בלאט 4 פון 5

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:18 pm
דורך די קעפעלע
קטעים ממשאו של האדמו"ר מויז'ניץ:

כלל ישראל עובר חורף קשה משמחת תורה. דם ישראל נשפך כמים. הלב כואב על כל אחד שנהרג, נפצע וביותר על אלו השבויים. אנו מאמינים בני מאמינים וצריך להתחזק ביסודות התורה, האדמו"ר הזכיר משא מיוחד שנשא זקנו הרבי ה"אמרי חיים" באנטוורפן לשם הגיע אחרי המלחמה. "ותצילנו מכל גזרות קשות", ועורר על האמונה והבטחון הנדרשים לעת הזאת.

הוא סיפר; היה זה בשנת תשכ"ז, הייתה מלחמה בארץ הקודש. למרות זאת, זקני ה"אמרי חיים" לפני ל"ג בעומר רצה לנסוע למירון. היום שם כמה יהודים, בהם המירונע'ר-רוב (הרב מאיר שטרן זצ"ל). כשיצא מהמערה אחוז שרעפי קודש, אמר "מ'האבן ברוך ד' געפוילט" (ברוך השם פעלנו).היה אז חשש שירדן תצטרף למלחמה. היה חשש גדול. זקני אמר שלא יצטרפו. זקני אמר בעוז: "עכשיו נשחרר את הכותל המערבי ותהיה להם מפלה".

כאז גם היום, בעז"ה. תהיה לאויבנו מפלה.

עוד אמר האדמו"ר מויז'ניץ: אבא נכנס לסבא ואמר לו: שמעת? שחררו את הכותל המערבי. סבי פצח בריקוד. ואז אמר: "שרק לא יגידו כוחי ועוצם ידי, ואז יראו עין בעין את ישועת ד''". "זה חובתנו לעת הזאת, להתפלל, ללמוד, להיזהר שלא לבטל את הזמן. כל אלו יהיו לזכות בעבור כלל ישראל".

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
בקיצור ער האט מעורר געווען אויף צוויי וויכטיגע נקודות - מען זאל שיקען ַגעלט פאר די מוסדות און מעורר רחמים זיין אויף די מלחמה.

פארוואס נישט די אנדערע וועג ?

מעו זאל מעורר רחמים זיין אויף די מוסדות און שיקען בחורים אין מיליטער להצלת ישראל ממוות לחיים...

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:56 pm
דורך קליינע צדיק
עס קומט א אפיציעלע אלטוועלטליכע קאמפיין?
אדער נאר א קאמפיין אין די קהילה?

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:32 am
דורך yatzmachp
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:15 pm image (20).png
ווער האט געזאגט אז מען דארף בויען אזא טייערע בית מדרש פאר מען האט דאס געלט? סאטמאר האט געדויערט יארן ביז ווען זייערע גרויסע בתי מדרשים זענען שענער געווארן. אפילו היינט זענען זייערע גרויסע בתי מדרשים נישט באוויסט אלס גאר שיינע בתי מדרשים.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:19 pm
דורך די קעפעלע
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:32 am
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:15 pm image (20).png
ווער האט געזאגט אז מען דארף בויען אזא טייערע בית מדרש פאר מען האט דאס געלט? סאטמאר האט געדויערט יארן ביז ווען זייערע גרויסע בתי מדרשים זענען שענער געווארן. אפילו היינט זענען זייערע גרויסע בתי מדרשים נישט באוויסט אלס גאר שיינע בתי מדרשים.

ווייל סאטמאר האט אויסגעגעבען און באערדיגט שווערע מילאנערס אין 540 בעדפארד און איז מיט דעם געבליבען שטעקן (בנוגע די צענטראלע ביהמ"ד), מיינט נישט אז מען מעג נישט בויען א שיינע שוהל.

די זאך איז נאר, אויף וועמנס חשבון מען בויעט.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:02 pm
דורך די קעפעלע
unnamed (5).jpg

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:03 pm
דורך די קעפעלע
unnamed (1) (1).jpg

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:03 pm
דורך די קעפעלע
unnamed (2) (1).jpg

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:21 pm
דורך גאר נייגעריג
הוא בין המאוכזבים.jpg

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:33 pm
דורך נישנאש
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:32 am
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:15 pm image (20).png
ווער האט געזאגט אז מען דארף בויען אזא טייערע בית מדרש פאר מען האט דאס געלט? סאטמאר האט געדויערט יארן ביז ווען זייערע גרויסע בתי מדרשים זענען שענער געווארן. אפילו היינט זענען זייערע גרויסע בתי מדרשים נישט באוויסט אלס גאר שיינע בתי מדרשים.
ווער זאגט ס'איז אזוי טייער פאר אזא סייז שול? ווי ווילסטו ער זאל לייגן די עולם מ'זאל שטיין אויף די גאס? כ'גלייב נישט ס'באדערט דיר די טיילס און די לייטס, וואלסט געוואלט ער זאל עס בויען אזויווי א ווערהאוז?

נאר וואס, אנפאנג בין איך אויך געווען שאקט אז ער בעט געלט פונעם עולם נאכן אזוי אנציען, אבער אז דו טראכסט אריין איז ער גערעכט, פארוואס זאל ער זיך מוזן דרייען מיט א פערזענליכע חוב, ווער ס'נוצן די ביהמ"ד זאל באצאלן די חוב

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:08 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס נישט דרייען חובות אליינס, עס איז דאך זיין פרעזענליכע שול, קען דען די עולם אויפנעמען א אייגענע רב/רבי נאך אים? קען מען דען דארט מקיים זיין די גמרא "אין מעמידין פרנס על הצבור אלא אם כן נמלכים בצבור" די רבנות גייט דאך בירושה פאר זיינע אייגענע דורות...

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:45 am
דורך שמעון וואלף
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:33 pm
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:32 am
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:15 pm image (20).png
ווער האט געזאגט אז מען דארף בויען אזא טייערע בית מדרש פאר מען האט דאס געלט? סאטמאר האט געדויערט יארן ביז ווען זייערע גרויסע בתי מדרשים זענען שענער געווארן. אפילו היינט זענען זייערע גרויסע בתי מדרשים נישט באוויסט אלס גאר שיינע בתי מדרשים.
ווער זאגט ס'איז אזוי טייער פאר אזא סייז שול? ווי ווילסטו ער זאל לייגן די עולם מ'זאל שטיין אויף די גאס? כ'גלייב נישט ס'באדערט דיר די טיילס און די לייטס, וואלסט געוואלט ער זאל עס בויען אזויווי א ווערהאוז?

נאר וואס, אנפאנג בין איך אויך געווען שאקט אז ער בעט געלט פונעם עולם נאכן אזוי אנציען, אבער אז דו טראכסט אריין איז ער גערעכט, פארוואס זאל ער זיך מוזן דרייען מיט א פערזענליכע חוב, ווער ס'נוצן די ביהמ"ד זאל באצאלן די חוב
דאס איז נאר שייך פאר זיינע חסידים. פארוואס האט ער געריפן פרעמד צום אסיפה?
לכאורה האלט ער אז יעדער האט הנאה פון די שול. אקעי.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:18 pm
דורך אדונינו
ווייל אין כלל ישראל, ספעציעל אין ארץ ישראל, ווען א מענטש האט א פראבלעם, ווייסט ער פון די לבן של ישראל אין אהבת שלום 13…

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 13, 2024 1:53 pm
דורך למדן וחסיד
זייער נארמאל
ער האט געבויט א בית מדרש פאר זיין עולם
און זיי מעגן צוהעלפן

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 am
דורך שמעון וואלף
די עצם זאך אז מ'דערזעהט זיך מיט חובות פון 24 מעלאנעס וואס מ'איז שוין שולדיג עטליכע יאר, איז אומר דרשוני. ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'נעמט זיך אינטער א פראיעקט אן האבן דעקונג? ס'וואלט געווען פארשטענדליך ווען מ'איז אינטערשטעליג מיט אפאר דאללער וואס דאס קען מען בארגן און באצאלן אויף גרינגער טערמינען. אבער 24 שלימים? אתמהה.

קען זיין אז ביים אונטערנעמען די פראיעקט האט מען שוין געוויסט פון די לאך און עס איגנארירט אדער קען זיין אז במשכ'ן בויען האט מען צוגעלייגט זאכן אן א חשבון פון ווי צו באצאלן. אידערוועי איז עס א שקאנדאל אויף וואס איינער דארף נעמען אחריות.

און דאס איז ליידער נישט קיין שאק אין אונזער געזעלשאפט, ווי כסדר הערט מען ענליכע מעשיות, און געוויסע שעמען זיך ניטאמאל דערמיט נאר מיט פרעכקייט שרייבן זיי אין זייערע קאמפיין מאטריאל אז די מוסד איז אריינגעשפינגן און א פראיעקט אן קיין חשבונות.

א מין הפקירות!

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:07 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 am די עצם זאך אז מ'דערזעהט זיך מיט חובות פון 24 מעלאנעס וואס מ'איז שוין שולדיג עטליכע יאר, איז אומר דרשוני. ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'נעמט זיך אינטער א פראיעקט אן האבן דעקונג? ס'וואלט געווען פארשטענדליך ווען מ'איז אינטערשטעליג מיט אפאר דאללער וואס דאס קען מען בארגן און באצאלן אויף גרינגער טערמינען. אבער 24 שלימים? אתמהה.

אין געווענליכע דעמאקראטישע רעגירונגען אדער ביי ערליכע אויסגעהאלטענע קהילות און מוסדות, איז דא אזא דערהער פון אווערסייט קאמיטעס, וואס גייען דורך די אינקאמ'ס און הוצאות.

ביי אונזערע היימישע קהילות און מוסדות וואס באשטייען בדרך כלל דורך איין מאן אדער עטליכע מענער וואס זיי זענען אויסשליסליכער אויפזעהר און אבזערווירער איבער אלע געלטער און נכסים. איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז ס'נישט פאראן אזא דערהער פון איבערקוקן חשבונות וואס זיי טוהען מיט נכסי ציבור.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:19 am
דורך תניא בניחותא
שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 am די עצם זאך אז מ'דערזעהט זיך מיט חובות פון 24 מעלאנעס וואס מ'איז שוין שולדיג עטליכע יאר, איז אומר דרשוני. ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'נעמט זיך אינטער א פראיעקט אן האבן דעקונג? ס'וואלט געווען פארשטענדליך ווען מ'איז אינטערשטעליג מיט אפאר דאללער וואס דאס קען מען בארגן און באצאלן אויף גרינגער טערמינען. אבער 24 שלימים? אתמהה.

קען זיין אז ביים אונטערנעמען די פראיעקט האט מען שוין געוויסט פון די לאך און עס איגנארירט אדער קען זיין אז במשכ'ן בויען האט מען צוגעלייגט זאכן אן א חשבון פון ווי צו באצאלן. אידערוועי איז עס א שקאנדאל אויף וואס איינער דארף נעמען אחריות.

און דאס איז ליידער נישט קיין שאק אין אונזער געזעלשאפט, ווי כסדר הערט מען ענליכע מעשיות, און געוויסע שעמען זיך ניטאמאל דערמיט נאר מיט פרעכקייט שרייבן זיי אין זייערע קאמפיין מאטריאל אז די מוסד איז אריינגעשפינגן און א פראיעקט אן קיין חשבונות.

א מין הפקירות!
מ’קען נישט בויען מוסדות התורה מיט דעיוו רעמזי מהלך אז מ’בויעט נאר מיט קעש, אז ס’איז דא א צורך פאר א בנין פאר א חדר אדער מיידל שולע אדער אפי’ א גרויסע ביהמ”ד דארף מען אריינשפרינגען און נאכדעם ברעכן קאפ ווי צאמשטעלן דאס געלט.

די גרויסע אמעריקע ארבעט אויך אויף די מהלך, אוודאי דארף מען וויסן נישט איבערציען די שטריק און ספענדן סאך מער ווי ס’איז בכלל דא א מעגליכקייט צאמשנארן, דאס איז די נפק”מ פון רעפאבליקאנער און דעמאקראטן וכו’.

און ווען מ’בויעט א שול דארף מען בויען שיין, נישט סתם א ווערהויז פיר ווענט מיט א דאך, אידן בויען זיך היינט פאלאצן וואס אמאליגע קעניגן וואלטן זיך נישט געשעמט דערמיט אבער א ביהמ”ד זאל בלייבן א פראסטע באקס...

דאס יא, די געלט דארף מען ארויסשלעפן פון גבירים נישט פון פשוטע ארבייטער וואס מוטשען זיך צו דעקן דעם חודש.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2024 6:23 pm
דורך קלוגע יודל
שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:34 am די עצם זאך אז מ'דערזעהט זיך מיט חובות פון 24 מעלאנעס וואס מ'איז שוין שולדיג עטליכע יאר, איז אומר דרשוני. ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'נעמט זיך אינטער א פראיעקט אן האבן דעקונג? ס'וואלט געווען פארשטענדליך ווען מ'איז אינטערשטעליג מיט אפאר דאללער וואס דאס קען מען בארגן און באצאלן אויף גרינגער טערמינען. אבער 24 שלימים? אתמהה.

קען זיין אז ביים אונטערנעמען די פראיעקט האט מען שוין געוויסט פון די לאך און עס איגנארירט אדער קען זיין אז במשכ'ן בויען האט מען צוגעלייגט זאכן אן א חשבון פון ווי צו באצאלן. אידערוועי איז עס א שקאנדאל אויף וואס איינער דארף נעמען אחריות.

און דאס איז ליידער נישט קיין שאק אין אונזער געזעלשאפט, ווי כסדר הערט מען ענליכע מעשיות, און געוויסע שעמען זיך ניטאמאל דערמיט נאר מיט פרעכקייט שרייבן זיי אין זייערע קאמפיין מאטריאל אז די מוסד איז אריינגעשפינגן און א פראיעקט אן קיין חשבונות.

א מין הפקירות!
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאכנישט געבויט געווארן א מוסדות / ביהמ"ד מיט א ביזנעס חשבון ווי אזוי עס גייט זיך אויסצאלן. די איינציגסטע מהלך איז אריינשפרינגן!

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:52 am
דורך שמעון וואלף
קלוגע יודל האט געשריבן: לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאכנישט געבויט געווארן א מוסדות / ביהמ"ד מיט א ביזנעס חשבון ווי אזוי עס גייט זיך אויסצאלן. די איינציגסטע מהלך איז אריינשפרינגן!

נאך א מזל דו ביסט יא מסתפינא, ווייל דאס איז פשוט הבל הבלים.

צענדליגע גרויסע בנינים זענען שוין געבויעט געווארן אן בלייבן מיט חובות דורך גור, סאטמאר, סאטמאר, באבוב ועוד, און אפגערעדט סיי די ליטווישע און מאדערנע קרייזן.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:12 am
דורך Salford
שמעון וואלף האט געשריבן: נאך א מזל דו ביסט יא מסתפינא, ווייל דאס איז פשוט הבל הבלים.

צענדליגע גרויסע בנינים זענען שוין געבויעט געווארן אן בלייבן מיט חובות דורך גור, סאטמאר, סאטמאר, באבוב ועוד, און אפגערעדט סיי די ליטווישע און מאדערנע קרייזן

👌

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:35 am
דורך [NAMELESS]
קלוגע יודל האט געשריבן: לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאכנישט געבויט געווארן א מוסדות / ביהמ"ד מיט א ביזנעס חשבון ווי אזוי עס גייט זיך אויסצאלן. די איינציגסטע מהלך איז אריינשפרינגען!

ווי אנדערע שרייבן, איז דאס נישט ריכטיג, און ממש פארקערט. אפילו ווען מען שפרינגט אריין באיזה אופן און מען דערזעהט זיך מיט א לאך מאכט מען זיכער עס נישט צו ענדיגן פאר מען האט דאס געלד, ווייל איינמאל מען מופט אריין איז זייער זייער שווער צו שאפן געלד. איך ווייס פון בתי מדרשים וואס האבן געסטראגלט יארן לאנג. משא''כ פארן ענדיגן איז עס א מצב פון עמערזשענסי, מען דארף זיך אריינציען און עס פעלט נאך כך וכך, די עולם איז מער ווארעם.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:25 am
דורך תניא בניחותא
חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:35 am
קלוגע יודל האט געשריבן: לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאכנישט געבויט געווארן א מוסדות / ביהמ"ד מיט א ביזנעס חשבון ווי אזוי עס גייט זיך אויסצאלן. די איינציגסטע מהלך איז אריינשפרינגען!

ווי אנדערע שרייבן, איז דאס נישט ריכטיג, און ממש פארקערט. אפילו ווען מען שפרינגט אריין באיזה אופן און מען דערזעהט זיך מיט א לאך מאכט מען זיכער עס נישט צו ענדיגן פאר מען האט דאס געלד, ווייל איינמאל מען מופט אריין איז זייער זייער שווער צו שאפן געלד. איך ווייס פון בתי מדרשים וואס האבן געסטראגלט יארן לאנג. משא''כ פארן ענדיגן איז עס א מצב פון עמערזשענסי, מען דארף זיך אריינציען און עס פעלט נאך כך וכך, די עולם איז מער ווארעם.
זארגט אייך נישט, דא גייט אויך בעזהשי”ת נישט בלייבן קיין חובות, כך הוא דרכו של עולם, מ’שפרינגט אריין און נאכדעם ארבעט מען צו שאפן דאס געלט, כמעט נישט דא א מוסד וואס בויעט א בנין און די געלט ליגט אין באנק פאר מ’הייבט אן.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:11 pm
דורך אחידוש
איז דא נומבערס וויפיל עס האט געקאסט בויען בית וויזניץ?