ליגט אינעם זעלבען פריזשידער גלייך אינטער די מיעל מארט קאלד קאטס...
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 4:37 pm
דורך signout
לכבוד יום טוב... מ'גייט עס פארענטפרן
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 8:15 pm
דורך טמיר
דאס דארף נאך צי קאסטן געלט?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:52 pm
דורך מן הסתם
הער איך אז זיי גייען באקומען א גוטן הכשר, איינער אויף וועם די וויליאמסבורגע מאפיא האט נישט קיין שליטה.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:58 pm
דורך סקעפטיקער
signout האט געשריבן:לכבוד יום טוב... מ'גייט עס פארענטפרן
רעדט בכלל נישט פון דעם
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 5:03 pm
דורך חדשים
למעשה האלט מען נאך שבועות און Foodo האט נאך אלץ התאחדות השגחה אויף זייער פלייש. עס איז עפעס הפקר וועלט דא? וואס גייט דא פאר?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 7:33 pm
דורך חובב ציון
וואלאווא גייט גיבן א הכשר.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 7:34 pm
דורך חובב ציון
חובב ציון האט געשריבן:וואלאווא גייט גיבן א הכשר.

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:45 pm
דורך איך הער..
דאס פארט ארום אויף וואטסעפפ.
--------
ברעיקינג!
וויליאמסבורגע סופערמארקעט באקומט וואלאווע השגחה!
מיט גרויס שמחה איז אויפגענומען געווארן די בשורה אז הגה"צ דער וואלאווער רב שליט"א האט אנגענומען צו געבן די השגחה מהודרת אויף די צוויי נייע סופערמארקעטס אין וויליאמסבורג, ראזמערי מיט פאדדאא, און וועט איבערנעמען אלע חלקים פון די געשפעט אונטער זיין השגחה,
ערב שבת קודש פרשת נשא האט ער אונטערגעשריבן א קאנטראקט פאראויס אויף 4 יאר, ביידע סופערמארקעטס בעלי בתים האבן באצאלט 250 טויזענט דאלאר עקסטער פון פאראויס, אויסער דעם וועלן זיי מוזן באצאלן אלע היזיקים וואס דער וואלאווער גייט האבן פון דעם וואס מ'וועט באויקאטן די פראדוקטען וואס טראגט זיין השגחה,
עס הייסט אז די התאחדות איז זייער ברוגז אויף דעם וואלאווער און סטראשעט אים מיט א שארפע מערכה אבער ער זאגט אז די התאחדות האט אוועק גענומען פון אים עטליכע גרויסע פאבריקן אזוי ווי שטערנס בעקעריי און דעריבער איז יעצט די צייט צו באצאלן דערפאר.
דער וואלאווער רב איז אין געווען אין פלארידע און ר' זעליג ווייס דער בעל הבית פון ראזמערי סופערמארקעט האט אים אהיימגעברענגט מיט א פריוואטען פליגער צו קענען זעהן די
געשעפטן און ארויפלייגן דעם חותם הכשרות המהודר.
יאכלו ענוים וישבעו!
------
וואלאווע רב גייט געבן די השגחה פאר 2 מעכטיגע סופערמארקעטס
ר' זלמן האט אנגעקאלט דעם וואלאווער רב מיט קולות היתכן ער גייט געבן די השגחות,
האט אים וואלאווע רב געענפערט, סך הכל איז די גאנצע איסור א ביזענס דיעל פאר דיין פלייש פון 82, סאיז אויסער דעם נישט דא קיין שום איסור,
פאר מיין ביזענס איז גוט אז איך געב יא די השגחה
ר' זלמן האט אראפ געהאקט דעם טעלעפאן.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:07 pm
דורך לך לך
אויב וואלאווא הכשר איז אמת איז עס גאר א שטארקע זאך!!
איינער צו קאנפעירמען?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:21 pm
דורך חדשים
לך לך האט געשריבן:אויב וואלאווא הכשר איז אמת איז עס גאר א שטארקע זאך!!
איינער צו קאנפעירמען?
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:43 pm
דורך מילך טראק
שוין העכסט צייט צו מאכן א עירוב מיטן וואלאווע הכשר , און געבן די לעצטע טויט קלאפ פארן ר' זלמן פארן היידראדזשען די שטאַט
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:48 pm
דורך יין שרף
אינטרעסאנט, נישט געוואוסט ס'איז דא ביצים מיט וואלאווער הכשר..