בלאט 4 פון 10
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:14 pm
דורך ברוין
לעמיל פארקן ביי א פאמפ איז קיין וויץ אויב זאל חלילה האבן עפעס געשען דארט וואלטן זיי געמאכט פון דיין קאר א תל תלפיות פארק ענדערש אויפ סיידוואק ווי ביי א פאמפ
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:32 pm
דורך זר זהב
ברוין, וואס דו האסט געשריבן גרעניצט זיך שוין יא מיט א וויץ.. לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די פאמפס עקזיסטירן נאר אריינצוברענגן געלט, און דער וועג וויזוי די סארט טיקעטס ווערן פארטיילט יוכיח!
קענסט זיין 13 פיס אוועק פון א פאמפ און באקומען א טיקעט אז ביזט געווען 3 פיס אוועק.
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 10:52 pm
דורך ברוין
אויב רעדט מען פון אזא סארט טיקעט זאל ער עס פייטן און איך שענק אים מיין ברכת הצלחה אבער אויב האט ער באמת געפארקט ביי א פאמפ וויל איך אים זאגן אז דאס איז קיין וויץ. באס סטאפס מיט אלטערנעט סייד פארקינג גייט מיך אן א הויקער אבער פאמפ איז א אחריות
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:56 pm
דורך בעל הבית
איך האב יעצט בקומען א סעלפאן טיקעט, איך בין זייער צובראכן, עס איז שון מיין דריטע סעלפאן טיקעט אין די לעצטע יאר א האלב, איך ציטער איך וועל פארלירן מיין לייסענס.
ביטע שרייבט מיר חיזוק אדער אדווייס, צו איך זאל נעמען א לויער צו נישט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:59 pm
דורך גאלד
זיכער נעמען א לויער, אבער נאר פון א היימישער אגענט, ח"ו נישט פון די יעלאו פעדשעס וכדומה, איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אין די פובליק, אבער ס'דא היימישע אגענטן וואס האבן אנקניפונגען מיט גוטע לויערס און אלע מאטאר וויהיקל געריכט הייזער אין די סיטי,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:04 pm
דורך שמעקעדיג
אויף יעצט, נעם א לויער.
מהיום והלאה, צו טון ע"פ דיני דמלכותא און אויך דיני תורה, קויף דיר א בלוטוט. עס וועט דיר קאסטן ביליגער און וועסט זיין מער סעיף. א מענטש מוז זיך לערנען פון זיינע מיסטעיקס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:12 pm
דורך בעל הבית
מוסר דארף איך נישט יעצט, איך ווייס זייער גיט פין די טעכנלוגיע וואס רופט זיך בלאטוט, איז עס טאקע מעגליך צו פארלירען לייסענס ? קענסטו איינעם וואס האט שון פארלןרען זיין לייסענס?(איך צוטיר )
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:30 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז די סטעטאס מיט דיין ערשטע צוויי טיקעטס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:33 pm
דורך בעל הבית
פענדינג קארט ערכואת
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:21 pm
דורך נולד מאוחר
האסט עס געגעבן פאר א לויער?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:37 pm
דורך ברוין
געדענק אז די ריכטער קען זען אלע דיינע טיקעטס און מיט אזא היסטארי וועט דיר זיין זייער שווער צו פייטן. ספענד אפאר טאלער פאר א לויער יעצט ווי איידער צאלן א גאנץ לעבן טייערער פאר אינשורענס אויב נישט ארגער
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 3:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
גאלד האט געשריבן:זיכער נעמען א לויער, אבער נאר פון א היימישער אגענט, ח"ו נישט פון די יעלאו פעדשעס וכדומה, איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אין די פובליק, אבער ס'דא היימישע אגענטן וואס האבן אנקניפונגען מיט גוטע לויערס און אלע מאטאר וויהיקל געריכט הייזער אין די סיטי,
ביטע רעקאמענד - אין אישי - איינער וואס קען פייטן א פארקינג טיקעט.
יישר כח
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:21 pm
דורך chosen people
איך האב באקומען א ספידינג טיקעט אין פלארידא, $200 פיין און 3 פוינטס, ווייסט איינער עפעס א לויער אין פלארידא וואס איז גיט פאר דעם?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:07 am
דורך galitzyana
If you live in NY plead not guilty and pay the fine because it wont effect your insurance. The states dont work together only NJ NY CANADA. so fighting might cost you more and for what points in Florida wont hurt you
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:16 am
דורך chosen people
יישר כח פארן ענטפערן, לאמיר דיך פרעגן אויב איך פלי נאט גילטי דעמאלטס דארף איך דאך פייטן די טיקעט, ניין? און לכאורה דארף איך נישט באצאלן די טיקעט.
און אויכט די אפיסער וואס האט מיך געגעבן די טיקעט האט מיך געזאגט אז זיי שעירן יא מיט ניו יורק די אינפורמציה, און אזוי האב איך אויכט פארשטיינען ווען איך האב געליינט אויפן וועב.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:07 am
דורך ריינער
איך האב פריער באקומען א טיקעט פאר'ן ספידען 45 אין א 30 mph zone אבער די אפיסער האט אריינגעשריבם אז די ספיד לימיט דארט איז 25 mph
קען איך עס אליינס פייטן און אויפווייזן אז מען מעג דארט פארן אויף 30 אדער איך וועל גארנישט אויפטויהן ווייל איך בין דאך געפארן 15 העכער די ספיד לימיט?
נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:46 pm
דורך משה רוקח
אויב קענסטו קלארערהייט אויפווייזן אז ער האט געשריבן דעם ראנג ספיד לימיט, וועסטו לכאורה געוואונען דעם קעיס.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:16 am
דורך galitzyana
,Call the DMV in NY and ask them if it they share rather call you insurance agent or Gieco to ask them if they look at this when giving you insurance. You can plead not guilty and pay the fine i had somthing like this already
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:20 am
דורך געפילטע פיש
chosen people האט געשריבן:יישר כח פארן ענטפערן, לאמיר דיך פרעגן אויב איך פלי נאט גילטי דעמאלטס דארף איך דאך פייטן די טיקעט, ניין? און לכאורה דארף איך נישט באצאלן די טיקעט.
און אויכט די אפיסער וואס האט מיך געגעבן די טיקעט האט מיך געזאגט אז זיי שעירן יא מיט ניו יורק די אינפורמציה, און אזוי האב איך אויכט פארשטיינען ווען איך האב געליינט אויפן וועב.
ביידע זענען אמת, פלארידע שעירט די טיקעט מיט דיין סטעיט, אבער ניו יארק נעמט נישט אן קיין אוט אוו סטעיט טיקעטס, נאר פון קיוביק און אנטעריוא. אבער אפילו אויב ניו יארק לייגט נישט קיין פוינטס אויפן טיקעט קען דיין אינשורענס קאמפאני עס נאכאלס זעהן, און ארויפרוקן דיין אינשורענס.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:50 pm
דורך galitzyana
I got a speeding ticket in state of Vermont 7 years got two points on ticket and i got very chepar insurance recently they told me th insurance compnay they see i have a very good dreivng record and i never got a speeding ticket in my life. Must be they dont see points in other states because it has to go through DMV of NY if they dont share with Vermont how should they know when they search my license that i have 2 points? 00
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:54 pm
דורך ריינער
משה רוקח האט געשריבן:אויב קענסטו קלארערהייט אויפווייזן אז ער האט געשריבן דעם ראנג ספיד לימיט, וועסטו לכאורה געוואונען דעם קעיס.
איז די שאלה יעצט וויאזוי איך ווייז אויף קלאר....
ס'דא אינגאנצן איין סיין אויף יענע ראד מיט די ספיד לימיט, און יענע סיין איז נישט ביי דיי עק פון די ראד ווי ס'שטייט וועלכע גאס ס'איז...
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:59 pm
דורך גאלד
נעם א בילד פון די נונטסטע סיין, און אויך א בילד פון גוגל מעפס וואס נעמט אריין די גאנצע שטח, אזוי דער שופט זאל זעהן די מרחק צווישן די 2 מקומות, דער פאליסמאן גייטאך נישט האבן א אנדערע בילד, וועט דער שופט מוזן גיין מיט וואס דו האסט,
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:01 pm
דורך גאלד
ווען ס'קומט צו אינשורענס, איז יעדער פירמע האט זיך זייערע פאליסיס, ס'נישטא קיין געשריבענע רולס