מאטי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:33 pm
על ראשון ראשון:
קאך-לעפל פארענטפערט איסלאמישע טעראר פון חאמאס/פאלעסטינער מיט טענות פון אקופאציע און דיספלעיסמענט.
(קאך לעפל:)
וואס ווילט איר פון אונז האבן? מיר ווילן האבן די זעלבע רעכטן ווי ענק, אזוי ווי ענק האבן פארשפראכן אין ענקער אייגענעם מגילת העצמאות. פארוואס נעמט איר צו מיין הויז, מיין אייגנטום, און מיין איילבירט בוים און אייזל? פארוואס באגרעניצט איר אונזער באוועגונגען?
נישט אומזיסט ווערן זיי פארוואנדעלט צו מארטירער, און הרג'נען און פארגעוואלדיגן אונזער ברודער און שוועסטער מיט גרעסטן מאס ברוטאליטעט"
מיין תשובה:
"ווען מ'נוצט א טענה אז איסלאמישע טעראר בוזשעוועט איבעראל בתוקפו אנע אקופאציעס אנע דיספלעיסמענט און מ'איזאלירט איין קליינטשיגע עריע און מ'פרובירט צו פארענטפערן פארוואס פונקט דא.. מיט כל מיני תירוצים. דאס איז נישט שטרוי-מאן מאטעריאל דאס רופט זיך Occam's razor."
א ראציאנאלער מענטש וואלט אדאפטירט א הסבר וואס איז מסביר אלע אירועים אויפאמאל ווי איידער Selective excuses.
כ'האב צוגעלייגט אז איראן מיט אנדערע וואס מיט זיי איז נישט געטון געווארן קיין עולה בכלל, אויך זיי רופן פאר חורבן מדינת ישראל בדיבור ובמעשה?
אויף דעם האסטו געענפערט, "אלייענס," אזוי ווי אמעריקע וכו' ביז איך בין צוגעקומען צו די ענטפער אז זיי מיינען די אידן נישט די פאלעסטינער, דוק ותשכח זיי זענען נאר צום געפונען ווען מ'קען בלעימען דעם איד קאנסיסטענטלי.. בקיצור אנטיסעמיטיזם
אויף דעם האסט געשריבן אז די אראבער האבן געלעבט גוט מיט די אידן ביז.... 1700 מעשיות וכו'.. לכאורה צו אפפרעגן מיין טענה אז ס'איז אנטיסעמיטיזם.
האב איך אויף דעם געענפערט אז די קריסטן לעבן היינט גוט מיט די אידן, דאס מיינט אז זיי זענען נישט געווען אמאל קיין אידן פיינט? כ'האב דיר מיט דעם אויפגעוויזן אז אנטיסעמיטיזם כאפט אמאל יא אמאל נישט אין אנדערע דורות ביי אנדערע פעלקער.. בקיצור, נישט ראציאנאל.
אויף דעם האסטו געפרעגט, פון וואו איך נעם אז דאס איז נישט ראציאנאל?
דאס איז לכאורה געווען אן איבריגער פראגע לויט די הקשר, במחילת כבודך.
אבער כ'האב דיר נאכאמאל געענפערט ווייל ס'כאפט ספאנטאן וכו' און צוגעלייגט נאך א הסבר אז מ'נוצט לעכערליכע טענות, ווי אקופאציע כדי צו באשייגצן דעם איד ווען די זעלבע קומט פאר מיט אנדערע און סברענגט נישט די זעלבע שנאה. בקיצור ס'איז נישט ראציאנאל ווייל ס'איז נישט מסביר די תופעה איבעראל, ס'איז בלויז גוט קעגן דעם איד.
די היסטאריע טעסט איז צושטאנד געקומען מיט די הנחה ווי פריער דערמאנט דורך קאך-לעפל אז אקופאציע און דיספלעיסמענט ברענגט א נאטורליכע ענטפער פון טעראר, ברענגנדיג אנדערע פעלער וואו ס'קומט פאר די זעלבע און סברענגט נישט א נאטורליכע ענטפער פון טעראר.
אויף דעם האסטו פלוצלינג אראפגעלייגט א פרישע הנחה, אין קאנטראסט צו קאך-לעפל און די אנגענומענע מיינונג דורכן שמועס, נישט דיספלעיסמענט איז וואס ברענגט טעראר.. ס'איז אונטערדריקונג, דאס איז די סיבה.
במילא קען מען שוין נישט ברענגן די אנדערע פעלער אלס א טענה.
אויף דעם האב איך געפרעגט, "ווען האט זיך אנגעהויבן די אונטערדריקונג און ווען די טעראר?"
פארשטייט זיך, דיר אויפצווייזן אז אויב טעראר איז געקומען איידער אונטערדריקונג, קען מען דאס נישט נוצן אלס א סיבה.
ובתוך דבריי אריינגעהאקט אז עזה וואלט געקענט ווערן סינגאפור אין 2005, אבער איז למעשה אויסגעוואקסן א טעראר פאבריק, ווי א טענה קעגן דיר וואס האלט אז טעראר איז נאר געווען ווי אן ענטפער פאר אונטערדריקונגען. זעסט דאך קלאר אז מ'האט זיי געגעבן פרייע שטח, און גארנישט... אלעס צוריק צום אלטן..
אויף דעם האסטו געענפערט אין די זיבעציגער יארן. ווען זיי האבן אנגעהויבן פארלאנגען א לאנד, (כאילו ביז דאן האבן זיי נישט פארלאנגט אז די אידן זאלן זיך אפטראגן, ווערי סטרעינזש, אבער לא משנה)
האב איך רעטאריש צוריק-געפרעגט:
אז אראפאט האט זיך שוין באנוצט מיט טעראר איידער די זיבעציגער יארן במילא שטימט נישט דיין חשבון.
אויף דעם איז געקומען דיין ענפער מיט א פראגע צו איך וויל דעבאטירן אראפאט'ס פערזענלעכע שיטות..
העלוי? אראפאט האט רעפרעזענטירט די פאלעסטינער פאלק, זיינע מענטשן האבן גע'הרג'ט און גע'רצח'ט ישראלים טאג און נאכט געהייזשעקט פליגערס אפגעטון כל טעראר שבעולם אין נאמען פון פאלעסטיין זינט 1964 און דו קומסט מיר זאגן וועגן אונטערדריקונגען פון די 70 יארן..? און איך רעדט שוין נישט פון אנדערע טעראר אקטיוויטעטן איידער די זיבעציגער יארן פון אנדערע ארגענעזאציעס. זייט די מדינה שטייט און נאך פריער.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of ... efore_1967
Be my guest
עכפ ווי אַזוי קענסטו בכלל נוצן דעם תירוץ פון אונטערדריקונגען אין די זיבעציגערַ אױף טעראר וואס האט זיך אנגעהויבן פיל יארן פריער.
אצל, לחי תרפט, וועל איך איצט לייגן אין א זייט ס'איז נישט דער עיקר שמועס. איין פאינט, די אראבער האבן בין היתר גערעיפט פארברענט מיוטילעיטעד גופים מיט כל ערליי בארבארישע מעטאדן דוגמת 10/7, אויב דו רופסט דאס "פחדים פון אומזיכערקייט" כל הכבוד" דו דארפסט אויך אפמאכן ווען דו רופסט דאס אומרוען, פייטן, טעראר, אדער אנדערע לשונות צו דיין convenience.
עזה - סינגאפור.. איז אן אילוסטראציע פון א חלום וואס בשעתו האבן די שלום זוכער געטענה'ט... "לאמיר ארויס פון עזה , לאמיר זיי ווייזן אז אונז ווילן לעבן בשלום, גיב זיי Opportunity און איר וועט זען, זיי גייען אויפבויען און אויפבליען דאס פלאץ." און פארוואס דען נישט, אויב ס'איז דא גענוג בר גיורא'ס וואס האלטן אז די פאלעסטינער טראכטן און לעבן מיט אונזערע מערב וועלט ערכים. זיי ווילן פשוט freedom of self determination מיר שטערן זיי, מיר אונטערדריקן זיי, דערפאר שלאגן זיי..וכו'..
אבער ס'האט זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאָז.. יעדעס מילימעטער ארט, כח, משאבים און opportunity וואס מ'האט זיי דערלאנגט האבן זיי גענוצט און מאקסימאליזירט צו טעראר. פארגעס אפילו פון סינגאפור, אפילו ווי מצרים ווי ירדן ווי לבנון איז דאס נישט געווארן. א פוסטע שטאט מיט א מאניפעסטאציע פון פארדארבנקייט א חינוך סיסטעם וואס מ'לערנט אויס אינגע נפשות שנאה מיט השחתה מערדערייען בלוט פארגיסונג און Victimization. יעדעס קינד אין עזה ווייסט אז אויב נישט די אידן...! ענדיגן זיך אלע צרות אויף די וועלט. און דאס איז ביי דעזיין. א זיבן יעריגס וואס האט קיין השגה וואס self determination מיינט, וואס land theft מיינט, וואס אקופאציע מיינט, ווייסט אבער פונקטליך וואס Zionism מיינט.
אוי וויי, אבער ס'איז דאך דא נארמאלע פאלעסטינער וואס ווילן לעבן בשלום מיט אונז, ווי אזוי קען דאס זיין??
נישט קיין פראבלעם. די Monday morning quarterbacks צו די ארבייט...
"ס'איז נאך אלס אן אקופאציע, ס'איז א בלאקעיד, ס'איז אן open air prison."
און ווען דו האסט אזוי שיין גע'חלומ'ט אז מ'גייט ארויסגיין איבערגעבן און אלעס וועט זיין פיין האסטו דאך געוואוסט אז ס'גייט נישט זיין קיין עירפארט מיט עיר-רייטס, אז מ'גייט דארפן אבאכט גיבן ביים גרעניץ. אז מ'גייט שטעלן שומרים ביי די וואסערן... און נאכאלץ האסטו געטענהט אז ......
אבער מ'קען נישט צוריקדרייען היסטאריע, מ'קען סך הכל באשאפן נייע היסטאריע און האָפן אז מ'וועט נישט געדענקען די אלטע.
וועלקאם טו די יו ען