אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

און ווער איז דער שרייבער??
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך אינטערסאנטער »

עס איז קלאר אז עס איז א פראבלעם צו שיקן ווייבער מיט פרעמדע גוים, און אפילו מיט פרעמדע אידן. און מעשיות איז שוין געווען אסאך ליידער, אזוי ווי יוסי מארגערעטן האט שוין געזאגט אין פובליק אז ליידער קומען צו אים אן מעשיות, און איך גלייב אים.

נאר די עצה איז, אז מען זאל לאזן די ווייבער דרייוון. די גאנצע פרומקייט פון נישט דרייוון איז שוין נישט אקטועל, פרויען דרייען זיך ממילא אויפ'ן גאס און עס איז גארנישט ווייניגער צניעות'דיג - אדרבה נאך מער - ווען פרויען דרייוון אליינס א קאר.

נאר וואס דען, דערוואגן זאל זיך א רב דאס צו זאגן ברבים, באלד וועט קומען לוח המודעות און לייגן גרויסע פלאקאטן קעגן אים.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך היכי דמי »

נפה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:02 am
טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:15 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:41 pm https://www.shtetl.org/article/campaign ... i-industry
Wow, א מאסיווע ארבעט וואס ווייזט ווי אפאר פיפיגע ביזנעסלייט האבן פארפירט די גאנצע עולם אין באד אריין

ווי זעסטו א מאסיווע ארבעט?
סתם שטותים, די שמועות איבער אינטערנעשינעל איז נאך פון פאר מענדי ניימאן האט חתונה געהאט, אסאך פון די וואס האבן געוואוינט אין מאנסי די לעצטע יארן ווייסן מעשיות איבער אינטערנעשינעל, און איך וואלט ערווארטעט פון אזא "שוחר שלום" וואס מיינט "נאר" די טובה פון די חסידישע קאמיוניטי צו ארויסקומען מיט אן ארטיקל וואס לויבט אויס די טויש אין די חסידישע קאמיוניטי וואס אנשטאט פארשווייגן טשעפערייען מיט פרויען ווייל אויב מען גייט טשעפענען אינטערנעשינעל גייען זיין מסר'ן די אומלעגאלע פלעי גרופס האט די קאמיוניטי אדרעסירט די פראבלעם אין פאבליק און נישט מורא געהאט פון נקמה,

אנשטאט דעם וויינט ער אז אין די אדווערטייזמענטס אויף קול מבשר און אין די קאנעקשענס איז נישט ארויסגעשטאנען באווייז איבער רעיפ אין די טעקסיס...
פארוואס קען נישט די לאקאלע פאליציי באשטעטיגן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך berlbalaguleh »

זיי טענה'ן אז די אידישע פרויען ווילן קיינמאל נישט מאכן אן אפיציעלן פאליס רעפארט (אפילו ווען ס'איז אמת) ווייל ס'קען שאדן צו שידוכים.
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך א גוט יאר »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:17 am זיי טענה'ן אז די אידישע פרויען ווילן קיינמאל נישט מאכן אן אפיציעלן פאליס רעפארט (אפילו ווען ס'איז אמת) ווייל ס'קען שאדן צו שידוכים.
יא, ליידער איז אזוי היינט די וועלט!

איך פערזענליך קען א מיידל וואס איז געווארן אפגעפארן וועגן א גוישע טעקסי דרייווער אין מאנסי!
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך נפה »

היכי דמי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:10 am
נפה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:02 am
טמיר האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:15 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:41 pm https://www.shtetl.org/article/campaign ... i-industry
Wow, א מאסיווע ארבעט וואס ווייזט ווי אפאר פיפיגע ביזנעסלייט האבן פארפירט די גאנצע עולם אין באד אריין

ווי זעסטו א מאסיווע ארבעט?
סתם שטותים, די שמועות איבער אינטערנעשינעל איז נאך פון פאר מענדי ניימאן האט חתונה געהאט, אסאך פון די וואס האבן געוואוינט אין מאנסי די לעצטע יארן ווייסן מעשיות איבער אינטערנעשינעל, און איך וואלט ערווארטעט פון אזא "שוחר שלום" וואס מיינט "נאר" די טובה פון די חסידישע קאמיוניטי צו ארויסקומען מיט אן ארטיקל וואס לויבט אויס די טויש אין די חסידישע קאמיוניטי וואס אנשטאט פארשווייגן טשעפערייען מיט פרויען ווייל אויב מען גייט טשעפענען אינטערנעשינעל גייען זיין מסר'ן די אומלעגאלע פלעי גרופס האט די קאמיוניטי אדרעסירט די פראבלעם אין פאבליק און נישט מורא געהאט פון נקמה,

אנשטאט דעם וויינט ער אז אין די אדווערטייזמענטס אויף קול מבשר און אין די קאנעקשענס איז נישט ארויסגעשטאנען באווייז איבער רעיפ אין די טעקסיס...
פארוואס קען נישט די לאקאלע פאליציי באשטעטיגן?
קודם כל איז דא ווייניגער פאליס ריפארטס ווי אינצידענטן פאר אלע סיבות וואס עס איז שוין דא געשטאנען,
והשנית וזה העיקר דער מנהג ביי די ראמאפא פאליציי איז זיך אפצוהאלטן פון מאכן קרימאנעלע קעיסעס און צו פארלייקענען פראבלעמען (עס איז דא אן אינגערמאן קעפעטש וואס האט אסאך געארבעט וועגן א קרימאנעלע אקטיוויטעטן אין א הויז אויף טווין און די פאליס האט געקענט נאכדעם זאגן אז קיינער האט נישט געפיילט קיין ריפארט אפי' די שכינים האבן געפיילט ריפארטס און איבערגעגעבן ווידיאוס פאר די פאליס, ווען די שכינים דארט זענען געגאנגען צום קאנטי וואס האט פארלאנגט תשובות פון די פאליציי איז פאליס אראפגעקומען צו אלע שכינים און געבעטן אז מען זאל נישט גיין צום קאנטי).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:17 am זיי טענה'ן אז די אידישע פרויען ווילן קיינמאל נישט מאכן אן אפיציעלן פאליס רעפארט (אפילו ווען ס'איז אמת) ווייל ס'קען שאדן צו שידוכים.
נאר די פאליס (לשיטתם אז ס'זענען יא געווען עכטע קאמפלעינטס) וואלטן דאך געקענט באשטעטיגן אז ס'איז אריינגעקומען אזא קאמפלעינט. נאר אן א נאמען.

עכ"פ: דער תירוץ (שידוכים) איז א שטארקער דוחק תירוץ. ס'איז מער אלס "אסר בשביל שתתעשר"...די באקאנטע ווערטל פון אמאל.

ר' מענדל ניימאן הי"ו האט געוואלט אריינגיין אין ביזנעס (איך ווינטש איהם א סאך הצלחה) זענען פלוצלינג ארויפגעשווימען די שרעקליכע עקזיסטענציאנעלע פראבלעימען מיט די גוי'איש'ע טעקסי דרייווערס.

איך שהוא ביניך מער צופרידן אז "לא פאמיליא" איז כמעט פארשווינדן געווארן. און די אנדערע גוי'אישע טעקסי קאמפעניס זיצן אויך איינגעלייגט.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך נפה »

די אלע פראבלעמען זענען געווען באוואוסט ווען מענדי ניימאן איז נאך געווען אין ישיבה און דער בעל עגלה האט נאך געוואוינט אין בארא פארק,
מיין ווייב אליין (וואס אזעלכע און ענליכע קעיסעס קומען אן צו איר אלס איר ארבעט) האט מיטגעהאלטן אפאר אזעלכע מעשיות,
אגב די עיקר טענה אנטקעגן אינטערנעשינעל איז נישט נאר איבער סעק*סיאל וויילענס נאר איבער דעם וואס ביי זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן ביים מיטארבעטן מיט חברים אדער די פאליציי איבער קאמפלעינס איבער זייערע דרייווערס,
וועגן די טענה אז פאליציי וואלט געקענט באשטעטיגן אן נעמען האב איך שוין געשריבן אז כך דרכם אפצולייקענען אזעלכע זאכן און 80 טווין יוכיח.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך berlbalaguleh »

נפה האט געשריבן: קודם כל איז דא ווייניגער פאליס ריפארטס ווי אינצידענטן פאר אלע סיבות וואס עס איז שוין דא געשטאנען,
והשנית וזה העיקר דער מנהג ביי די ראמאפא פאליציי איז זיך אפצוהאלטן פון מאכן קרימאנעלע קעיסעס און צו פארלייקענען פראבלעמען (עס איז דא אן אינגערמאן קעפעטש וואס האט אסאך געארבעט וועגן א קרימאנעלע אקטיוויטעטן אין א הויז אויף טווין און די פאליס האט געקענט נאכדעם זאגן אז קיינער האט נישט געפיילט קיין ריפארט אפי' די שכינים האבן געפיילט ריפארטס און איבערגעגעבן ווידיאוס פאר די פאליס, ווען די שכינים דארט זענען געגאנגען צום קאנטי וואס האט פארלאנגט תשובות פון די פאליציי איז פאליס אראפגעקומען צו אלע שכינים און געבעטן אז מען זאל נישט גיין צום קאנטי).

איך אליין האב געזעהן דארט (אויף טווין עוו.) די פאליס (כמעט) טעגליך. א פאר מאל האבן זיי אפילו פארמאכט דעם אריינגאנג צו טווין (פון יוניאן). ווייל זיי האבן געהאלטן אינמיטן אן אפעראציע אקעגן א גנב אדער מערערע גנבים וועלכע האבן געוואוינט דארט.

ניין: איך וואוין נישט אויף טווין. איך בין אדורכגעפארן מיט'ן באס.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך נפה »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:16 am
נפה האט געשריבן: קודם כל איז דא ווייניגער פאליס ריפארטס ווי אינצידענטן פאר אלע סיבות וואס עס איז שוין דא געשטאנען,
והשנית וזה העיקר דער מנהג ביי די ראמאפא פאליציי איז זיך אפצוהאלטן פון מאכן קרימאנעלע קעיסעס און צו פארלייקענען פראבלעמען (עס איז דא אן אינגערמאן קעפעטש וואס האט אסאך געארבעט וועגן א קרימאנעלע אקטיוויטעטן אין א הויז אויף טווין און די פאליס האט געקענט נאכדעם זאגן אז קיינער האט נישט געפיילט קיין ריפארט אפי' די שכינים האבן געפיילט ריפארטס און איבערגעגעבן ווידיאוס פאר די פאליס, ווען די שכינים דארט זענען געגאנגען צום קאנטי וואס האט פארלאנגט תשובות פון די פאליציי איז פאליס אראפגעקומען צו אלע שכינים און געבעטן אז מען זאל נישט גיין צום קאנטי).

איך אליין האב געזעהן דארט (אויף טווין עוו.) די פאליס (כמעט) טעגליך. א פאר מאל האבן זיי אפילו פארמאכט דעם אריינגאנג צו טווין (פון יוניאן). ווייל זיי האבן געהאלטן אינמיטן אן אפעראציע אקעגן א גנב אדער מערערע גנבים וועלכע האבן געוואוינט דארט.

ניין: איך וואוין נישט אויף טווין. איך בין אדורכגעפארן מיט'ן באס.
דאס אלעס איז נאך די קאנטי האט זיך אריינגעמישט, אפי' יעצט זענען די פארברעכער אינדרויסן און די פאליס האט געקלאפט ביי די שכינים אז מען זאל נישט גיין צו די קאונטי.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך היכי דמי »

שטעטל האט דא דעליווערט א מאסיווע דזשורנעליסטישע ארבעט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך שמן למאור »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:07 pm

ר' מענדל ניימאן הי"ו האט געוואלט אריינגיין אין ביזנעס (איך ווינטש איהם א סאך הצלחה) זענען פלוצלינג ארויפגעשווימען די שרעקליכע עקזיסטענציאנעלע פראבלעימען מיט די גוי'איש'ע טעקסי דרייווערס.
ניימאן איז סתם אן אפערטוניסט, ער האט געזען אז עס רידערט זיך מיט טעקסי דרייווערס איז ער אריינגעשפרינגען און געעפנט א קאמפעני. די ארגינעלע עסקנים - אנדרייערס האבן זיך אפילו אנפאנג גערעגט אויף אים ווייל זיי האבן עס געוואלט עפענען, אבער למעשה איז ער אריינגעקומען און איבערגענומען די מארקעט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
קא משמע לן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך קא משמע לן »

היכי דמי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:39 pm שטעטל האט דא דעליווערט א מאסיווע דזשורנעליסטישע ארבעט.

ווי געשמאק די ארטיקל הערט זיך, קען שטעטל זיך פאראייניגן מיט אלעקס דזשאונס אויף די דאזיגע ארטיקל.

צו די מעשיות מיט די דררייווער זענען אמת, קען איך נישט צוזאגן, היות איך קען נישט קיינעם וואס איז א וויקטעם.

עס מאכט אבער סענס צו מיר אז אזאנס זאל קענען פאסירן אין א קאמיוניטי ווי מען האט א סטיגמא צו גיין צו די אינסטאנצן פאר אזעלכע פרשיות.

ווי אויך איז יאסי מארגארעטן א באגלייבטע מענטש, כאטשיג איך בין נישט אייביג א גרויסע פען פון אלע זיינע פאלעסיס.

ארייוו האט געכאפט די אפארטונעטי שוין א גוטע פאר וואכן נאך וואס עס האט שוין גערודערט אין מאנסי. עס זענען געווען נאך וואס האבן, און פראבירן נאכאלץ, צוצושטעלן די סערוויס.

ווי אויך די פוינט אז מען האט פארכאפט די פרנסה פון די נישט אידן, איז נישט ממש גערעכט. די איינציגסטע וואס האבן פארלוירן דא זענען געוועהן די בעלי בתים.

די הונדערטער דרייווער מאכן ווייטער זייער געלט. אויב עפעס האבן די אידישע דרייווערס פון די היימישע קאר סערוויסעס וואס מוטשענען זיך יעצט מיט קאסטומערס מער דערלייגט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינצידענטן מיט טעקסי'ס אין מאנסי

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:16 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:07 pm

ר' מענדל ניימאן הי"ו האט געוואלט אריינגיין אין ביזנעס (איך ווינטש איהם א סאך הצלחה) זענען פלוצלינג ארויפגעשווימען די שרעקליכע עקזיסטענציאנעלע פראבלעימען מיט די גוי'איש'ע טעקסי דרייווערס.
ניימאן איז סתם אן אפערטוניסט, ער האט געזען אז עס רידערט זיך מיט טעקסי דרייווערס איז ער אריינגעשפרינגען און געעפנט א קאמפעני. די ארגינעלע עסקנים - אנדרייערס האבן זיך אפילו אנפאנג גערעגט אויף אים ווייל זיי האבן עס געוואלט עפענען, אבער למעשה איז ער אריינגעקומען און איבערגענומען די מארקעט.
אבער פאקטיש איז עס געווען א גוטער מאוו. פון א ביזנעס פערספעקטיוו. ער (ניימאן) איז אריינגעקומען מיט א מאסיוון צאל פון קארס וואס ער האט געהאט עוועילעבל. (300). אויך א סאך דרייווערס פון לא פאמיליא זענען אריבער דרייוון פאר איהם.
פארשפארט