בלאט 4 פון 6
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 1:16 pm
דורך יעקב מענטש
אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:50 am
נאכן צו-ווייזן דעם ארטיקל פאר א (געלערענטע) חבר, האט ער אויסגעלויבט די געלונגענקייט פונעם שרייבער, אבער גע'טענה'ט: 1, הערצל'ס אגענדע איז נישט דוקא געווען צו עלימינירן אנטי-סעמיטיזם, ענדערש אז עס איז שוין יא דא, זאלן אידן ווי אים כאטש האבן אן אייגן מקום צו שיינען און זיך ארויסצוגעבן - וועלכע איז געווען כמעט אוממעגליך אונטער פרעמדע טעריטאריע, און אויב איז דאס וואר האט ער טאקע היבש מצליח געווען.
ס'איז פשוט נישט וואר.
הערצל האט געהאט
אין פלאן צו שמד'ן גאנץ כלל ישראל אין זיי אינטעגרעיטן מיט די קריסטן און מאכן אויס מיט כלל ישראל ה"י, וואס שטימט נישט מיט די סברא אז ער האט געזוכט צו שאפן א פלאץ ווי דער איד זאל שיינען וכו'
די מדינה פון א 'סעקולארע פערספערטיוו' האט געזאלט רעדעפינירן וואס א איד מיינט, שפראך, לאנד, וכו' אן קיין שעבוד פון תורה ומצוות. די וועג וויאזוי מ'האט עס באקומען פון די אינטערנאצינאלע קאמיוניטי איז געווען דורך די 'סעקיוריטי ארגומענט', אז אידן רודפ'ט מען איבעראל, און "נאר" ווען זיי גייען האבן אן אייגן אידישן לאנד
(וואס איז נאך א גרויסע פראגע ווי אידיש דאס קען בלייבן בעתיד, וויבאלד ס'פארמאגט א דעמאקראטישע סיסטעם און ס'פעלט נאר אויס א רוב פון אראבער צו פארלירן די "אידישע מדינה" סטאטוס אויף אייביג און זאגן קדיש אויף די גאנצע עקספערימענט, דאס איז וואס מאיר כהנא האט געשריגן פאר יארן לאנג)
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm
דורך כרם זית
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 9:33 pm
דורך ברוך שפינוזה
למעשה גערעדט ביי חסידים ווערט א איד אויך נישט 100% דעפינירט מיט שמירת התורה והמצוות, ווי הייסט עס נאר, אה, שלא שינו את שמם לשונם מלבושם. וויאזוי קוקן חסידים אן א איד וואס גייט אנגעטוהן ווי א גוי, קען נאר ענגליש, און גייט ביי זיין גויאישע נאמען? איך רעד שוין נישט פון קליינע קינדער וואס פון זייער זייט איז אזא איינער א פולקאמער גוי, אבער אפילו ערוואקסענע חסידים קוקן אן אזא איינעם ווי העכסטנס א כלאים, אזא בחינה ווי די hardcore מזרחיסטן קוקן אן חוצ-לארצ'דיג אידן. יא ער איז א איד, אבער ס'איז דומה לו כמי שאין לו אלוה, און מיר ווייסן דאך אז מעיקר הדין זענען אלע מצוות תלויות בארץ (ידוע בשם הרמב"ן אבל הרבה ראשונים אומרים את זה), בקיצור, נישט דאס האט די פסוק געמיינט.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:17 pm
דורך בר גיורא
כרם זית האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
אין אנדערע ווערטער, ער האט געוואלט אבאלישען "אנטיסעמיטיזם", ער וואלט געטון יעדע זאך וואס ער האט געהאלטען עס וועט העלפען מיט די cause..
מדינה (אוגנדה אויב מקען נישט באקומען ישראל), שמד'ן.
מדארף דורך ליינען די פראטעקאלן פון די ערשטע אסיפה און באזעל.
זיין איקיועזשיען איז געגאנגען,
מהאט פיינט אידן וועגען זיי זענען פרעמדע=לאמיר זיך אדער אינטעגרירען אדער אויפשטעלן אן אייגען לאנד.
ווען ער וואלט געזען די שנאה די וועלט האט אויף די לאנד וואלט ער זיך איבערגעדרייט אין קבר...
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:59 pm
דורך דערהויבענע איד
כ'פארשטיי נישט פארוואס די עולם איז אבסעסט מיט הרצל...
יא כ'פארשטיי, ער איז למעשה די טאטע פון ציונית, אבער די געדאנק פון נישט זיין די צובראכענע גלות איד, איז א געדאנק בפני עצמו. אזוי אויך די גאנצע וועג ווי אזוי ס'איז למעשה צושטאנד געקומען איז א פאזל פון אסאך שטיקלעך.
ס'איז א קנאי'שע אבסעסיע צו משפט'ן די גרינדער פונעם רעיון הציונות צו זיי זענען גערעכט, און צו זיי דרייען זיך איבער, אדער שלאפן איבערגעדרייטערהייט אין קבר.
פאר די געלט קען מען שוין רעדן צו וואשינגטאן וואלט אויפגעגעבן אמעריקא ווען ער וואלט געזען ווי די היינטיגע BLM פארפירן, אדער צו בין לאדין וואלט ווען דורכגעפירט היינט ניין עלעוון צו ער וואלט נאכאלס געגלייבט אינעם עולם שכולו בתולות.
למעשה האט אונז דער אייבישטער געגעבן א גרויסע מתנה, און א גרויס חלק אידן האבן זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל, און די מדינה שטייט אלס די אכטסטע מאכטפולסטע מדינה איבער די וועלט. אלע איבעיא'ס, ספיקות, חידות, קושיות, און פירכות קען מען רעדן נאכן קוגל און ס'איז נישט נוגע למעשה.
למשל פערזענליך האלט איך אז ווען סאקמער רב און הרצל לעבן ווען, וואלטן זיי אויפגעטוישט שיטות הקדושות.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:42 am
דורך מאטי
א שטיקל הכרת הטוב, אז מ'קען זיין אנטי ישראל און מ'מוז נישט זיין קיין אידן פיינט.. ווען נישט די מדינה וועמען וואלטן די העיטערס געהעיט אנע הייסן אזוי? אפשר סאטמאר?
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:05 am
דורך מאטי
"אוי! אוי!" האט א איד זיך צעקרעכצט אינעם מיטל אלטער נאכן צום וויפלטן עלילת דם אויף די מצות.
"גאטעניו! כווייס באמת נישט וואס טויג דיר אז אפאר אידעלעך ברעכן זיך די ציין זיבן טאג אויף אפאר הארטע קרעקערס, דאס איז דיין געשעפט, אבער קוקענדיג אויף צוריק, האט זיך דאס באמת געלוינט?"
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
הערצל איז געווען א "דיסקאנעקטעד איד" וואס האט געהאט א גוטע איידיע, אז אידן זאלן קענען לעבן אין ארץ ישראל במנוחה. נאר איהם האט נישט אינטרעסירט אז מ'זאל מקיים זיין מצוות, פאר איהם איז גוט געווען ווען די אידן זענען (ח"ו) קאטאליקן אדער פראטעסטאנטן. נאר מ'זעהט דא דעם יד ה', אז ס'איז דא היינט אין ארץ ישראל הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן וועלכע זענען אויך מקיים די מצוות התלויות בארץ.
ווען מ'קוקט מיט אביעקטיווקייט קענמען זעהן אז נישט אלעס וואס די נישט רעליגיעזע אידן אין ארץ ישראל האבן געטון איז געווען במזיד און מיט א רשעות'דיגע כוונה (כאטש ס'זענען געווען געוויסע גרופעס פון להכעיס'ניקעס), נאר ס'האט זיי נישט געארט אז די קינדער פון אימיגראנטן ווערן פארווארפן אין נישט רעליגיעזע קיבוצים, ווייל דאס איז געווען דאס גרינגסטע פלאץ וואס האט זיי געקענט אויפנעמען אין יענע צייט. ווען די ערליכע אידן, וועלכע זענען אליין געווען נייע אימיגראנטן, וואלטן געווען בעסער ארגאניזירט און צוגעגערייט מקבל צו זיין די נייע עולים פון תימן און עיראק וואלט מען אפשר געקענט אפראטעווען טויזנטער קינדער פון באקומען א נישט ערליכן חינוך.
אויסער די געציילטע בחורים און יונגעלייט פון פעילים (די פארגייער פון יד לאחים) וועלכע זענען אריין אין די אנטי-רעליגיעזע קיבוצים און זיי האבן מיט מסירות נפש ממש ארויסגעראטעוועט קינדער פון די קיבוצים.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:41 pm
דורך מאטי
הרצל האט לכתחילה געוואלט טויפן די אידן אויף פאפיר, אים איז נישט געגאנגען בנפשו אז אידן זאלן זיך שמד'ן, ס'איז געווען א פראקטישע עצה פון א פרייע פערספעקטיוו זיך צו אינטעגרירן מיט די נישט אידישע ציוויליזאציע, צו קענען ווערן אנגענומען אויף הויכע פאזיציעס וכדו'. בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט, נאכן באקומען א שטיקל געפיל פאר נצח ישראל.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:13 pm
דורך עמרם
כספי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:14 pm
פון די צווייטע זייט אויב וואלט שוין דעמאלטס געווען א אידישע מדינה גלייב איך אז היטלער ימ"ש וואלט זיך די ערשטע זאך ארויפגעווארפן אויף דעם, און עס ח"ו פלאך געמאכט מיט זיין מעכטיגע לופט-וואפע
אויב וואלט ווען שוין דערמאלטס געווען א מדינה וואלט'ן זיי אויך געהאט א מעכטיגע לופט-וואפע (אזוי ווי זיי האבן היינט) און ער וואלט עס נישט געקענט פלאך מאכן (אזוי ווי ער האט נישט מצליח געווען איינצונעמען ענגלאנד)
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:21 am
דורך berlbalaguleh
עמרם: ייש"כ. אויב די "ציונים", טייערע אידישע קינדער האבן געקענט בחסדי השי"ת אנקומען קיין ענטעבבע אין ווייטן אפריקע וואלטן זיי זיכער געקענט אנקומען קיין בערלין און אוישוויץ.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm
דורך קליינע צדיק
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
דורך קהל'ס נער
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.
האלאו מר. יודישקייט גליון, די האלאקאוסט וואס זעקס מיליאן אידן זענען געהרג׳ט געווארען איז געוועהן ביפאר די מדינה.
זעהסטו קלאר אז ווען ס׳נישטא קיין מדינה האסטו אסאך גרעסערע און ערגערע שחיטות, און ווער ווייסט וויפיל שחיטות די מדינה האט שוין פארמיטן.
הכרת הטוב איז נאך אלץ נוגע אפילו ווען די האסט אנדערע השקפות פון יענעם, אפילו סאטמער׳ר רב האט געשיקט זאגן א יישר כח פאר קאסטענער, על אף ער איז געווען א ציוני, ווייל אז נישט איז מען א כפוי טוב.
(איראניש, די גליון רופט זיך ביים נאמען אידישקייט, בשעת די אג׳ענדע וואס זיי שטיפן איז די פארקערטע פון אידישקייט.)
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
דורך זה חלקי
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑
הכרת הטוב איז נאך אלץ נוגע אפילו ווען די האסט אנדערע השקפות פון יענעם, אפילו סאטמער׳ר רב האט געשיקט זאגן א יישר כח פאר קאסטענער, על אף ער איז געווען א ציוני, ווייל אז נישט איז מען א כפוי טוב.
סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:54 pm
דורך כרם זית
אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 1:05 pm
דורך תורה ודעת
כרם זית האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:54 pm
אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.
אדער וועגען דעים.
אדער וועגען די אידענראט האט ציגעזאגט פאר די רבנים פרי פעסעידזש ארויס פון לאנד אין אויסטויש פאר האלטען די עולם רואיג
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 7:32 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ודעת: דיין טעאריע איז שוין צו שטארק קאנספיראטאריש. צי האסטו (דען) א הוכחה אז דאס איז געווען דער פאקט?
נאר א סאך רבנים מכח שיקול דעת עצמם האבן געהאלטן אז דער מצב איז נישט "אזוי געפערליך".און ס'גייט בעסער ווערן. און זיי האבן אפגערעדט די אידן פון פרובירן זיך ראטעווען דורך פארשאפן "סערטיפיקאטן" כדי צו קענען פארן קיין ארץ ישראל. און זיך ראטעווען אויף אנדערע וועגן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 3:32 pm
דורך מי אני
דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע,
פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט
פריי. נישט
פארזיכערט [safe].״
דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס
@אלפא’ס חבר האט
געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס
@צקון לחש האט
פריער דערמאנט.
די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm
דורך דערהויבענע איד
זה חלקי האט געשריבן: ↑
סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.
אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,
וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:50 pm
דורך דערהויבענע איד
בכלל ווען מ'רעדט פון די מדינה, און ווי אזוי ס'איז צושטאנד געקומען, איז עס א גרויסע פאזל פון אסאך שטיקלעך, אסאך מענטשן מיט אסאך מיינונגען און צילן. ווי אויכעט כהיום האט זיך געטוישט צווי זאכן ווי פאר הונדרעט יאר צוריק, סיי אז אין ישראל איז דא שונאים, און סיי אז אמעריקא איז פארהעלמעסיג זייער א גוטע גלות ביחס צו וואס ס'איז געווען די לעצטע צוויי טויזענט יאר.
ס'איז זיכער אז אסאך לינקע דעמאלטס אין מדנ''י וואלטן היינט נישט געווען אזוי פאטריאטיש, און געגאנגען וואוינען אין אייראפע טערקיי אדער אמעריקא, אבער למשל ווען סאטמער לעיבעלט אלע כנסת מעמבער'ס ווי ציונים פארגעסן זיי אז נישט יעדער איז אויפן זעלבן בלאט בכלל.
אויב די פותח האשכול האט געוואלט פרעגן צו הרצל וואלט היינט נאך געווען אין שטיצע פון די מדינה, זייער מעגליך אז נישט.
אויב וויל מען רעדן צו בן גריון וואלט געגאנגען פאר דעם, לכאורה יא.
בגין? בפשטות יא.
איינשטיין וואלט אויך געווען א חסיד פון ישראל.
בערני סענדער'ס זעט נישט אויס אז יא.
אויב וואלט ירושלימ'ע רב, הראי''ה קוק זצוק''ל געהאלטן היינט פון דעם, וואספארא שאלה בכלל.
מאיר כהנא, וואלט זיכער היינט אויכעט געהאלטן פון א מדינה.
הרב עובדיה יוסף זצ''ל, וואלט אויכעט געווען אין שטיצע.
הרב ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ''ל, איז נישט קלאר ביז היינט וואס ער האט געהאלטן. (אלע קרייזן, כולל די נאצינאלע רעליגיעזע, זאגן אז ער האט געהאלן ווי זיי.)
בנימין נתניהו ווענדט זיך לכאורה ווי סוקסעספול די מדינה וואלט געווען, אן ווי ער וואלט געהאט מער פאטענציאל.
נאך עפעס שווער?
Re:
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:02 am
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן: ↑
דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע,
פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט
פריי. נישט
פארזיכערט [safe].״
דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס
@אלפא’ס חבר האט
געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס
@צקון לחש האט
פריער דערמאנט.
די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט..
מי אני: נאר ביי ארץ ישראל איז דא נאך אן "ענגל". ווי די גמ' זאגט...אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים...! פארשטייצעך אויב מ'גייט נישט אין די שיטה...! You can't have it both ways...!
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:12 pm
דורך זה חלקי
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.
סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.
אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,
וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
איך האב זיך באצויגן צו דעם
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
האלאו מר. יודישקייט גליון, די האלאקאוסט וואס זעקס מיליאן אידן זענען געהרג׳ט געווארען איז געוועהן ביפאר די מדינה.
זעהסטו קלאר אז ווען ס׳נישטא קיין מדינה האסטו אסאך גרעסערע און ערגערע שחיטות, און ווער ווייסט וויפיל שחיטות די מדינה האט שוין פארמיטן.
סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:17 pm
דורך צוויי
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:40 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 1:34 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.
סאטמאר רב באזירט דאך די גאנצע מאמר שלוש שבועות אין ויואל משה אז די 2טע וועלט מלחמה איז געקומען צוליב ציונות
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א
בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.
אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,
וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס,
שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
דו האסט א בעסערע מקור?
כא כא, דו נוצט די משל פון סאטמאר רב אנטקעגן אים אליינס.