בלאט 4 פון 12
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:08 pm
דורך צקון לחש
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:57 pmאפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
דו האלסט אז עקזעסטירט א מענטש וואס קען קאנווינסען אז
מ'דארף /
ס'לוינט צו גלייבן אין אידישקייט?
דאס מערסטע וואס מען קען איז צו קאנווינסען אז
מ'קען גלייבן
אויב מ'וויל.
איינער וואס
וויל נישט, דארף בעסערע חברים און געזעלשאפט בכדי צו וועלן.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:25 pm
דורך Moshe itche
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:57 pm
Moshe itche האט געשריבן: ↑
ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.
א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
ער איז שוין געווען ביי אזעלכע סארטן אויך, ער האט געהערט שיעורים פון די סארט אידן און אפילו געזעצן מיט זיי פערזענליך.
די פראבלעם איז אז ער האט אויך געהערט און געליינט און זיך געטראפן מיט די פארקערטע סארט מענטשן. אידן וואס זענען געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין עניני אמונה און זענען געווארן אויפגעוויזן אז אטעאיזם איז מער שכל'דיג, און זענען זיך אויך גרייט מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען.
ער האט געהערט וואס ביידע האבן צו זאגן, און ער איז געבליבן ביי דעם אז די אפיקורסים זענען גערעכט. וואס קען מען ליידער טון?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:44 pm
דורך שעפטאל
אוי וויי! מיט מיטלייד!
כ'געדענק אין מיינע שווערע צייטן וועם כ'האב געפרעגט האט גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן זאלסט טרעפן די אמת.. ס'דא קירוב חברה וואס זענען אויסגעקאכט.."
איינער האט מיך פארזיכערט אז ער קען מיך אויפווייזן אידישקייט.
כ'האב זיך געזעצט מיט עם, זאגט ער "מיך קודם ווייז מיך אויף אז ס'קען נישט זיין אמת"...
איינער האט מיך פארזיכערט אז זיין משפיע קען מיך מאכן גלייבן. אבער נאכן שמועסן מיט עם האט ער נישט געוואלט כ'זאל עם טרעפן...
מיין שאלה איז מער נישט ווער ס'איז גערעכט, ווייל כ'וועל סייווי נישט וויסן.
אמונה אין גאט בכלליות אין און אידישקייט בפרטיות איז ביי מיך מער פראקטיש. כ'פלאן נישט זיך צו ספראווענען מיט גילט, נייע קולטורן וואס כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, וכו'.
הלואי זאלסטו פשוט טראסטן זיך אליין, אויסהערן דיין הארץ, נעמען די וועג וואס איז די גרינג'סטע באקוועם'סטע.
ביי מיך איז ענדערש צו זיין א שוואכע איד, ווי א גאנצע גוי. (איבער שכר ועונש איז שוין דא אשכולות דא איבער גיהנום..)
דעם וועלט האב איך זיכער, יענע וועלט אפשר אויך, כ'בין דאך מלא מצות כרימון.
לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי
@מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:13 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:44 pm
לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי
@מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.
כ׳וויל נישט דאס פארוואנדלען אין נאך אן ׳אמונה׳ אשכול. כ׳וויל נאר צולייגן אז לפענ״ד וועט דאס שטימען נאר מיט די מוני המצוות וואס האלטן אז אמונה איז א מצוה, און מיטן בוחר/מחליט זיין צו גיין מיטן באשעפער איז מען מקיים דעם מצוה פון אמונה. משא״כ אויב רעכנט מען נישט ׳אמונה׳ פאר א מצוה [ווייל ס׳נישט שייך מצוה צו זיין דערויף; אדער האסטעס אדער נישט] איז שייך אז איינער זאל האבן אמונה בעצם (עכ״פ באופן העלם/מקיף) אפילו בשעת ער מוטשעט זיך מיט ספיקות און קשיות.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:56 pm
דורך סקעפטיקער
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:57 pm
א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
ברענג מיר איין ארטיקל אדער דרשה פון אים בענין ביקורת המקרא, עוואלוציע, פילאזאפיע והמסתעף וועט מען טראכטן אז ער איז די ריכטיגע מענטש. ביזדערווייל זעהט אויס אז אידישקייט רעדט צו זיין הארץ, זייער שיין, הלוואי פאר אלע אידן געוואנטשן. אבער עס זעהט נישט אויס ווי ער קען זיך באנעמען מיט די שוועריגקייטן
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 pm
דורך שפילער
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:27 pm
דורך שמן למאור
שפילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 pm
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
חלילה אזוי צו רעדן. די באשעפער אליין קען אין איין רגע אויפווייזן די גרעסטע אפיקורס אז ער עגזעסטירט. ער איז דאך א כול יכול, ער קען זיך באווייזן אין א סקונדע. אבער צוליב פארבארגענע סיבות האט ער זיך זייער ליב צו באהאלטן. ווי עס שטייט שוין אין פסוק "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"
דאס אליין דארף דאך שוין זיין גענוג אויפצוווייזן די גרעסטע אפיקורס אז די תורה איז אמת, ממש א אפענע פסוק וואס מען זעט בחוש היינטיגע צייטן אז עס פאסירט. און דאס איז נישט עפעס וואס מען וואלט געקענט פארשאצן מיט יארן צוריק, ווייל אמאל איז דאך גאט געווען אפן פאר יעדעם צו זען, ער האט זיך באוויזן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
אבער וואס זאל מען ליידער טון אז די אפיקורסים האלטן נישט ביים עפענען די אויגן אין זען קלארע אפענע ראיות.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:40 pm
דורך צוזאמגעדרייט
געווענליך איז רעליגיע א תירוץ וואס די "סובקאנטשאס" טוט פאבריצירן. אז מען האט זיך ליב און ס'איז דא קעמעסטרי הייבט זיך נישט אן אזויפיל קשיות און פראבלעמען וכו'.
מענטשן כאפן נישט ווי שטארק די סובקאנטשאס גייט, דער סובקאנטשאס איז א געריבענעם בחור!
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:48 pm
דורך שפילער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:40 pm
געווענליך איז רעליגיע א תירוץ וואס די "סובקאנטשאס" טוט פאבריצירן. אז מען האט זיך ליב און ס'איז דא קעמעסטרי הייבט זיך נישט אן אזויפיל קשיות און פראבלעמען וכו'.
מענטשן כאפן נישט ווי שטארק די סובקאנטשאס גייט, דער סובקאנטשאס איז א געריבענעם בחור!
ועוד פון די אנדערע זייט
די סאבקאנטשעס וויל מען זאל גלייבן. א מענטש וויל נישט פילן ווי די וועלט האט נישט קיין באשעפער מען פילט אזא ליידיגקייט!
סא קענסט עס אנקיקן אויף ביידע וועגן
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:56 pm
דורך שעפטאל
די אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.
א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
דורך סביב העולם
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:56 pm
די אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.
א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.
ווער זאגט אז דאס איז א געזונטע נפש? אפשר מיינט דאס א קעירלעסס נשמה וואס געבט נישט קיין דעקל פאר עניטינג, און וועט פונקט אזוי דיסמיסן סיי וועלכע וויכטיגע אויפגאבע?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:28 am
דורך שמן למאור
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול. וויל איך ווידמען אפאר ווערטער לכבוד דעם מדוברת.
ווייבל טייערע, הער מיר אויס. אונז אלע ליינען דא די מעשה וואס דיין מאן האט דא אראפגעלייגט, און אונז האבן אלע מיטלייד. עס איז גאר ווייטאגליך צו הערן אז דו ביסט אין אזא מצב, ס'איז בכלל נישט די לעבן וואס דו האסט זיך אויסגע'משל'ט אלס ערליך מיידל, און עס איז פארשטענדליך דיינע שוועריגקייטן מיט וואס דו דארפסט זיך ספראווענען.
איך וויל דיר צום אלעם ערשט קאנגראטולירן אז דו ביסט א פרוי מיט שכל, האסט נישט געטון קיין נארישע ווילדע שריט וואס וואלט צובראכן דיין שטוב אויף אייביג. אנדערע פרויען וואלטן גלייך געלאפן צו זייער טאטע מאמע, רב, אדער רבי, און פאר זיי וואלטן זיך געכאפט וואספארא טעות זיי זענען באגאנגען, וואלטן זיי שוין געווען אפגע'גט. דאס ווייזט אז דו ביסט א קלוגע פרוי מיט שכל, וואס טוט נישט קיין געאיילטע שריט, נאר דו פראבירסט באמת צו טון וואס איז ריכטיג אפילו עס קומט אן שווער.
יא כ'ווייס אז ס'איז גאר שווער, ס'נישטא מיט וועמען זיך אויסצושמועסן און זיך אדורכרעדן. עס פילט זיך ווי מען פאפט זיך פאר די וועלט, מען לעבט איין לעבן אינדרויסן און אינדערהיים האט מען א פאק מיט סודות וואס טאר נישט ארויסרינען, ס'איז בכלל נישט גרינג, אבער וויסן זאלסטו אז נישט קיין אנדערע ווי דער באשעפער אליין האט דיר אויסדערוועלט מיט אט דעם שווערן נסיון, און אז ער האט דיר דאס געגעבן איז א סימן אז דו האסט די כוחות דאס בייצוקומען.
א וויכטיגע יסוד וואס דו מוזט וויסן, דער שטן וואס זוכט ווי ער קען צעברעכן אידישע שטובער ארבעט אויף קעסל און כלים זיכער צו מאכן אז דו וועסט זיין ווי מער דעפרעסט און אומצעפרידן וואס נאר שייך. ער וועט דיר פארדרייען א קאפ מיט אומרעלעוואנטע פחדים אסאך ווייטער ווי די מצב איז באמת. ער וועט דיר מאכן טראכטן "וואס נאך קען אלס געשען", און ער וועט טראגן דיין דמיון צו פלעצער וואס זענען אפילו נישט רעאליסטיש אז דאס זאל באמת געשען מיט דיין מאן, אלעס אבי דיר צו צעברעכן. לאז דיך נישט! פראביר צו זיין ווי מער צופרידן אין דיין מצב און נישט טראכטן קיין אומרעלעוואנטע מחשבות, און אז עס קומט יא אריין אין קאפ אזעלכע מחשבות זאלסטו וויסן אז דאס איז עצת היצר און מען דארף זיך שטארקן.
יעצט בנוגע דיין מאן, לויט ווי איך זע וואס ער שרייבט איז עס בלויז א דורכגאנג. קיין נביא בין איך טאקע נישט און איך ווייס נישט ווי לאנג עס וועט נעמען און זאכן וועלן זיך טוישן, אבער וועסט נאך האבן אסאך לעכטיגע גוטע ערליכע יארן צוזאמען מיט דיין מאן.
ער האלט יעצט ביי א מצב ווי ער האט נאר צוויי אינגע קינדער אין שטוב, ער זיכט צו אינדזשויען אביסל די עולם הזה און טשילט אביסל ארום, אבער עס וועט אי"ה קומען נאך קינדער און די קינדער וועלן אויפוואקסן, ער וועט ארויסגיין און לערנען מיט זיי ביי אבות ובנים, ער וועט זיי פארהערן די שאלות, ער וועט פירן שיינע שבת סעודות און פארציילן שיינע מעשיות. דאס אליין וועט אים געבן א געשמאק צו האלטן אידישקייט אינגאנצן און מיט א געשמאק און לעבעדיגקייט.
קען טאקע זיין אז קיין צוקוועטשטע חאניאק וועט ער קיינמאל נישט צוריק ווערן, זיין סמארטפאון וועט ער אפשר נישט אוועקווארפן (אפשר אפילו יא, ער וועט זיך קויפן א טעבלעט צו זיין אנגענומען אין די עולם, ווער ווייסט) ער וועט אפשר נישט מקפיד זיין אויף יעדע מנהג, אבער א נארמאלע ערליכע איד וועט ער זיין.
אפילו יעצט פארשטיי איך פון זיינע ווערטער אז ער עסט נישט ממש קיין חזיר פלייש און ער גייט נישט יעדע נאכט צו א בית זונות, סך הכל טוט ער זאכן וואס איז נישט אנגענומען אין אונזערע סירקלס, ער איז נישט מקפיד אויף געוויסע זאכן, אבער אויב זאל א מאדערן ארטאדאקסישע רב באטראכטן זיין הלך ילך איז זייער מעגליך אז ער וועט זאגן אז דיין מאן איז א געהעריגע ערליכע איד.
כ'ווייס אז דאס איז נישט ממש קיין שטארקע נחמה, עס שטערט דיר בכלל אז ער טוט נישט וואס "יעדער" טוט, אבער דאך איז גוט צו וויסן אז לויט ווי ס'זעט אויס טוט ער נישט קיין גראבע עבירות, ער איז טעקניקלי נאך אן ערליכע איד. און אפילו ער טוט יא אמאל א גרויסע עבירה העלפט דאך תשובה אלעמאל, יעדער ווערט דאך אמאל נכשל מיט גרויסע חטאים ווי לשון הרע אדער נישט נזהר זיין אין כיבוד אב ואם וכדומה, אויף דעם האט מען א יום כיפור און א סלח לנו, עס איז נאכנישט עק וועלט.
און איך ענדיג צו, וועסט נאך האבן אסאך גוטע יארן מיט דיין מאן, שטופ אדורך די פאר שווערע חדשים אדער יארן, עס וועט זיך לוינען צום סוף, ענק וועלן זיך נאך עלטערן אין פריידן און קענען צוריקקוקן מיט שטאלץ אז דו האסט געהאט די כוחות בייצוקומען די נסיון וואס גאנץ מעגליך אז נאר פאר דעם האט מען דיר אראפגעשיקט אויף דער וועלט.
הצלחה רבה און האלט דיך פרייליך און שטארק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:16 am
דורך שעפטאל
סביב העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:56 pm
די
אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.
א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.
ווער זאגט אז דאס איז א געזונטע נפש? אפשר מיינט דאס א קעירלעסס נשמה וואס געבט נישט קיין דעקל פאר עניטינג, און וועט פונקט אזוי דיסמיסן סיי וועלכע וויכטיגע אויפגאבע?
כ'האב זיך באצויגן צו
@צוזאמגעדרייט און
@שפילער, אמונה כפירה קומען פון די סובקאנשעס, (די ראיות פון שכל איז נאר די וועג עס צו פארענטפערן).
וואס דאס איז לכאו' א פאקט, מ'קען נישט וויסן מיט שכל אויף קיין איין זייט. די געפיהל איז מחליט וועלכע זייט צו אננעמען.
האבעך צוגעלייגט אז די "
אבסעסיע" לשום צד קומט פון נישט א געזונטע פלאץ.
א געזונטע מענטש קען משלים זיין מיט דעם פאקט אז ער קען זיך נישט איבערצייגן מיט שכל, ער איז אקעי מיט דעם אז זיינע נגיעות פיהרן עם סייווי. ער גייט זיך זיין וועג אהן זיין מורא'דיג וואונערביל איבער דעם, ער ווערט נישט גע'טריגערט ווען איינער רעדט כפירה צו אמונה.
--
איינער האט מיך געפרעגט וואס טוהסטו אויב דו קומסט ארויף לאחר מאה ועשרים און ווערסט געוואר אז אלעס איז שטותים חלילה. האסט א גאנץ לעבן זיך געפיהרט אידיש און באקומסט נישט מער שכר ווי א פשוטע מעקסיקאנער? ווי אזוי גייסטו פיהלן?
כ'זאג ענק די ריינע אמת, כ'גיי שפירן זייער גוט. כ'האב ענדשוי'ד אידישקייט אויף דעם וועלט טא דע מעקס. כ'האב אזוי אויפגעוואקסן, דאס איז די וועג פון לעבן וואס ארבעט פאר מיך.
וכן להיפוך. דער וואס פיהלט זיך בעסער מיט כפירה חלילה. כ'זעה נישט ווי קעירלעס קומט אריין ביי עפעס וואס איז נישט אין דיינע הענט צו וויסן. אפשר דארפן אונז אויך חושש זיין אויף יעדע רעליגיע פון די וועלט אז ס'איז אמת? אפשר זאלסטו זיין אבסעסט מיט שרעק איבער אן אטאם באמבע? שכל קען נישט וויסן. עטליעסט טוה וואס שפירט זיך די בעסט און גוט.
און ענדשוי לייף!!
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:20 am
דורך זאקן
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:28 am
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול. וויל איך ווידמען אפאר ווערטער לכבוד דעם מדוברת.
אזא שאד. אז די ווייסט שוין יא אז זי איז דא, בעט איר כאטשיג אראפ צולייגן איר זייט פון די מעשה.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 7:31 am
דורך שאלתיאל
שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:27 pm
חלילה אזוי צו רעדן. די באשעפער אליין קען אין איין רגע אויפווייזן די גרעסטע אפיקורס ער איז דאך א כול יכול, ער קען זיך באווייזן אין א סקונדע. אבער צוליב פארבארגענע סיבות האט ער זיך זייער ליב צו באהאלטן. ווי עס שטייט שוין אין פסוק "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"
דאס אליין דארף דאך שוין זיין גענוג אויפצוווייזן די גרעסטע אפיקורס אז די תורה איז אמת, ממש א אפענע פסוק וואס מען זעט בחוש היינטיגע צייטן אז עס פאסירט. און דאס איז נישט עפעס וואס מען וואלט געקענט פארשאצן מיט יארן צוריק, ווייל אמאל איז דאך גאט געווען אפן פאר יעדעם צו זען, ער האט זיך באוויזן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
דערמאנט מיך פון א מופת וואס מען פארציילט אויף א רבי וואס מען האט אים מודיע געווען אז א רשע געפינט זיך אויף א פליגער האט ער געזאגט "זאל די פליגער קראכן!" האט מען אים געזאגט אז ס'דא דארט אומשולדיגע מענטשן אויך האט ער געזאגט "זאל די פליגער נישט קראכן!" און ס'האט טאקע נישט געקראכט. ויהי לפלא
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 7:35 am
דורך [NAMELESS]
שעפטאל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:16 am
סביב העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:56 pm
די
אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.
כ'האב זיך באצויגן צו
@צוזאמגעדרייט און
@שפילער, אמונה כפירה קומען פון די סובקאנשעס, (די ראיות פון שכל איז נאר די וועג עס צו פארענטפערן).
וואס דאס איז לכאו' א פאקט, מ'קען נישט וויסן מיט שכל אויף קיין איין זייט. די געפיהל איז מחליט וועלכע זייט צו אננעמען.
האבעך צוגעלייגט אז די "
אבסעסיע" לשום צד קומט פון נישט א געזונטע פלאץ.
א געזונטע מענטש קען משלים זיין מיט דעם פאקט אז ער קען זיך נישט איבערצייגן מיט שכל, ער איז אקעי מיט דעם אז זיינע נגיעות פיהרן עם סייווי. ער גייט זיך זיין וועג אהן זיין מורא'דיג וואונערביל איבער דעם, ער ווערט נישט גע'טריגערט ווען איינער רעדט כפירה צו אמונה.
--
איינער האט מיך געפרעגט וואס טוהסטו אויב דו קומסט ארויף לאחר מאה ועשרים און ווערסט געוואר אז אלעס איז שטותים חלילה. האסט א גאנץ לעבן זיך געפיהרט אידיש און באקומסט נישט מער שכר ווי א פשוטע מעקסיקאנער? ווי אזוי גייסטו פיהלן?
כ'זאג ענק די ריינע אמת, כ'גיי שפירן זייער גוט. כ'האב ענדשוי'ד אידישקייט אויף דעם וועלט טא דע מעקס. כ'האב אזוי אויפגעוואקסן, דאס איז די וועג פון לעבן וואס ארבעט פאר מיך.
וכן להיפוך. דער וואס פיהלט זיך בעסער מיט כפירה חלילה. כ'זעה נישט ווי קעירלעס קומט אריין ביי עפעס וואס איז נישט אין דיינע הענט צו וויסן. אפשר דארפן אונז אויך חושש זיין אויף יעדע רעליגיע פון די וועלט אז ס'איז אמת? אפשר זאלסטו זיין אבסעסט מיט שרעק איבער אן אטאם באמבע? שכל קען נישט וויסן. עטליעסט טוה וואס שפירט זיך די בעסט און גוט.
און ענדשוי לייף!!
שעפטאל די קומנטס אריין זייער זייער גוט
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:19 am
דורך פארוואס?
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 1:39 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 1:14 pm
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..
פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
אויב ביסטו טאקע סקעפטיש, איז מעגליך דו זאלסט איבערטראכטן מיט סקעפטיסיזם די מיסאדזשיניסטישע דעות?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:13 am
דורך תניא בניחותא
שפילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 pm
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
בכלל איז שווער צו טוישן איינעמס מיינונג אין סיי וועלכע נושא, לדוגמא א דעמאקראט אדער רעפאבליקאנע, יעדע פאסירונג איז א ראי’ צו זיין צד אז ער איז גערעכט, צום ביישפיל אין א”י, נאך יעדע טעראר אטאקע שרייט סיי דער לינקער און סיי דער רעכטער אז ער איז גערעכט.
ווען ס’קומט צי אמונה ווס’ אפיקורס איז די זעלבע מעשה, מ’דארף זיין גרייט צו טוישן מיינונג אויב די עיני השכל קענען איינזען אז דער צווייטער איז גערעכט, איך קען דיר נישט איבער מאכן די מעמד הר סיני, אבער איך קען דיר מסביר זיין אז ס’איז שטארק מסתבר אז ס’איז געווען אזא מעמד ליבערשט ווי אז ס’איז א בלויזע דמיון.
דער אייבישטער וויל אז אידן זאלן מקיים זיין תורה ומצוות מתוך בחירה נישט געצוואונגען (ווער זאגט? מתן תורה) און ער גייט נישט יעדע פופצן מינוט אויפווייזן פאר דעם נייעם יונגערמאן אז דאס איז זיין רצון.
אז ס’קען היינט 80 יאר שפעטער זיין האלאקאוסט לייקענער, אין נאך איין חודש קען מען לייקענען די אקטאבער 7 שחיטה וואס פון דעם איז שוין יא דא ווידיאוס וכדו’ איז וואספארא ציפרידנשטעלנדע ראי’ קען איך שוין ברענגען אויף בריאת העולם און יציאת מצרים ?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:31 am
דורך סקעפטיקער
דער פראבלעם איז ע"פ רוב נישט די חסרון פון ראיות אויף יא, נאר די שלל פון ראיות אויף פארקערט.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:40 am
דורך תניא בניחותא
דו האסט ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן?
אז אידן זענען נישט ארויס פון מצרים?
אז ס’איז נישט געווען מתן תורה?
אדער גאר אז די וועלט איז געשען דורך די ביג בענג?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:49 am
דורך סקעפטיקער
תניא בניחותא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:40 am
די האסט ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן?
אז אידן זענען נישט ארויס פון מצרים?
אז ס’איז נישט געווען מתן תורה?
אדער גאר אז די וועלט איז געשען דורך די ביג בענג?
דאס איז נישט קיין אמונה אשכול, אבער איך וועל פראבירן פארלייגן וויאזוי די טענה קוקט געווענליך אויס. עס זענען דא ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן אזויווי עס שטייט אין די תורה, און אויך די ארכאלאגישע געפינסן אין מצרים געבן נישט קיין פלאץ פאר יציאת מצרים פונקטליך וויאזוי עס שטייט אין די תורה (אויף א קלענערע פארנעם קען מען נישט אויסשליסן). וואס זייער מסקנא דערפון איז אז די תורה איז מעשי בני אדם רח"ל
פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט פון אבסאלוטע ראיות אויף נישט, דאס איז בכלל נישט בנמצא לכאן אדער לכאן. מ'רעדט פון שכל'דיגע ראיות וואס מ'וואלט מיט דעם געפאסט סיי וועלכע ערענסטע באשלוס
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:02 pm
דורך סקעפטיקער
פארוואס? האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:19 am
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 1:39 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 1:14 pm
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..
פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
אויב ביסטו טאקע סקעפטיש, איז מעגליך דו זאלסט איבערטראכטן מיט סקעפטיסיזם די מיסאדזשיניסטישע דעות?
קוקט אויס איך האב מיך נישט גוט ארויסגעברענגט און דו האסט מיך שלעכט פארשטאנען. "פאר א סיבה" מיין איך צו זאגן פאר די סיבה וואס מ'רעדט דא, אז אויב די מאן זאל ווערן אויפגעקלערט זאל ער קענען רעדן צו די וואנט ווייל די פרויען קענען נישט לערנען און האבן נישט קיין וועג אפצושאצן אויב עס איז ריכטיג וואס ער זאגט. קלאר?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:40 pm
דורך עמרם
שפילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 pm
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
ווייס איך נישט,
אבער אויפווייזן א ק''ש מאמין אז יודישקייט איז נישט אמת, איז טאקע נישט מעגליך,
(אז איינער איז שוין דא א תקופה און איז פעסט ביי זיך אז ס'איז אמת, איז נישט דא קיין וועג אויפציווייזן פארקערט)