בלאט 4 פון 55

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:29 pm
דורך נישנאש
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אפשר וויזיטעישן? ווער ס'פארשטייט צווישן די שורות באמערקט אז וויזיטעישן איז א פאקטאר דא און ככה"נ פראבירט די מאמע ער זאל נישט קענען זען די קינדער אליין אן אנדערע, הנקרא "סעיף וויזיטעישן", כ'ווייס נישט קיין פרטים פון די מעשה און ס'קען זיים אז זי איז גערעכט, כ'זאג נאר א סברא וואס מאכט זיך אפט.

אמאל אויב די מאמע איז רשעות'דיג איז דאס די איינציגע אפציע פאר די טאטע.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:30 pm
דורך סקעפטיקער
מר. קלונימוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:08 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:07 pm
טל ומטר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?

ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.

א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?

עס איז א שאד אריינצוקריכן אין פילאזאפישע שמועסן ווייל מ'קען פארקריכן. די פוינט איז אז בין אדם למקום און בין אדם לחבירו איז א חילוק, און מעולם לא שמעתי אז בין אדם למקום איז "אויך" בין אדם לחבירו ווייל ער טשעפעט א צווייטן - דעם אייבערשטען.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:32 pm
דורך סקעפטיקער
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:26 pm איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.

האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין. די יעצטיגע פאל קוקט נישט אויס ווי איינער וואס גיבט די טאטע צוויי מיטעלסטע פינגערס

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:36 pm
דורך זאקן
חב''ד הויזן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:44 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:27 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:18 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:13 pm מיין פוינט איז געווען מ׳קען נישט טוהן וואס מען וויל אפילו ס׳איז דא איינער וואס ליידט נעבעך, אויף די מאן אליינס קענסטו לייגען וויפיל פרעשור די ווילסט, אבער לאז אפ די משפחה וואס ליידט שוין גענוג.
אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן
רוב מענער וואס געבן נישט קיין גט קענען עס נאר טון ווייל זיי באקומען סופפארט פון משפחה און חברים. אויב וואלט ער געבליבן עלנד אליין וואלט די מעשה זיך שוין לאנג גענדיגט.
נישט צו לאנג צוריק האט יעדער געהאלטן אזוי, אויב ווארפט מען ארויס א קינד פונדערהיים גייט ער ביז אפאר טעג שפעטער צוריק קומען און זאגן איך גיי שוין זיין וואויל ווייל אן משפחה גייט ער פשוט נישט האבן וואס צוטוהן, די מענטשן וואס האבן דאס געטוהן ווארטן נאך יעצט, אפגערעדט פון א אינגערמאן העלפט דעס נישט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:38 pm
דורך סקעפטיקער
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:36 pm נישט צו לאנג צוריק האט יעדער געהאלטן אזוי, אויב ווארפט מען ארויס א קינד פונדערהיים גייט ער ביז אפאר טעג שפעטער צוריק קומען און זאגן איך גיי שוין זיין וואויל ווייל אן משפחה גייט ער פשוט נישט האבן וואס צוטוהן, די מענטשן וואס האבן דאס געטוהן ווארטן נאך יעצט, אפגערעדט פון א אינגערמאן העלפט דעס נישט.
עס איז א גרויסע חילוק פון א קינד וואס איז OTD וואס איז מיט א האלבע פוס ארויס פונעם סיסטעם וואס ווען דו גיסט אים א שטויס וועט ער זאגן ביי, ווערסוס א אינגערמאן וואס פלאנט צו בלייבן דא כל ימיו און איז נישט אינטערעסירט זיך צושלאגן מיט יעדעם.

און נאכאמל, אוודאי איז יעדע מעשה אנדערש.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:42 pm
דורך זאקן
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:32 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:26 pm איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.

האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין.
זייער גוט געזאגט, יעצט וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך וויסן וואס עס גייט פאר און די עלטערן׳ס שטוב? פארוואס דארף איך טראסטן וואס פלעטבוש גירל זאגט אן עוועדענס? און ווי אזוי ווייסט פלעטבוש גירל וואס די מעשה איז? ווייל די ווייבל האט איר אליינס געזאגט אז אירע עקס שווער העלפט אים ארויס?

בקיצור זי האט גענומען א גוטע זאך מ׳דארף נאר מאכן זיכער אויב וויל זי דעת הקהל זאל זי האבן א ערענסטע וועד וואס גייט אדורך יעדע קעיס באזונדער, נישט טוהן קיין משוגענע זאכן, און נאך דעם ארויסלייגן די עוועדענס און נאך דעם קען זי מאכן א ריזיגע פראטעסט וואס גייט ווערן געשאצט און די בלאט פאר 100,000 באטייליגטע (אמת׳דיג גערעדט וואלטן די דיינים וואס שרייבן אינטער אקעגן יעדע צווייטע זאך דאס געדארפט טוהון)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:06 pm
דורך זאקן
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:07 pm
טל ומטר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?
ח״ו, ארויסווארפן א קינד ווייל ער שלאגט? ס׳איז דא בעסערע עצות וואס צוטוהן מיט א קינד וואס שלאגט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:12 pm
דורך קהל'ס נער
מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,

זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,

וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?

דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,

פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?

און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,

עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!

נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:29 pm
דורך זאקן
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:12 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!

נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)

גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:30 pm
דורך לאכעדיג
איך קען נישט די דעטאלן פון די ספעציפישע מאנרא מעשה,
(אגב אין מאנרא איז דא די ערגסטע מעשיות מיט די בעסטע עסקנים אלעס צו פארווישן) אבער איך ווייס יא פון פעלער וואס עלטערן און גאר נאנטע משפחה האבן איבערגערעדט די מאן נישט צו געבן א גט פאר די ווייב.
און ליידער איז דא אסאך אזעלכע. זייער ווייטאגליך.

ווען א יונגערמאן איז א רשע געדענק אז ער איז נישט געוואקסן אויפן בוים, ווי די מאמר החכם גייט,
"די עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים."

און יא, אונזערע רבנים ווילן נישט אריינרעדן אין די נושא, זיצן מיט זיידענע הענטשוך אויפן פריוואטע פליגער קיין מיאמי.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:37 pm
דורך חב''ד הויזן
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:06 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:07 pm
טל ומטר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?
ח״ו, ארויסווארפן א קינד ווייל ער שלאגט? ס׳איז דא בעסערע עצות וואס צוטוהן מיט א קינד וואס שלאגט.
ניין. א קינד וואס שלאגט ווארפט מען נישט ארויס. אבער בשעת ער שלאגט זאגט מען אים 'הער יעצט אויף שלאגן אז נישט קומסטו נישט אריין אינדערהיים'.
וואס וואלטסטו געטון ווען דו זעסט א אינגל שלאגן דיין קינד און בשעת מעשה גיט יענע אינגל'ס טאטע אים צועסן און ווען דו בעטסט אים ער זאל עפעס טון ענטפערט ער 'די חינוך פון מיינע קינדער לאז פאר מיר, איך האב אים ליב אפילו ער שלאגט אנדערע קינדער'... דו וואלטסט געשריגן 'זאלסט אים באלד ליב האבן, יעצט פייניגט ער מיין קינד וויאזוי קענסטו אים יעצט סופפארטן?!
מסתמא וואלט אנגעקומען עפעס א צדיק און געזאגט 'וואס שרייסטו? די קינד איז טאקע נישט גערעכט פארן שלאגן אבער דו מאכסט דאך בזיונות פאר די טאטע'...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:29 pm גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.

וואס איז דען די פראבלעם? זאל די מאן נעמען א היתר מאה רבנים און פארטיג, ער קען חתונה האבן. אבער אויב די מאן גיט נישט קיין גט איז די פרוי געבינדן און קען בשום אופן חתונה האבן

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:01 pm
דורך חב''ד הויזן
דאכט זיך אז א מאן קען גט'ן בעל כרחה.
און אפילו אויב נישט, זאל קומען פלעטבוש בוי און העלפן די מאן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:03 pm
דורך שמן למאור
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:29 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:12 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,

זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,

וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?

דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,

פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?

און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,

עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)
גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.
א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:11 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:03 pm א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.

ס'געשעהט כמעט נישט א היתר מאה רבנים, ס'שלעפט זיך נישט אזוי צאם הונדערט רבנים, מען טרייט עס צי נוצן אלץ א סטראשע, אבער למעשה געשעהט עס נישט.

(אגב, ס'געוועהן א מאל א מעכב גט און מען האט אים גע'אפערט געלט און ער האט נאך אלץ נישט געוואלט גט'ן, האט מען אים געסטראשעט אז אויב געט ער נישט קיין גט וועט מען מאכן א היתר מאה רבנים און מען גייט איר גט'ן אן זיין רשות און ער גייט נישט באקומען די געלט, און דער עם הארץ אינזערע האט געגעבען א גט….😂

אמאל א קלוגער רב קען פיל מער אויפטוהן ווי א פלעטבוש גירל)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
מר. קלונימוס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:08 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:07 pm
טל ומטר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?

ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.

א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?
א כל יכול קען (ענדערש) מאכן אז זיין ווייב זאל נישט דארפן קיין גט. (משנה ראשונה במס' קידושין..."וקונה את עצמה בשתי דרכים בגט ובמיתת הבעל"...!

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:16 pm
דורך זאקן
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:03 pm א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.
מ׳מאכט עס אויסזעהן אזוי פשוט אבער ס׳איז נישט אינגאנצן אזוי, איך ווייס נישט צו איינער געדעקנט די מארקאוויטש פרשה אבער פאר יארן איז מען אים נאך געלאפן און באשמיצט וועגן ער האט געמאכט א היתר מאה רבנים.

די מעשה וואס איך האב דערציילט וועגן א פרוי וואס וויל נישט נעמען א גט איז נאך אינטער צוויי יאר, העט מען דארף ווארטן אביסל צו זעהן וואס זיי פלאנען צוטוהן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:20 pm
דורך טראפעלע
Account is back

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:26 pm
דורך חדשים
א אינגערמאן אין וויליאמסבורג האט ממש לעצטנס באקומען א היתר מאה רבנים, און שוין א חתן געווארן. דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער איז א מולטי מיליאנער...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:26 pm
דורך זאקן
טראפעלע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:20 pm Account is back
אוי וויי, איך מיין איך דארף סוען אינסטעגרעם פאר צומאכן פלעטבוש גירל אקאונט, איך האב אזוי סאך ארבעט אין איך האב גארנישט געארבעט היינט וועגן זיי.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:28 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:11 pm ס׳געשעהט כמעט נישט א היתר מאה רבנים, ס׳שלעפט זיך נישט אזוי צאם הינדרעט רבנים, מען טרייט עס צי נוצען אלץ א סטראשע, אבער למעשה געשעהט עס נישט.

(אגב, ס׳געוועהן א מאל א מעכב גט און מען האט עים גע׳אפערט געלט און ער האט נאך אלץ נישט געוואלט גט׳ן, האט מען עים געסטראשעט אז אויב געט ער נישט קיין גט וועט מען מאכן א היתר מאה רבנים און מען גייט איר גט׳ן אן זיין רשות און ער גייט נישט באקומען די געלט, און די עם׳הארץ אינזערע האט געגעבען א גט….😂
אמאל א קליגער רב קען פיל מער אויפטוהן ווי א פלעטבוש גירל)

דערמאנט די מעשה פונעם בעל דין וואס מען האט אים אויסגעלערנט צו זאגן "אין לי" און דער דיין האט געהייסן אראפלייגן די גאנצע געלט אויפצואווייזן דעם 'אין לי'...

אבער צים נושא, היתר מאה רבנים מאכט זיך מער אפט ווי דו מיינסט, מען דארף אפילו נישט קיין עכטע רבנים (וואס מיינט בכלל עכט?)

איך געדענק מען איז ארומגעגאנגען אמאל אין א שול דערפאר און יעדער האט גע'חתמ'עט.

רב מלכיאל קאטלער פון לעיקוואד האט צוויי ווייבער מיט א היתר מאה רבנים.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:31 pm
דורך זאקן
חדשים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:26 pm א אינגערמאן אין וויליאמסבורג האט ממש לעצטנס באקומען א היתר מאה רבנים, און שוין א חתן געווארן. דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער איז א מולטי מיליאנער...
איך האף אז זאכן האבן זיך געטוישט, אבער אמאל איז עס נישט געווען אזוי פשוט, איך מיין עס איז שוין צייט אויף צוקומען מיט עפעס א עצה אויב א מאן וויל נישט געבן א גט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:16 pm מ׳מאכט עס אויסזעהן אזוי פשוט אבער ס׳איז נישט אינגאנצן אזוי, איך ווייס נישט צו איינער געדעקנט די מארקאוויטש פרשה אבער פאר יארן איז מען אים נאך געלאפן אין באשמיצט וועגן ער האט געמאכט א היתר מאה רבנים.

די מעשה וואס איך האב דערציילט וועגן א פרוי וואס וויל נישט נעמען א גט איז נאך אינטער צוויי יאר, העט מען דארף ווארטן אביסל צו זעהן וואס זיי פלאנען צוטוהן.

יא איך געדענק די מעשה, ווער איז עם נאכגעלאפן? נאר די ווייב'ס משפחה פאר א קורצע צייט, געווען א איידעם ביי פ. די 2 שוואגערס שותפים האבן געלד און זענען גבר אלים זיי האבן אנגערייצט רבנים הגאון ר' יושע העשיל וואלהענדלער ז''ל האט אנגעפירט מיט די היתר מאה רבנים די פעקעטע'ס האבן טעראריזירט אויף נעקסט לעוועל אבער הרב וואלהענדלער ז''ל האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיי ווען הרב מארקאוויטש האט געדארפט א חתן ווערן קורץ דערנאך האבן זיי טעראריזירט די צד הכלה למעשה איז ער א חתן געווארן בשתיקה און פעקעטע איז איין טאג אויפגעשטאנען צו די נייעס אז במשך די נאכט איז פארגעקומען א חתונה... וואס האבן זיי דען געקענט טון? זי האט זיך געמוזט אדורך קומען אויפצופירן איר גט...

צום שלוס די 2 פ. ברודער'ס נגידים שותפים וואס האבן גערודפ'ט צוזאמען די שוואגער זענען היינט טויט צוהארגעט וועגען א נארישע ירושה זייער טאטע איז געווען א יושב אהל איבערגעלאזט איין הויז ווי ער האט געוואוינט און פארגעס נישט די ברודער'ס זענען אליינס עשירים, פארשטייט זיך אז די בשותפות'דיגע ביזנעס האט זיך אויך גענדיגט...