Hamas is a theocratic and repressive organization. [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ליבעראלן האבן מורא צו נוצן די ווארט טעראריסטן. עס איז הימל און ערד ווי טאטאל, פאריקט, און פארניכטעט די מוחות פון די היינטיגע (פראגראסיוו) יונגעט איז געווארן. מיר רוקן זיך נענטער און נענטער צו די stone age עפאכע.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:54 am
דורך שעיקספער
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:14 am
קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)
די נאציס האבן אויך געהאט א צד?
די לעצטע כאמאס אטאקע איז א ביטערע אילעסטראציע וויאזוי 6 מיליאן אידן האבן געקענט ערמארדעט ווערן. אפילו חאמאס וואלט אומגעברענגט אין די טויזענעטער וואלט עס גארנישט אויסגעמאכט אין די יוניווערסעטיס. אפילו ישראל זאל איבערגעבן תל אביב און די כותל פאר די אראבערס, וואלט זיי ווייטער געשריגן פון די ריווער ביז די סי.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 5:29 pm
דורך אלפא
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:57 am
דורך ערנסטגערעדט
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:24 pm
דורך ברוך שפינוזה
נאך אפאר ווידיאוס אויפ'ן טעמע:
פארוואס די מלחמות אינעם מיטלמזרח גייען אנגיין פאר א לאנגע צייט
וויאזוי די ישראל'ישע רעגירונג האט געהאלפן ברענגען חמאס צו די מאכט (ח"ו נישט אנצופילן זייערע קעשענעס ווייל ס'איז א קאנספיראציע)
1. נניח די UN האט געמאכט א טעות מיטן דערלאנגען א פרעמדע(?) לאנד פאר די אידן, וואס איז די מהלך צו גיין פון דארט? עס איז א פאקט אז די פאלעסטינער האבן אנגעהויבן די ווייעלענס אין 1948 נאכן הקמת המדינה, איז טאקע נישטא קיין אנדערע עצה צו גיין נאר מיט פעטש? און וויאזוי ווילסטו אז מדנ"י (און די UN פאר דעם מעטער) זאל טראסטן די פאלעסטינער נאכן ווייזן וואס זיי קענען - און טוען, זיי דארפן צוערשט קענען דעמאנסטרירן 'מענטשליכע' קאנדוקט פאר מ'קען גיין ווייטער..
2. עס איז נישט אמת אז די עקסטרעמע רעליגיעזע מאטיוון ליגן נישט אונטער א גרויס טייל פון די ווייעלענס דא, והא ראי' קודם די טשארטער פון כאמאס אליין, והשנית, פארוואס אין די וועלט האט איסלאם בכלליות די מערסטע טעראריסטישע גרופעס, פון אל-קיידא, ביז טאליבאן, פון אייסיס, ביז כאמאס, און די ליסטע גייט ווייטער... איז אלעס טאקע נאר א תוצאה פון גע'גנב'עטע טעריטאריע אדער אפרעשאנס? (די אינטערוויוער איז אויך שילדיג פארן דאס נישט ארויפברענגען..)
3. ווען ער פרעגט פארוואס עס איז נישטא קיין לידערשיפ - געשטיצט ביי די פאלעסטינער - וועלכע גייט מיט'ן NON VIOLENCE צוגאנג, און קען דאס פרעזענטירן אלס טריט צו שלום, וואס איז די תירוץ צו זאגן אז גרופעס פון NVR'ס זענען געווארן סופרעססט, ער פרעגט וועגן לידערשיפ וועלכע קען זיך זעצן צום טיש, נישט קיין בויקאטירער.. טענו בחיטין והודו לזכר קדשו...
איך וועל שוין מוותר זיין אויף די אנדערע נקודה'לעך, וויאזוי כאמאס באגייט זיך פאקטיש מיט זייערע אייגענע איינוואוינער? און פארוואס די אראבישע לענדער האבן געמאכט אן עטנישע-רייניגונג פון אידן (לאפוקי מדנ"י לגבי פאלעסטינער)? אדער פארוואס זיי זענען למעשה נישט גרייט צו אפערירן פאר די פאלעסטינער בירגערשאפט אדער אנדערע סארט הילף (חוץ פון מוילמאכן איבער מדנ"י...)?
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:08 am
דורך אלפא
א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:46 am
דורך דערהויבענע איד
אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:08 am
א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
די שאלה איז נישט קיין פעי''ר שאלה אין ערשטע פלאץ.
א פעי''ר קוועשע''ן וואלט געווען אויב טערעריסטן וואלטן זיך באהאלטן אין אמעריקא אדער איטאליע צו מ'וואלט באמבעדירט.
די תשובה איז אז זיכער נישט, פונקט ווי יעדע נישט אראבישע לאנד וואלט נישט באמבעדירט זייער אייגענע בירגער, און צו די צווייטע שאלה, זיכער זענען חשוב'ער לעבנ'ס פון מדנ''י, פונקט ווי יעדע ציוויליזירטע לאנד וואלט געטשוז''ט די שונא'ס ציווילע אנשטאט די אייגענע.
(און צו דיר @אלפא, טו מיר א טובה און דאוון נישט די טעג און א סאטמערע בעסמעדרעש, דיין קאפ קען קרום ווערן
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:45 pm
דורך אלפא
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:16 pm
דורך berlbalaguleh
ערנסטגערעדט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:57 am
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע מאס סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקגענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי זאגן מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.
איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.
אויך. האט הרב אמנון יצחק אמאל געהאט א ויכוח מיט אזא בהמה אויף 2 פיס. האט ער געמאכט א פרעדיקשן. ער האט געזאגט...יום אחד הם גם יפגעו בכם...! דער בהמה האט געטענה'ט ..."אנחנו נגד הציונים"... האט איהם הרב אמנון געזאגט..."גם אנחנו נגד הציונים"...נאר דאס איז נישט דער דרך צו גיין געבן חיזוק פאר די רוצחים פון אידישע קינדער און זאגן אז זיי זענען גערעכט.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ערנסטגערעדט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:57 am
ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.
איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.
איך וואלט אייך געראטן דו זאלסט אויסהערן די תורת לשון קדשו פון מרן זי"ע.
דאס איז דאך געווען די לשון הטהור פון רבי'ן: די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ומבוטל ווערן כעפרא דערעא, זאל נישט איבערבלייבען קיין שרא דפולא
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:37 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.
לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:48 pm
דורך אסטראלאג
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:37 pm
איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.
לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
נישט רחמנות איז די פונקט.
די רבי זי"ע פלעגט אסאך פראקלאמירן אז וואס די ציונים טוען צו די אומות העולם, דארף מען מפרסם זיין אז דאס איז נישט אין אונזער נאמען, און מיר האבן נישט קיין שיכות מיט די ציונים.
די רבי פלעגט דאס זאגן אן מאכן אויסנאמען ווער ס'איז גערעכט אין עצם פאליטישע זייט. (גראדע פלעגט ער האלטן אז די ציונים זענען שולדיג אויך פאליטיש. כ'האב נישט קיין נערוון אזוי סאך צו שרייבן, הער אויף איבערזאגן וואס אפאר אפגעפרעמדעטע סאטמארע זאגן, און הייב אן קוקן אין סאטמארע רבי'ס ספרים, וועט זיך דיר דארט אנטדעקן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק.
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:09 pm
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג: איך האב (א ביסל) געלערנט די ספרים פון סאטמאר'ע רבי'ן. די שאלה איז אויב דו האסט עפעס געקענט ליינען. ס'איז דאך נישט געפינטלט. איך הער אז היינט איז שוין יא דא געפינטלט. מיט אותיות מרובעות. (אויב דו ווייסט וואס דאס איז)....שרא דפולא. /שריד ופליט...!
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.