איך גיי פאר שלומי׳ס אפענקייט און תמימות,פרייוויליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 8:59 amאפשר יענקי מיט שלומי וועלן דיך קענען העלפן.שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm לאמיר אייך זאגן זייער קלאר, עס איז דא פיל מער וויפיל אונז זעען און פארשטייען.
מיט דעם ביסטו דאך מסכים מיט מיר אז לית מחשבה תפיסה ביה כלל, כי לא מחשבותי מחשבותיכם.
וואס גאט האט פון דעם גאנצן שפיל, וועלכע פארגענוגען דאס געבט אים, דאס קען מען סייווי נישט פארשטיין.
דווקא אפאר אויסגעקליבענע אידעלעך געפעלן אים, נאך וואס זייער זיידע אברהם האט אים אנערקענט, א מכה אויף זיין זון ישמעאל, אבער יצחק איז די זאך, און און נישט אלע יוצא חלציו נאר ביצחק ולא כל יצחק, עשיו אדום א כפרה, פאר זיי וועט מען שפעטער צושטעלן א פאטשע יאשקע.
נאר פאר אידן דעם עם הנבחר פאר זיי איז ער זיך מטריח און קומט אראפ אויפן בארג סיני צו לאזן הערן וואס אים געפעלט. רוב אידן מילא אפגעפארן, אבער ער קוקט נאר אויף וויליאמסבורג און מאנסי פון דארטן שעפט ער זיין חיות.
דרייט זיך א גאנצע וועלט, מיט אן ענדלאזע אטמאספערע, אבער די תכלית איז די טוילעט אין ראדני סטריט.
מענטשן הרג'ענען זיך פאר יארן לאנג איבער רעליגיעס, מאסן בלוט איז שוין פארגאסן געווארן. רעליגיע האט שוין מער גע'הרג'עט ווי יענע מעשה.
מען שטרעבט נאנט צו ווערן צו גאט, און מען ווערט נישט זאט. ווי נענטער מען ווערט אלס ווייטער שפירט מען, און אלס מער פארכט מען פון גיהנם.
בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.
דאס וואס מען האט אונז פארציילט איז נאר וואס מען וויל אונז זאלן גלייבן, ס'איז דא פיל טיפערס וואס אונז קענען מילא נישט פארשטיין האט מען אונז צופרידנגעשטעלט מיט א הר סיני און פארטיג. גיי גלייב אז דאס איז נישט אלעס א חלק פון די גרעסערע שאך שפיל.
מען שפילט א געים מיט אונז פונדלעך, ווער זענען אונז זיך אפצורעדן?
קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל