בלאט 4 פון 5

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:10 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
קיינמאל געמיינט אז "די בליק" באלאנגט צו סאטמאר מהרז"ל און "די וואך" צו סאטמאר מהר"א.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:19 pm
דורך קליגער
אויב עפעס פארקערט.
''דער בליק'' מחצר מהר''א און ''די וואך'' מחצר מהרי''י.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:08 am
דורך רב חאצאצאק הקטן
און צו וועלעכע חסידות,באלאנגט "מאמענט".

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:14 am
דורך חב''ד הויזן
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 9:47 pm א קליינע שאלה,
עס ליגט מיר אין קאפ פון יארן צוריק אז "דער בליק" איז געווען מחצר מהרז"ל און "די וואך" מחצר מהר"א.
איך קויף נישט די מאגאזינען צו אפט, אבער לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו בלעטערן דערין אביסל, און איך זעה אז ביידע מאגאזינען האבן בילדער פון ביידע רבי'ס.
האבן זיך זאכן געטוישט לעצטנס?
אמת. איך געדענק. אבער דאס איז געווען פאר נפתלי אונגאר האט עס אפגעקויפט, איינמאל ער האט עס אפגעקויפט האט ער דערקלערט אז ער איז דא פאר ביזנעס און נישטא אזא זאך צו ווערן אפגעקויפט אויף א געוויסע זייט. און אזוי אויך האט ער אנגעהויבן צו קאווערן יעדע קליינע רבילע אא"וו. און פארשטייט זיך די בליק איז אים נאכגעטאנצן.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:01 am
דורך רב חאצאצאק הקטן
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:08 am און צו וועלעכע חסידות,באלאנגט "מאמענט".

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:11 pm
דורך שמעקעדיג
חב''ד הויזן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:14 am דאס איז געווען פאר נפתלי אונגאר האט עס אפגעקויפט

ווער איז נפתלי אונגאר? און וואס האט ער אפגעקויפט, די בליק אדער די וואך?

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:16 pm
דורך אלע צוזאמען
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:11 pm
חב''ד הויזן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:14 am דאס איז געווען פאר נפתלי אונגאר האט עס אפגעקויפט

ווער איז נפתלי אונגאר? און וואס האט ער אפגעקויפט, די בליק אדער די וואך?
א נעפיו פון באבוב 45 רבי, (כ’האב פארגעסן זיין טאטענס טיטל) ער האט אפגעקויפט די ’די וואך’.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:28 pm
דורך חב''ד הויזן
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:16 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:11 pm
חב''ד הויזן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:14 am דאס איז געווען פאר נפתלי אונגאר האט עס אפגעקויפט

ווער איז נפתלי אונגאר? און וואס האט ער אפגעקויפט, די בליק אדער די וואך?
א נעפיו פון באבוב 45 רבי, (כ’האב פארגעסן זיין טאטענס טיטל) ער האט אפגעקויפט די ’די וואך’.
זיין טאטע איז דאמברעווע רבי.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:29 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ער איז א זוהן פון האדמו"ר מ'דאמבראוו שליט"א, א ברודער פון האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.

ער האט אויפגעמאכט JDN און בשעתו גענומען א זייט אין עטליכע מחלוקת. ווי פארשטענדליך האט ער נאר געדעקט זיין פעטער און נישט זיין פעטער'ס פעטער.

אזוי אויך נאר האדמו"ר מסאטמאר קרית יואל שליט"א, האדמו"ר מצאנז-ארה"ק שליט"א ועוד כמה וואס האבן זיך משתתף געווען מיט הוצאת החג. וד"ל.

ולעומתם האט זיך געעפענט די JCN און א בליק קליקע באזירט אויף די אנדערע צדדים בהנ"ל, באבוב, סאטמאר וויליאמסבורג און צאנז קלויזענבערג.

שפעטער האט ער אפגעקויפט די וואך פון הערשי רובינשטיין, הגם זיי זענען פארדעם שוין געווען געקניפט און געבינדען און גענומען די זעלבע שניט אין די מחלוקת הנ"ל.

ערשט עטליכע יאר שפעטער האבן זיך זאכן צוביסלעך געטוישט און כהיום דעקט יעדער אלע צדדים.

ויש להאריך בזה.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:43 pm
דורך חב''ד הויזן
איך מיין אז היינט איז JDN די דאמינירנדע מאכט אין די רבישע וועלט. די צייטונגען און קלענערע אויסגאבעס קויפן בילדער פון אים.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:03 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ריכטיג. אבער JCN האט פיין אריינגעביסן אין איהם.

ווען נישט JCN און יוקל פעפערקארן (עקסטער) וואלט JDN געמאכט זיין געלט דורך די צד וואס צאלט מער אין יעדע מחלוקת.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:01 am
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 10:08 am און צו וועלעכע חסידות,באלאנגט "מאמענט".
די גוטסקייט פון מאמענט איז אז זיי באלאנגען נישט (נאנט) צו קיינעם. זיי זענען עכט יוצאי סאטמאר. און זיי קעיטערן פאר'ן סאטמאר'ן עולם. זיי קאווערן סיי מהר"א שליט"א (הגה"ק. שטייצעך). און סיי מהרי"י. (געוועזענע מהרז"ל).

מ'קען זאגן אז זיי זענען סאטמאר לייט. זיי האבן נישט די משוגעת פונ'ם בלאט אדער דער איד. וואס שפייט שנאת ישראל ווען אידיש בלוט גיסט זיך. און זיי מיינען אז זיי זענען מקיים די שיטה (הקדושה).

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:46 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען (פערזענליך) דעם "עכטן" בעל הבית פון "מאמענט". ער איז ביהיינד די סיענס. ער פינאנצירט עס . מיט זיינע קינדער.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:42 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 1:03 pm ריכטיג. אבער JCN האט פיין אריינגעביסן אין איהם.

ווען נישט JCN און יוקל פעפערקארן (עקסטער) וואלט JDN געמאכט זיין געלט דורך די צד וואס צאלט מער אין יעדע מחלוקת.
וואס איז jcn???

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 8:27 am
דורך [NAMELESS]
JCN MARKETING INC
TEL 212 671 1301
13TH AVE
info@JCNmail.com
SUBSCRISubscribe@JCNmail.com

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 11:18 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:46 pm איך קען (פערזענליך) דעם "עכטן" בעל הבית פון "מאמענט". ער איז ביהיינד די סיענס. ער פינאנצירט עס . מיט זיינע קינדער.
די בעל הבית איז יואל קרויס א קווינס תלמיד און א ראדני מתפלל כהיום אין די נייע סאטמער לעיקוואד ישוב ער האט א געלד שותף הרב פרידמן וואס איז אויך א געלד שותף אין די בליק

Re: קאווערס פון אויסגאבעס און קריטיק,קאמאנטארן.

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 11:41 am
דורך berlbalaguleh
חיים הלוי: שוין. איך זעה דו ווייסט אלעס.

מיין דגוש איז געווען אז איך קען הרב פריעדמאן בהיקף.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:10 pm
דורך האניג
פריעדמאן איז די גענצליכע בעל הבית פון א בליק.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
נאר למאי נפק"מ? ער האט אינוועסטעד אין נאך צענדליגע ביזנעסער.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:28 pm
דורך האניג
טאקע נישט קיין נפק"מ. אבער חיים הלוי האט געשריבן אז ער איז א געלט שותף אין מאמענט און אין א בליק, האב איך פשוט געוואלט אויסבעסערן אז אין מאמענט איז ער טאקע בלויז א שותף אבער אין א בליק איז ער די אויסשליסליכע בעל הבית.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:25 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
א גוטן!!!
מען הייבט אן פון פריש מיט די אויסגאבעס.

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 4:56 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
ווארפסטו "נפשי" פון מאמענט אין גארבאזש פארן ליינען???
א. יא
ב. ניין

Re: קאווערס פון אויסגאבעס - קריטיק און קאמענטארן

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 4:57 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
.