כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 7:38 pm
די זעלבע איז מיט די דברי חשק (כאטשיג וואס דאס קען מען לכאורה יא פארמיידן). ביי דברי חשק איז אויך דא נאך א נקודה אז מ'קען עס אפטייטשן אויף אנדערע אופנים (ווי די אייגענע, אדער דעם באשעפער, ווי @שמן למאור האט שוין אמאל געשריבן). אבער די עיקר ווארט פון דברי חשק, ווען איינער הערט אויס מוזיק סתם צו צושטרייען דעם מח, אדער אלס בעקגראונד בשעת'ן ארבעטן, וועט קיין שום דברי חשק נישט פועל'ן אויף עם, ער איז בכלל נישט דא פאר דעם, וכן נוהגין.
נאך א נקודה איבער דברי חשק, די מציאות איז אז זייער אסאך מאל האבן די סארט ניגונים ממש נישט קיין המשך, איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן, און איין סענטענס נישט מיטן נעקסטן. פארוואס הערט מען עס? דאס איז נאר וועגן די טאן איז שיין, די מוזיק, די קול. אבער נישט וועגן די עצם ניגון.
בעסיידס דאס אלעס האט שוין ר' אייזיק ספינקער מגלה געווען דעם פסח די סוד (אין די גליון נקדישך), וואס ער האט געהערט פון כמה עלטערע אידן וואס האבן געהערט פון זייערע חברים וואס זענען זיי געקומען אין חלום, אז אין עולם האמת איז מען נישט אזוי מקפיד אויף בין אדם למקום, מ'ווייסט אויך אז ס'איז שווער אין דעם גלות וכו', די עיקר איז מען דארט מקפיד אויף בין אדם לחבירו (כ'ווייס נישט ווי א רבי האט די גאט"ס צו זאגן אזאנס, און א גליון זאל עס דרוקן און פארשפרייטן).
אגב וויל איך דא מיטיילן א מורא'דיגע ירושלמי וואס כ'האב היינט געזען צוצייכענען (ס'קומט נישט עכט דא אריין, אבער פארוואס נישט), ירושלמי אין חגיגה (פרק ב' הלכה ה') א"ר יוסי בן חנינה המתכבד בקלון חבירו אין לו חלק לעולם הבא, המתכבד בקלון חי עולמים לא כל שכן.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 1:43 pm
דורך סקעפטיקער
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 10:09 pm
בעסיידס דאס אלעס האט שוין ר' אייזיק ספינקער מגלה געווען דעם פסח די סוד (אין די גליון נקדישך), וואס ער האט געהערט פון כמה עלטערע אידן וואס האבן געהערט פון זייערע חברים וואס זענען זיי געקומען אין חלום, אז אין עולם האמת איז מען נישט אזוי מקפיד אויף בין אדם למקום, מ'ווייסט אויך אז ס'איז שווער אין דעם גלות וכו', די עיקר איז מען דארט מקפיד אויף בין אדם לחבירו (כ'ווייס נישט ווי א רבי האט די גאט"ס צו זאגן אזאנס, און א גליון זאל עס דרוקן און פארשפרייטן).
האסט דערפון א PDF אדער פיקטשער? מעגליך איך וועל אים אנהייבן רעספעקטירן
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 2:06 pm
דורך כספי
fCapture.PNG
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 8:42 pm
דורך פארחלומ'ט
כ'דענק נאך די ערשטע מאל כ'האב געוואטשט "שטיסל". איך האב נישט געגלייבט אז עס איז געווען מיך
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2024 8:59 pm
דורך צקון לחש
פארחלומ'ט האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 8:42 pm
כ'דענק נאך די ערשטע מאל כ'האב געוואטשט "שטיסל". איך האב נישט געגלייבט אז עס איז געווען מיך
(געווענטליך הער איך נישט קיין פרויען זינגען, נאר דאס האט עפעס דער בעל דבר אריינגעשמירט אין מיין אינסטעגראם פיד און עס קומט כסדר ארויף, איך טראכט אפילו אויפצוגעבן אינסטעגראם אינגאנצען, עס שטערט מיר ממש פון דאווענען).
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 1:49 am
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 1:43 pm
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 10:09 pm
בעסיידס דאס אלעס האט שוין ר' אייזיק ספינקער מגלה געווען דעם פסח די סוד (אין די גליון נקדישך), וואס ער האט געהערט פון כמה עלטערע אידן וואס האבן געהערט פון זייערע חברים וואס זענען זיי געקומען אין חלום, אז אין עולם האמת איז מען נישט אזוי מקפיד אויף בין אדם למקום, מ'ווייסט אויך אז ס'איז שווער אין דעם גלות וכו', די עיקר איז מען דארט מקפיד אויף בין אדם לחבירו (כ'ווייס נישט ווי א רבי האט די גאט"ס צו זאגן אזאנס, און א גליון זאל עס דרוקן און פארשפרייטן).
האסט דערפון א PDF אדער פיקטשער? מעגליך איך וועל אים אנהייבן רעספעקטירן
זיינע בכיות אויך?...!
Re:
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 1:58 pm
דורך בונה של טוב
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 12:51 pm
The Barry sisters lol
גארנישט קומט נישט צו פאר מיר צו חוה אלבערשטיין׳ס ליד ״אברמ׳ל״ (אלע אירע לידער אויף יענעם סידי זענען געוואלדיג, אבער ווי מ׳זאגט אויף ענגליש this one takes the cake
דא איז א לינק
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:27 pm
דורך א קליגער זיידה
ו.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 5:58 pm
דורך כספי
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 7:38 pm
די עולם שמועסט דא אז ס'איז גורם הרהורים, ובפרט בדברי חשק.
אגב, דברי חשק האט נישט דוקא מיט פרויען זינגערן'ס, ואדרבה, על פי רוב וועלן פרויען זינגען איבער חשק צו א מאן, און מענער זינגערס וועלן זינגען איבער חשק צו א פרוי, סאו בדברי חשק דארף מען מער חושש זיין ביי מענער זינגערס.
וואס איז די תאווה פון אויסהערן אדער קוקן פרויען זינגערס?
Re:
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 1:23 pm
דורך צוויי
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 1:04 pm
וואס איז די תאווה פון אויסהערן אדער קוקן פרויען זינגערס?
וואס די תאווה איז?
אויב ס'איז א ווידיאו א.ד.ג וואס איז א חלק פון א מעשה אדער א עקט, און די ווידיאו אדער די וואס פאסירט אין די ווידיאו איז אינטערעסאנט אדער ברענגט תאוות
Re:
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 1:45 pm
דורך א גוט יאר
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 1:04 pm
וואס איז די תאווה פון אויסהערן אדער קוקן פרויען זינגערס?
אויב די זינגערין ברענגט תאוות, דורך שיינקייט וכו'
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 3:29 pm
דורך berlbalaguleh
א גוט יאר: דו האסט פארפאסט די נקודה: דער מאמר חז"ל אז ..."קול באשה, ערוה"... מיינט אויב מ'הערט דאס קול פון זינגען פון א פרוי וואס מ'קען. אפילו מ'זעהט איהר יעצט נישט איז אסור. קוקן אויף א פרוי איז אן אנדערע פרשה. ס'איז דא ראייה און הסתכלות. אויב א מענטש וויל זעהן ווער דאס איז צוליעב נייגעריגקייט דאס מעג מען 100%. שטארק קוקן און באטראכטן דאס איז אסור. ווי דהמע"ה זאגט אין תהילים..."ברית כרתי לעיניי למה אתבונן על בתולה."
איך גיי שוין באלד אין די (העיליגע) דרכים פון הרב פאלק זצוק"ל. ער איז אייביג געווען ביזי מיט די טעכנישע דעטאלן פון אט די זאכן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער לענגער פן די קני די סקוירטס דארפן זיין. ער האט געשריבן גאנצע חיבורים אויף אט די סוגיא.
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 3:29 pm
א גוט יאר: דו האסט פארפאסט די נקודה: דער מאמר חז"ל אז ..."קול באשה, ערוה"... מיינט אויב מ'הערט דאס קול פון זינגען פון א פרוי וואס מ'קען. אפילו מ'זעהט איהר יעצט נישט איז אסור. קוקן אויף א פרוי איז אן אנדערע פרשה. ס'איז דא ראייה און הסתכלות. אויב א מענטש וויל זעהן ווער דאס איז צוליעב נייגעריגקייט דאס מעג מען 100%. שטארק קוקן און באטראכטן דאס איז אסור. ווי דהמע"ה זאגט אין תהילים..."ברית כרתי לעיניי למה אתבונן על בתולה."
איך גיי שוין באלד אין די (העיליגע) דרכים פון הרב פאלק זצוק"ל. ער איז אייביג געווען ביזי מיט די טעכנישע דעטאלן פון אט די זאכן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער לענגער פן די קני די סקוירטס דארפן זיין. ער האט געשריבן גאנצע חיבורים אויף אט די סוגיא.
און אפילו הרב פאלק זצ"ל איז נישט געווען פרום גענוג פאר די רבנים אין ארץ ישראל.....
מאירפ האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 12:58 pm
ו. אז מען וואקסט אויף אן דעם ברויך מען דאס נישט. עס גריצעלט מיר אין די אויערען.
ר' אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים.
ווער רעדט דא פון מותר אסור, פונקט ווי מאלאזיאנער מוזיק וועט מיר לעכערען די אויער, פארשטיי איך בכלל נישט די תאוה פון הערן פרויען זינגערס.
פאר די soprano חלק, איז א [ריכטיגע] ילד הפלא סאך זיסער [עכ"פ לויט מיין טעם וריח].
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 7:38 pm
די זעלבע איז מיט די דברי חשק (כאטשיג וואס דאס קען מען לכאורה יא פארמיידן). ביי דברי חשק איז אויך דא נאך א נקודה אז מ'קען עס אפטייטשן אויף אנדערע אופנים (ווי די אייגענע, אדער דעם באשעפער, ווי @שמן למאור האט שוין אמאל געשריבן). אבער די עיקר ווארט פון דברי חשק, ווען איינער הערט אויס מוזיק סתם צו צושטרייען דעם מח, אדער אלס בעקגראונד בשעת'ן ארבעטן, וועט קיין שום דברי חשק נישט פועל'ן אויף עם, ער איז בכלל נישט דא פאר דעם, וכן נוהגין.
נאך א נקודה איבער דברי חשק, די מציאות איז אז זייער אסאך מאל האבן די סארט ניגונים ממש נישט קיין המשך, איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן, און איין סענטענס נישט מיטן נעקסטן. פארוואס הערט מען עס? דאס איז נאר וועגן די טאן איז שיין, די מוזיק, די קול. אבער נישט וועגן די עצם ניגון.
בעסיידס דאס אלעס האט שוין ר' אייזיק ספינקער מגלה געווען דעם פסח די סוד (אין די גליון נקדישך), וואס ער האט געהערט פון כמה עלטערע אידן וואס האבן געהערט פון זייערע חברים וואס זענען זיי געקומען אין חלום, אז אין עולם האמת איז מען נישט אזוי מקפיד אויף בין אדם למקום, מ'ווייסט אויך אז ס'איז שווער אין דעם גלות וכו', די עיקר איז מען דארט מקפיד אויף בין אדם לחבירו (כ'ווייס נישט ווי א רבי האט די גאט"ס צו זאגן אזאנס, און א גליון זאל עס דרוקן און פארשפרייטן).
אגב וויל איך דא מיטיילן א מורא'דיגע ירושלמי וואס כ'האב היינט געזען צוצייכענען (ס'קומט נישט עכט דא אריין, אבער פארוואס נישט), ירושלמי אין חגיגה (פרק ב' הלכה ה') א"ר יוסי בן חנינה המתכבד בקלון חבירו אין לו חלק לעולם הבא, המתכבד בקלון חי עולמים לא כל שכן.
הרה"צ ר' אייזיק ספינקער האפט נאך אמאל צו האבן דעם "גרויסן ברעיק" און ווערן א וועלט-בארימטער רבי, א בעל מופת און א בעל רוח הקודש.
פריי דיך אז די אלטע אידן זענען איהם נאר געקומען אין חלום. זיי וועלן זיך נאך אמאל באווייזן בהקיץ, אויך.
א שטארקן מופת וואס איך האב געהערט נאכזאגן אויף איהם. מ'האט אמאל אריינגעברעגנט אויף א טאץ אן עוף. די רבי האט געקוקט אויף דעם. און ס'איז געווארן א גל של עצמות. האט די רבי זיך אנגערופן בדרך צחות...אז מ'דארף רופן דעם לוחם מלחמות ה' ר' דויד שמידל פון אתרא קדישא...!
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
ווען דער אמרי אמת איז אוועק, איז געווען א הו"א צו קרוינען דער לב שמחה, נאר וויבאלד ער איז אנטלאפען קיין אייראפא, האט מען מכתיר געווען דער בית ישראל
האט בריסקער רב געזאגט = עס האט געפעהלט אפאר מינוט און רבי שמחה בונם וואלט געהאט רוח הקודש....