בלאט 4 פון 5

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:43 pm
דורך עמרם
וואו האבן זיי געשריבן אז מ'גייט נישט אנהייבן לערנען גמ' ביז כיתה ז'?

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:16 pm
דורך אברהם ברוך
דער איד האט עס אריינגעלייגט אין די ארטיקל

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:08 pm
דורך יצחק אייזיק
רעדן טיפשות איז נישט קיין עוולה, אבער עס אנרופן חכמה דאס איז שוין אן עוולה.

גאר גאר א שטארק ווארט!!

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:28 pm
דורך yatzmachp
איך האף אז די ארונים גייען האבן שכל און גארנישט ענטפערן. זאל דער איד האבן די לעצטע ווארט און די ארונים די לעצטע לאך

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:05 am
דורך חדשים
דעת הרה”ק מ’סאטמאר זצ”ל בנושא האשכול.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:21 am
דורך שמעון וואלף
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:16 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:22 am

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.
ער זאגט אז דאס הייסט נישט משנה געווען, והא ראי' דו טוישט אויך געוויסע זאכן, און דו גייסט מיך אויך ווארשיינליך נאכמאכן ביי דעם, פונקט ווי ביי די אנדערע זאכן וואס כ'האב געטוישט און דו האסט קודם געשריגן שינוי, סאו וואס פארפירסטו...
דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:25 am
דורך שמעון וואלף
עמרם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:07 am שמעתי אז די גאנצע זאך אז מהר''א האט געעפנט די אפטיילונג, איז וויבאלד עס זענען געווען יחודים וואס האבן געהאלטן ביים עפענען אזא חדר אויף די אייגענע הענט, האט ער באשלאסן אז ס'זאל זיין עכ''פ אונטער די מוסדות
כך שמעתי אבער איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט
איך ווייס אויך נישט די ווארהייט, אבער ס'איז מסתבר. און טאמער איז נאך נישט געווען אזוינע יחידים, וואלט עס געשען און די קומענדיגע יארן. און קלוג האט ער (מהר"א) געטון. מהרז"ל קען דאס נישט באווייזן ווייל טאמער אז ער משנה פון די מסורה וועט א גרויסע עולם אויפהערן שיקן אין זיינע מוסדות, ווייל שיקן דארט בלויז צוליב די מסורה. איינמאל ס'איז אויס מסורה איז פינישט.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:27 am
דורך שמעון וואלף
מר. קלונימוס האט געשריבן: ווער איז א ליצנות
איך זעה נישט קיין שום ליצנות דא. יא, מ'האט זיך נישט אזוי געפירט. למעשה האט מען עס דורכגעטון און געקומען צו די החלטה עס יא צו טון.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:31 am
דורך גאנצל
אברהם ברוך האט געשריבן: דער איד האט עס אריינגעלייגט אין די ארטיקל

זיי האבן אריינגעלייגט א צעטיל פון די מוסד? אויב יא, קענסט עס אהערברענגען?

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:13 am
דורך חב''ד הויזן
שמעון וואלף האט געשריבן: דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:46 am
דורך לייביששרייבער
אוקיי yatzmachp@ איך ציה צוריק איך פרעג נישט, און טאקע די מעסעדזש איז נאר פאר די אויבערשטע חלק פונעם שטייסל וואס פארשטייען מארס קאוד (ווייל מיר זעהט עס אויס אזוי) אבער זייט וויסן אז איך בין נאר א שליח ציבור פאר די הונדערטער ליינער וואס האבן נישט פארשטאנען דעם פאבליק מעסעדזש, און זיי זענען אויך א חלק פונעם פאבליק וואס פארשטייען נישט דיין ריספאנס. און מיר זענען דאך נאר דא אלץ איש את רעהו יעזורו, און וויסן את הדרך אשר ילכו בם מיט אן אפענע קאפ און זיך נישט לאזן פארפירן פון די פרומע לויזיגע רשעים, אדער די אחים קדושים, די קעניג (מאן מלכי רבנן) פון אונזערע שטעט. און דערפאר האב איך געפרעגט.

נאר ח"ו איינעם אויפצורעגן, איבערהויפט נישט מע"כ.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:12 am
דורך שמעון וואלף
חב''ד הויזן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:13 am
שמעון וואלף האט געשריבן: דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.
אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:47 am
דורך קהל'ס נער
מען לייגט זיך אריין אין א באקס, אז מען טאר נישט משנה זיין, און יעצט דארף מען זיכן א loophole, פארוואס יעצט מעיג מען יא משנה זיין, חברה ס׳נישטא קיין באקס, דער קעניג איז נאקעט.

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:10 am
דורך מן הסתם
שמעון וואלף, פרייט אייך נאכנישט, מ'רעדט דא פון קיין שום טיפע זאכן, ס'גאנץ פשוט, מהרז"ל דער יונגערער ברודער האט פשוט און פראסט פיינט דעם עלטערן ברודער מהר"א, א איינגעגעסענע טיפע דזשעלעסי און אומפארגינערישקייט פין יארן יארן לאנג, און דעטץ איט.

מהרז"ל האט נישט קיין שום פראבלעם מיט שינוי מסורה ווען עם פריוואט קומט אויס גוט, ער וויל דיר בסך הכל איינרעדן אז ער מיינט כבוד שמים, מיינען מיינט ער זיך מיט יעך מיט זעך, כבוד עצמו הוא דורש. דעם עולם גולם פארקויפט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער מיטן ויואל משה..

שרייט אתה יצרת, און ס'שטערט עם אז ער האט נישט באקומען קיין מוסף.. דעטס איז, גארנישט מער, נישט קיין שום טיפע עניינים קומען נישט אריין, בלויז ברודערישע פראסטע געפעכטן, ביי גולובנציץ האט עם אויך נישט געשטערט קברים, ביי אריזאנע ווייץ האט עם נישט געשטערט חשש חמץ אדער קיום מצוות מצה, עם שטערט בלויז דאס ברודער זיינער, ווען ער שלעפט זיך ארויס קיין מאנרא זיין מסדר קידושין ארונטערברענגען דעם ברודערס הנהגה שטערט עם אויך נישט קיין מסורה.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 am
דורך רוני
שמעון וואלף האט געשריבן: אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.

א מחיה, מ'זעהט בחוש אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, ס'האט זיך אנגעהויבען אויף געלט און כבוד, און ס'ענדיקט זיך אויף השקפה טהורה...

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:06 am
דורך קליינע צדיק
עס איז מורא'דיג צו זען ווי יעדע פאר חדשים איז דא א נייע פאליטישע נושא ביי ביידע סאטמאר אדמורי"ם טייל מאל דירעקט קעגן די צווייטע
פאראיאר איז געווען מהרז"ל קעגן די גרויסע געשעפטן מיט די הכשרים וועגן די פלייש וואס איז געווען בזיונות
און מהר"א האט ביי א ברית מיט נכד בעל מכשיר ברמיזה אריינגעפליקט
אזוי אויך איז מהר"א געווען פארנומען מיט פאליטיק מיט זיין שוואגער פון וויזניץ און זיינע נעפיוס בני ר"י וויזניץ ביי די כתיבת אותיות
און פארפירט וועגן סת"ם - מזוזות און סופרים
יעצט מהר"א שרייט וועגן די חינוך פעטוועי"ס פארפירט אויף טישן און בענק קעגן קהילות ואדמורי"ם ביניהם מהרז"ל
מהרז"ל פארפירט קעגן מהר"א מיט די חדר מסורה


וואס איז נעקסט?

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:04 pm
דורך סקעפטיקער
רבותי! אונז האבן מקובל אז מחלוקת צווישן צדיקים זענען העכערע זאכן און האט נישט מיט פשוטי עם. מיר האבן נישט קיין השגה וואס דא גייט בכלל פאר

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
:lol: :lol: :lol: :lol:

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:10 pm
דורך רוני
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:04 pm רבותי! אונז האבן מקובל אז מחלוקת צווישן צדיקים זענען העכערע זאכן און האט נישט מיט פשוטי עם. מיר האבן נישט קיין השגה וואס דא גייט בכלל פאר

יא יא, דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז ער ציטערט פון די טאג וואס מ'וועט נאך זאגן אז די מחלוקת סאטמאר - קלויזענבורג איז געווען העכערע ענינים...

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:54 pm
דורך היימלינד
צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:15 pm
דורך סקעפטיקער
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:54 pm צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד
זיי קענען ביידע גוט די מלאכה

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:16 pm
דורך היימלינד
אין הכי נמי, איך האב נישט גערעדט פון איינעם ספעציפיש, פארקערט, מיינע דוגמאות האבן כולל געווען ביידע.

Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:20 pm
דורך קליינע צדיק
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:16 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:15 pm
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:54 pm צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד
זיי קענען ביידע גוט די מלאכה
אין הכי נמי, איך האב נישט גערעדט פון איינעם ספעציפיש, פארקערט מיינע דוגמאות האבן כולל געווען ביידע
ווי אפט דארף זיין א נייע נושא?