בלאט 4 פון 4
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:20 am
דורך we will
You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:32 am
דורך קאווע טרינקער
we will האט געשריבן:You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular
שווער צו ענטפערן, איך בין נישט קיין פרוי.
פון איין זייט, א ארטודאקסישע פרוי פיהל מער פארזיכערט.
פון די אנדערע זיי, א פרייע פרוי באקומט וואס זי דארף.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:56 am
דורך chasid
כ'מיין מ'זאל דא מאכן א אנקעטע אזוי..
ווען דו באקומסט יעצט א אויסוואל פון באשעפער וואס צו זיין פון יעצט און ווייטער א איד צו א גוי, וואס וואלסטו אויסגעוועלט?
צו שארף? אויב נישט, בעט איך די הנהלה צו מאכן אזא אנקעטע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:04 am
דורך נפתלי
קאווע טרינקער האט געשריבן:א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?
און אויך זאל מען ווייטער קומען דאווענען אין ביהמ"ד יעדן שבת, עטליעסט לכה דודי פרייטיג צונאכטס און קריאת התורה שבת אינדערפרי, כ'על נאכאלץ וועלן קייען די נייעס....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:13 am
דורך קאווע טרינקער
נפתלי האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?
און אויך זאל מען ווייטער קומען דאווענען אין ביהמ"ד יעדן שבת, עטליעסט לכה דודי פרייטיג צונאכטס און קריאת התורה שבת אינדערפרי, כ'על נאכאלץ וועלן קייען די נייעס....
און מ'זאל ווייטער שישקענען אויף דיר... נו! דו גוי! מ'טאר נישט...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:22 am
דורך געפילטע פיש
חאסיד, דיין אנקעטע קומט נישט דא אריין, די אשכול רעדט מען וועמענס לעבן איז בעסער, געשמאקער, נישט וואס ס'לוינט זיך. אוודאי וואלט איך געפיקט צו זיין א איד, דאס איז דאך נצחיות, חיי עולם, אבער ס'נישט גרינג, חיי עמל תחי'.
ווער ס'האט א געשמאקער טאג טעגליכן, דאס איז די דיסקוסיע דא, און אוודאי איז דא מעלות און חסרונות אויף ביידע זייטן, מ'דארף נאר זען וועלכע זייט וואגשאל וועגט איבער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:36 pm
דורך yes yes
is as string or if not stronger
נפתלי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.
א יעדער האט א וויזשאן וויאזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויסקוקן און ביי זיי מאכט זיך עס מער אפט אז דאס קינד וויל עפעס אנדערש און פייפט זיך אריין אויפן טאטן
אפשר איז די ווייטאג נישט אזוי שטארק וואו ביי אונז, אבער זיי ווייטיגן אויך דערויף
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:45 pm
דורך yes yes
קאווע טרינקער האט געשריבן:we will האט געשריבן:You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular
שווער צו ענטפערן, איך בין נישט קיין פרוי.
פון איין זייט, א ארטודאקסישע פרוי פיהל מער פארזיכערט.
פון די אנדערע זיי, א פרייע פרוי באקומט וואס זי דארף.
depends on her husbend
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:55 pm
דורך פערינא
וועלכע יוד לעבע א בעסערע לעבן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 02, 2012 10:51 pm
דורך איחוד פעלד
על פי פשטות קען מען ברענגען א פשוטע ראיה אז דער אידס לעבען איז נישט בעסער.
ווען יא וואלטען דאך אלע גוים געווארען אידען!
אלא מאי איז געדרינגען אז דער גוי האט א בעסער לעבען.
אייפארוואס ווערען נישט אלע אידען גוים?
תיקו.
וי"ל ווייל עס איז ביהרג ואל יעבור.
מער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 7:09 am
דורך איך בין עס
וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:09 am
דורך villager
איך בין עס האט געשריבן:וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט
איז סוסייד בעסער ווי לעבן? עס איז היינט נישט קיין נייעס ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, און עס איז יא א נייעס ווען איינער ווערט צוריק לעבעדיג, פאקט איז פאקט.
אגב, דו ווייסט אז היינט איז א וועלט פון תשובה? אין א"י האלט מען ביי איבער א האלב מיליאן...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:15 pm
דורך איחוד פעלד
villager האט געשריבן:איך בין עס האט געשריבן:וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט
איז סוסייד בעסער ווי לעבן? עס איז היינט נישט קיין נייעס ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, און עס איז יא א נייעס ווען איינער ווערט צוריק לעבעדיג, פאקט איז פאקט.
עס קען זיין אז אין. הכי נמי, פאר די וואס קאמיטען זעלבסט טויט איז דער טויט בעסער.
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 6:36 am
דורך שבת אחים
איך זיץ ביי מיר אינדערהיים און איך עס מיר פרישע איבערגעווארימטע מצה מיט אבוקדו מיט די גראבע התאחדות זאלץ כ׳טראכט צו מיר וואס ווייסט דען א פוסטע גוי וויאזוי ס׳טעיסט א פרישע איבערגעווארימטע מצה מיט גראבע שטיקער התאחדות-זאלץ??? כ׳געדענק ווען מיין טאטע פלעגט אהיימגיין שבת פון שול פלעגט ער מיר זאגן ״וואס ווייסט דען א גוי פון די טעם אין א שבת-קודש?״ איך טראכט אז דאס קען דאך גיין אויף ביידע וועגן.
א געווזענער בעלזער חסיד האט מיר פארציילט אז מיט יאהרן צוריק ווען ער האט איבערגעלאזט אידישקייט האט אים די בעלזער רב געזאגט דוד המלך ע״ה זאגט אין תהילים ״טעמו וראו כי טוב ה׳״. אז די וועסט ׳טועם׳ זיין די טעם פון תורה וועסטו עס קיינמאל נישט אפלאזן. זאגט ער פארן רב, איר זיצט זיך דא אין א ספרים-שטוב און האט נאך קיינמאל נישט טועם געוועהן די טעם פון ארויסגיין אין א קלאוב און טאנצן מיט שיקסעס וויאזוי קענט איר וויסן וועלכע טעם איז בעסער? איך האב שוין טועם געוועהן ביידע, און דאך וועיל איך נישט אויס די גמרא...
נאר די תירוץ קומט טאקע פונעם חכם מכל האדם אליינס שלמה המלך זאגט דאך שוין אין משלי אז ״כל באיה לא ישובון״ און מ׳וועט מוזן איינזעצן אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״
Re: וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 8:13 am
דורך חסיד פון ליטא
סתם א הויכע מינוט געהאט?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 8:49 am
דורך אישתישבי
עס דערמאנט דער באקאנטע הגה וואס ביאליק האט געשריבן אין די גמרא אויף דעם וואס די גמרא זאגט כל האוכל מצה בערב פסח כאילו בעל ארוסתו בבית חמיו. האט ער געשריבן א הגה, צ"ע, טעמתי טעם שניהם, ואינו דומה כלל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 3:41 am
דורך שבת אחים
חסיד פון ליטא האט געשריבן:סתם א הויכע מינוט געהאט?
וואס פארא שאלה? זיכער! יעדע מינוט פון ׳יום טוב׳ איז ביי מיר גאר
״דערהויבן״. א קלייניקייט!?
גאט ב״ה האט אונז דערהויבן.
אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו
ורוממתנו מכל הלשונות. ותתן לנו ה' אלוקינו באהבה, מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון, את יום חג המצות הזה...
און אז מ׳וויל זיך פיהלן דערהויבן אינמיטן יאהר. מאכט מען אזא בחינה פון ״יו״ט אינדערוואכן״...