בלאט 4 פון 7

2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:27 pm
דורך עמרם
פרישע מארנינג קאנסולט אנקעטע אויף אייווע


טראמפ 58
העילי 15
דיסענטיס 14
ראמאסוואמי 10
קריסטי 2
האטשיסאן 1

2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:59 am
דורך עמרם
ניו העמפשיר יונווערסעיטי / סי.ען.ען. פאול פון ניו העמפשיר:

טראמפ 39
העילי 32
קריסטי 12
ראמאסוואמי 6
דיסענטיס 5

2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:00 am
דורך עמרם
סופאלק יונעווערסטי / באסטאן גלאוב אנקעטע פון ניו העמפשיר:

טראמפ 46
העילי 26
קריסטי 12
דיסענטיס 8

2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:02 am
דורך עמרם
עמערסאן אנקטעט פון נעוואדע:

טראמפ 73
דיסענטיס 8
ראמאסוואמי 6
קריסטי 4

(העילי האט נישט געפיילט צו קענען קאנדידירן אין די קאקוס)

2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:04 am
דורך עמרם
מארנינג קאנסאולט אנקעטע:

ביידען 43
טראמפ 42
עימיצער אנדערש 11

2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:53 am
דורך עמרם
יוגאוו אנקעטע:


ביידען 43
טראמפ 43

2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:58 am
דורך עמרם
מ'האלט שוין ווייניגער ווי א וואך צו די אנהייב פון די פריימעריס (און קאקעסעס)

ווי ס'זעהט אויס, אזוי ווי ביז יעצט, וועט טראמפּ זיין די וויירשיינדליכע רעפאבליקאנער קאנדידאט, נאכדעם וואס די אנקעטעס געבן אים גאר א גרויסע אויבערהאנט איבער זיינע קעגנער

נאכדעם וועט זיך אנהייבן אן ערענסטע קאמף מיט פרעזידענט ביידן, ווי כהיום שטייען ביידע בערך גלייך אויף גלייך
(די אנקעטעס זענען אמאל בעסער פאר אים און אמאל בעסער פאר אים, אבער ווילאנג די חילוק איז זייער נאנט מאכט עס נישט צופיל אויס, ווייל סו''ס איז אנ אנקעטע נישט קיין וואלן,
אזוי אויך האלט מען נאך זייער זייער ווייט, און ס'קען זיך נאך גרינג טוישן)

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:29 pm
דורך אלע צוזאמען
קריס קריסטי (די גאנצע 450 פונט זיינע) פארלאזט די רעיס.

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:58 pm
דורך צועקים וזועקים
היינט נאכט קומט פאר די אייעווע קאקוס. א לעצטע אנקעטע פון סעלצער וואס ווערט פאררעכענט ווי דער מערסטע אקוראטער אנקעטע שטעלט די רעיס אזוי:

טראמפ= 48
העילי= 20
דיסענטיס= 16
ראמאסוואמי= 8

עס איז זייער קאלט היינט אין אייעווע, ביינאכט איז ערווארטעט צו זיין ביז -20 אין געוויסע געגענטער. דאס קען האבן א שטארקע אימפעקט אויף די וואלן רעזולטאטן.

רעזולטאטן זענען ערווארטעט פון היינט בערך 8:30.

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:58 pm
דורך לך לך
מזל טוב טראמפ!

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:15 am
דורך סוף טוב הכל טוב
וויאזוי גייצעך פירן קרימינאלע קעיסעס קעגן א רפובליקאנער קאנדידאט?
וועלן זיין ראיאטן?

2024 פרעזידענט וואלן - פריימעריס

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:29 am
דורך עמרם
טראמפּ האט געווינען מיט גאר א שטארקע אויבערהאנט, מיט בערך 54 פראצענט, א דרייסיג פראצענט מער ווי די נעקסטע קאנדידאט,

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:51 am
דורך אוד מוצל מאש
לויט ווי וויועיק האט נעכטן קאמפיינט מיט טראמפ אין ניו העמפשיר זעהט אויס ווי וויועיק קען נאך ווערן Vice President. טראמפ גלייך איהם זייער שטארק.

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:47 pm
דורך א פארשטייער
עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:15 pm
דורך צועקים וזועקים
א פארשטייער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:47 pm עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?
ארויס און אינדארסירט טראמפ.

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:39 pm
דורך א פארשטייער
צועקים וזועקים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:15 pm
א פארשטייער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:47 pm עפעס שמועסט די נייעס אז רן דיסענטעס האט געקענסלט א סאך אווענטס.
און דעס א סיין אז גרייט צו פארלאזען די קאמפייו?
ארויס און אינדארסירט טראמפ.
יא האמער גזען אז עס איס שוין אפישעל :shock:

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:53 pm
דורך אלפא

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:54 pm
דורך א פארשטייער
אסאך מאל ווינדער איך זיך וואס טראכט יעצט דער קאנדידאט ווען ער ציט זיך ארויס פון די פארמעסט און ער אנדארסירט די אנדערע קאנדידאט.
איך מיין קאם אן :!:
1) וואס דארף די וואטער טראכטען,
ביז יעצט איז יענער שלעכט געווען און יעצט אן און ווייטער איז יענער גוט און קלוג.
2)און נאכדעם וואס מאכט דיין אנדריסיראנג אויס
דו זעסט דיין מיינאנג האט נישט אנגנעמען ביים ציבור צו וואס מיינסטו יעצט יא.
איך מיין קאם אן !

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:04 pm
דורך גוטיטשקער
אויב איינער קען דא כסדר אפדעיטען די ריזאלטס פון ווי ווי עס האלט צווישן העילי און טראמפ

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:05 pm
דורך אבימלך
היינט קומט פאר די ערשטע פריימעריס אין לאנד - אין ניו העמפשיר
(אין אייווע איז נאר געווען א קאקעס)

אויף די רעפאבליקאנער זייט וועלן זיך פארמעסטן, טראמפ מיט העלי

טראמפּ איז אריינגעקומען גאר שטארק אין די אייווע קאקעסעס, אבער אין ניו העמפשיר שטײט ער נישט אזויפיל שטערקער אין רוב אנקעטעס
ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז העלי האט אפי' א טשאנס צו זיגן דארט (אפי' ס'זאל זיין אמת, האט נאך טראמפּ גאר א שטארקע אויבערהאנט אין די אנדערע סטעיט'ס צו געווינען די נאמינאציע)

אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט נישט ביידן, נאר 21 אנדערע קאנדידאטן
ביידן לויפט נישט, וויבאלד די דעמאקראטן האבן בכלל נישט געוואלט אז ניו העמפשיר זאל זיין די ערטשע, און האבן צוגענומען די דעלעגאטן פון זיי (ווייס איך נישט צו אלע אדער רוב)

ס'איז דא וואס זאגן אז אין ניו העמפשיר זענען ע''פ רוב די אנקעטעס נישט ריכטיג, צוליב פארשידענע סיבות...

וועלן מיר ווארטן פאר די רעזולטאטן

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
דורך אבימלך
גוטיטשקער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:04 pm אויב איינער קען דא כסדר אפדעיטען די ריזאלטס פון ווי ווי עס האלט צווישן העילי און טראמפ
אפדערווייל האט מען נאר געציילט 6 שטימען

אלע פאר העלי

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:23 pm
דורך אבימלך
ניו יארק טיימס

5% געציילט

טראמפ - 52.6%
העילי - 46.9%

Re: 2024 פרעזידענט וואלן

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:24 pm
דורך אבימלך
וואסערמאן דערקלערט טראמפ די געווינער.