בלאט 4 פון 7

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 6:02 am
דורך אוהב ספרים
Chasidishmashpia האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:30 am א מאדנע זאך צו שרייבן אין די צוואה צו די נייע רבי אז ער זאל דאווענען שנעל.
איינער קען דאס מסביר זיין?
דער איז א גרויסע מאריך... א פשוטע מנחה יעדער טאג דארט ביי איהם שמונה עשרה פון 20 מינוט ביז א האלבע שעה. האט ער איהם מעורר געוועהן.

אכן נעכטען איז ארום געפארן אז מנחה האט שוין געדויערט 7 מינוט שמונה עשרה.


אויך איז ער שטארק מעורר וועגען דיוק אין שמירת הזמנים.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 12:13 pm
דורך נאוואמינסקער
וואס איז פשט אז דער צוואה האט נישט קיין חתימה?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 1:07 pm
דורך אינטערסאנטער
בעל דרשן האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 12:14 pm
....ביי סאדיגורה ( אויב איז די צוואה אמת ) האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טיען צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.

אין ביאלא איז די זון פון די צוואה געווען אקטיוו אין די קהילה, צוגעהאלפן דעם מבשר טוב ז"ל מיט די הנהגה, געווען די ראש ישיבה וכדומה וואס יעדער האט פארשטאנען אז ער איז פאסיג פאר די פאזיצע, מש"כ וואס די בכור לעבט זיך אין די מרחקים אין מאנטשעסטער, און פירט א שיינע קהילה דארט און איז ניטאמאל נייגעריג אין די רעבעסטיווע.

אין סאדיגורא האט מען נישט געשריבען די זון - נאך א בכור - וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין די עקבי אבירים ובנו די רבי ז"ל, און האט זיך אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כבוד סאדיגורה, די שיינע שול וכדומה אלעס איז אים צו פארדאנקען, געווען די ידו אריכתא פון זיידן אלע יארן, און מען האט אים געגעבן א שטויס וואס ער פארדינט זיך נישט, און עס געגעבן פאר א קלענערע ברודער'ל וואס האט קוים אנגעפאנגען צו כאפן פון וועלכע דינאסטיע סאדיגורה קומט, ופלא גדול הוא !

עס איז נישט קיין פלא און טאקע דאס איז לכאורה די חילוק. אין סאדיגורא האט די רבי געוויסט אז אויב גייט ער דאס פארשלאגן פאר די עלטערע קינדער גייען זייי שטעלן א ווידערשטאנד, ממילא האט ער באשלאסן אז ער גייט דאס נישט איבערשמועסן מיט זיי ווייל עס וועט ממילא נישט אויסמאכן פאר גארנישט, ער וועט שרייבן א צוואה און פארטיג. און א טאטע האט א רעכט צו שטעלן וועלכע קינד ער וויל צו פירן זיינע געשעפטן, דאס הייסט נישט געגעבן א שטויס.

אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 1:38 pm
דורך כספי
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:07 pm
אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.
און אין סאטמאר האט דער ברך משה אויך געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלטסטע זון...

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 1:47 pm
דורך בעל דרשן
בעל דרשן האט געשריבן: עס איז נישט קיין פלא און טאקע דאס איז לכאורה די חילוק. אין סאדיגורא האט די רבי געוויסט אז אויב גייט ער דאס פארשלאגן פאר די עלטערע קינדער גייען זייי שטעלן א ווידערשטאנד, ממילא האט ער באשלאסן אז ער גייט דאס נישט איבערשמועסן מיט זיי ווייל עס וועט ממילא נישט אויסמאכן פאר גארנישט, ער וועט שרייבן א צוואה און פארטיג. און א טאטע האט א רעכט צו שטעלן וועלכע קינד ער וויל צו פירן זיינע געשעפטן, דאס הייסט נישט געגעבן א שטויס.

אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.

ווען עס איז זיינע געשעפטן אפשר, אבער יעדער ווייסט אז די רבי ז"ל געזיצן אין לאנדאן אלע יארן, בשעת וואס זיין קראנקע טאטע איז היפש פאראלאזירט און די געטרייסטע אייניקל איז געווען די רבי פון ירושלים, וועלכע האט מיט בלוט און שווייס אויפגעבויעט די סאדיגורה אימפעריע און געשטאנען אלע יארן לימין זקנו, איז וועמענס געשעפטן פונקטליך איז עס.... נישט דא ווער עס זאל לאכן, אים געגעבן א שטויס וואס איז די גרעסטע עוולה וואס א טאטע קען טון פאר א זון.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 2:06 pm
דורך לאכעדיג
כספי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:38 pm
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:07 pm אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.
און אין סאטמאר האט דער ברך משה אויך געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלטסטע זון...
דער ייטב לב האט קיינעם נישט געשטעלט פאר רב נאך אים, די ראשי קהילה אין סיגוט האבן נישט געוואלט אז זיין בכור רבי משה יוסף זאל איבערנעמען האבן זיי אויפגענומען די קדושת יום טוב.

און די זעלבע אין סאטמאר, די ברך משה האט נישט געשטעלט מהר"יי פאר רבי נאך אים, די חסידים וואס האבן נישט געוואלט מהר"א פאר רבי האבן אויפגענומען מהר"יי.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 2:10 pm
דורך היימלינד
בעל דרשן האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:47 pm
ווען עס איז זיינע געשעפטן אפשר, אבער יעדער ווייסט אז די רבי ז"ל געזיצען אין לאנדאן אלע יארן, בשעת וואס זיין קראנקע טאטע איז היפש פאלאזירט און די געטרייסטע אייניקל איז געווען די רבי פון ירושלים, וועלכע האט מיט בלוט און שווייס אויפגעבויעט די סאדיגורה אימפעריע און געשטאנען אלע יארן לימין זקנו, איז וועמענס געשעפטן פונקטליך איז עס.... נישט דא ווער עס זאל לאכן, אים געגעבן א שטויס וואס איז די גרעסטע עוולה וואס א טאטע קען טיען פאר א זון.
נישט קיין חילוק לגבי די רבי'וויסטעווע אבער אפשר ווייסטו פארוואס ער איז געזעצען אין לאנדאן?
אפשר האט עס צו טוען מיט די רביצען אויף וועמען מען האט נעבעך אזוי רחמנות פלוצלינג?


די אייניקעל דארף מכבד זיין די זיידע ריגארדלעס ווער עס ווערט רבי, עס איז א מצווה/חיוב, וכל הכבוד לו על זה

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 2:13 pm
דורך נאוואמינסקער
בעל דרשן האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן: עס איז נישט קיין פלא און טאקע דאס איז לכאורה די חילוק. אין סאדיגורא האט די רבי געוויסט אז אויב גייט ער דאס פארשלאגן פאר די עלטערע קינדער גייען זייי שטעלן א ווידערשטאנד, ממילא האט ער באשלאסן אז ער גייט דאס נישט איבערשמועסן מיט זיי ווייל עס וועט ממילא נישט אויסמאכן פאר גארנישט, ער וועט שרייבן א צוואה און פארטיג. און א טאטע האט א רעכט צו שטעלן וועלכע קינד ער וויל צו פירן זיינע געשעפטן, דאס הייסט נישט געגעבן א שטויס.

אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.

ווען עס איז זיינע געשעפטן אפשר, אבער יעדער ווייסט אז די רבי ז"ל געזיצן אין לאנדאן אלע יארן, בשעת וואס זיין קראנקע טאטע איז היפש פאראלאזירט און די געטרייסטע אייניקל איז געווען די רבי פון ירושלים, וועלכע האט מיט בלוט און שווייס אויפגעבויעט די סאדיגורה אימפעריע און געשטאנען אלע יארן לימין זקנו, איז וועמענס געשעפטן פונקטליך איז עס.... נישט דא ווער עס זאל לאכן, אים געגעבן א שטויס וואס איז די גרעסטע עוולה וואס א טאטע קען טון פאר א זון.

במחילות כבודכם, אלע בנינים אין ירושלים און די חדר, זענען געבויט געווארן דורך די באוויסטער חיים יצחק כהן לאנג בעפאר ר' מרדכי שליט"א האט חתונה געהאט. ער האט אויפגעבויט סאדיגורה, אין אזוי האט דער ב"ד געפסק'נט ווען מען האט עם אויסגעדרוקט. די אלטע תלמוד תורה אין ב"ב איז אויכעט געווען אפן לאנג בעפאר עם. וכן דער ישיבה קטנה וגדולה. דער גרויסער בית מדרש אין ב"ב האט געבויט מייסטענס ר' מיילך שפירא. די נייע ת"ת האט געעפנט דער רבי וואס איז אוועק, א קארגע זיבן יאר. פונדעסטוועגן שלאגט מען זיך אויף די ירושה.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:28 pm
דורך כספי
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:06 pm
כספי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:38 pm
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:07 pm אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.
און אין סאטמאר האט דער ברך משה אויך געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלטסטע זון...
דער ייטב לב האט קיינעם נישט געשטעלט פאר רב נאך אים, די ראשי קהילה אין סיגוט האבן נישט געוואלט אז זיין בכור רבי משה יוסף זאל איבערנעמען האבן זיי אויפגענומען די קדושת יום טוב.
ס'איז יא באוואוסט אז דער ייטב לב האט געשטעלט דעם קדושת יו"ט פאר רב, פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט געווען אזוי?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:29 pm
דורך Chasidishmashpia
אוהב ספרים האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:02 am
Chasidishmashpia האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:30 am א מאדנע זאך צו שרייבן אין די צוואה צו די נייע רבי אז ער זאל דאווענען שנעל.
איינער קען דאס מסביר זיין?
דער איז א גרויסע מאריך... א פשוטע מנחה יעדער טאג דארט ביי איהם שמונה עשרה פון 20 מינוט ביז א האלבע שעה. האט ער איהם מעורר געוועהן.

אכן נעכטען איז ארום געפארן אז מנחה האט שוין געדויערט 7 מינוט שמונה עשרה.


אויך איז ער שטארק מעורר וועגען דיוק אין שמירת הזמנים.
געזונטערהייט אבער פארוואס אין די צוואה וואס ער שרייבט פאר די חסידים? דאס וואלט ער געדארפט זאגן אדער שרייבן פריוואט.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:42 pm
דורך היימלינד
1. אז די חסידים זאלן וויסן און נישט פלאצן למפרע
2. אז די חסידים זאלן עס נישט אנקוקן ווי א ירידה [אדער אז ער האט נאר געשפילט ביז היינט אבער יעצט האט ער עס עניוועי]
3. לשם לחץ
4. נאן אוו אוער ביזנעס, אזוי האט ער פארשטאנען פאר ריכטיג

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 4:57 pm
דורך מיסטעריע
כספי האט געשריבן: ס'איז יא באוואוסט אז דער ייטב לב האט געשטעלט דעם קדושת יו"ט פאר רב, פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט געווען אזוי?

יא, דו ביסט גערעכט, דער ייטב לב האט געשטעלט דעם קדושת יו"ט פאר רב, און עס נישט געגעבן פאר זיין עלסטע זוהן קאלביסובער רב.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 4:59 pm
דורך מיסטעריע
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:06 pm
כספי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:38 pm
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:07 pm אגב די ייטב לב האט אויך געשטעלט זיין דריטע זוהן די קדושת יום טוב פאר רב אין סיגוט, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלסטע זוהן.
און אין סאטמאר האט דער ברך משה אויך געשטעלט זיין דריטע זון פאר רבי, וואס איז אויך דאן געווען א פלא פארוואס ער שטעלט נישט די עלטסטע זון...
דער ייטב לב האט קיינעם נישט געשטעלט פאר רב נאך אים, די ראשי קהילה אין סיגוט האבן נישט געוואלט אז זיין בכור רבי משה יוסף זאל איבערנעמען האבן זיי אויפגענומען די קדושת יום טוב.

און די זעלבע אין סאטמאר, די ברך משה האט נישט געשטעלט מהר"יי פאר רבי נאך אים, די חסידים וואס האבן נישט געוואלט מהר"א פאר רבי האבן אויפגענומען מהר"יי.
נישט ריכטיג, בנו בכורו איז געווען רבי אברהם אהרן מקאלביסוב, און די ייטב לב איז נאך געפארן אסאך יארן פריער זיך שלאגן מיט .... וד"ל אז זיין זוהן זאל באקומען אין קאלביסוב די רבנות, "ווייל ער האט ביי זיך געהאט אין פלאן צו אויפנעמען דעם קדושת יו"ט אויף זיין פלאץ אין סיגוט"

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
א איד א ת"ח האט מיך געזאגט אז די גאנצע מושג אז ביאלא רבי שרייבט אין די צוואה "איך בין ממנה פלוני" זאל ווערן רבי האט נישט קיין שום זין. א רבי אדער רב קען נישט "ממנה זיין" ווער ס'זאל אים איבערנעמען, ער קען בעטן די קהילה אז זיי זאלן פליז ממנה זיין פלוני, און אויב זיי ווילן אים פאלגען קענען זיי אים פאלגען.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 6:35 pm
דורך לאכעדיג
מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:59 pm נישט ריכטיג, בנו בכורו איז געווען רבי אברהם אהרן מקאלביסוב, און די ייטב לב איז נאך געפארן אסאך יארן פריער זיך שלאגן מיט .... וד"ל אז זיין זוהן זאל באקומען אין קאלביסוב די רבנות, "ווייל ער האט ביי זיך געהאט אין פלאן צו אויפנעמען דעם קדושת יו"ט אויף זיין פלאץ אין סיגוט"
ריכטיג. רבי אברהם אהרן איז טאקע געווען די בכור פונעם ייטב לב אבער די עולם אין סיגוט האט געהאלטן אז רבי משה יוסף וועט איבערנעמען, למעשה האבן די כהנא פאמיליע הנכבדה אפגעמאכט אז די קדושת יום טוב איז א בעסערע קאנדידאט ווייל אים וועלן זיי בעסער קענען פירן ביי די נאניע.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 6:38 pm
דורך לאכעדיג
כספי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:28 pm ס'איז יא באוואוסט אז דער ייטב לב האט געשטעלט דעם קדושת יו"ט פאר רב, פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט געווען אזוי?
די ראשי קהילה אין סיגוט האבן געהאט די לעצטע ווארט, די רבנים אין סיגוט האבן נישט געלעקט קיין האניג מיט זיי.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 7:21 pm
דורך נאוואמינסקער
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:38 pm
כספי האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:28 pm ס'איז יא באוואוסט אז דער ייטב לב האט געשטעלט דעם קדושת יו"ט פאר רב, פון ווי נעמסטו אז ס'איז נישט געווען אזוי?
די ראשי קהילה אין סיגוט האבן געהאט די לעצטע ווארט, די רבנים אין סיגוט האבן נישט געלעקט קיין האניג מיט זיי.
סיגוט איז געווען א קהילה מיט א ערווילטער רב, נישט קיין רעביסטיווע.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 7:43 pm
דורך מיסטעריע
פרוכט זאפט האט געשריבן: א איד א ת"ח האט מיר געזאגט אז די גאנצע מושג אז ביאלא רבי שרייבט אין די צוואה "איך בין ממנה פלוני" זאל ווערן רבי האט נישט קיין שום זין. א רבי אדער רב קען נישט "ממנה זיין" ווער ס'זאל אים איבערנעמען, ער קען בעטן די קהילה אז זיי זאלן פליז ממנה זיין פלוני, און אויב זיי ווילן קענען זיי אים פאלגן.

משום כבודו פון א ריכטיגע ת"ח און בנש"ק א מנהיג העדה ומחבר ספרים, וועל איך פראבירן צו מסביר זיין אויף א איידעלן אופן.

ער איז געווען אזוינס וואס מ'רופט א "מין טיפ" מענטש, ער האט געטוהן זאכן וואס איז נישט אפשר "קלאסיש" אבער "לאגיש" אויסגעהאלטן, לדוגמא ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט די אלטע רעבעצין שטיינווארצל, זי איז געווארן נישט געזונט, און אנגעהויבן ליידן אויף אלצהיימער'ס אדער עפעס אנדערע מיני מחלות וואס מ'איז שוין נישט ביי זיך, ער האט איהר אהיימגעשיקט קיין אמעריקא, זאל די משפחת שטיינווארצל קינדער און אייניקלעך זיך מטפל זיין מיט זייער באבע, וואס'זשע דארף ער, א עלטערע איד, זיך מטפל זיין מיט א פרוי וואס דערקענט שוין סיי ווי נישט קיין מענטשן, און ער איז שוין אויכעט נישט געווען ביי די כוחות.

איצטער אזא הנתהגות זעהט מען נישט יעדן טאג, ווייל ס'איז נישט קלאסיש, ס'פאסט נישט וכו', וואס וועט דער גאס זאגן וכדו', ער האט אבער געטוהן וואס איז לאגיש, א געשעפט האט ער מיט די גאס, מה יאמרו הבריות. ער האט מער גארנישט פון איר אלס א רעבעצין, פארוואס זאל ער אלס אן עלטערע איד זיך דארפן מטפל זיין מיט איהר און אויסהאלטן די הוצאות פון א העלפער אדער נוירס בלע"ז, צוריקגעשיקט דעם רעבעצין צו אירע קינדער און פארטיג.

דאס וועט אפשר באלייכטן אביסל די גאנצע התנהגות זיינע בנוגע די צוואה, איך זאג נישט ס'איז זיכער אזוי, איך זאג עס בדרך אפשר, אולי זו הפשט.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 9:48 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
דער לוגאנאר האט אויפגעשטעלט א ריזיגע הערליכע חסידות מיט א אייגנארטיגן מהלך וואס האט איהם געקאסט אסאך בלוט און שווייס בגו"ר, און ער וויל ס'זאל בלייבן שטיין מיט די צורה און מהלך וואס ער האט עס אוועקגעשטעלט. מ'קען נישט דן זיין א מענטש אויף דעם.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 10:35 pm
דורך יין שרף
מיסטעריע האט געשריבן: משום כבודו פון א ריכטיגע ת"ח און בנש"ק א מנהיג העדה ומחבר ספרים, וועל איך פראבירן צו מסביר זיין אויף א איידעלן אופן.

ער איז געווען אזוינס וואס מ'רופט א "מין טיפ" מענטש, ער האט געטוהן זאכן וואס איז נישט אפשר "קלאסיש" אבער "לאגיש" אויסגעהאלטן, לדוגמא ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט די אלטע רעבעצין שטיינווארצל, זי איז געווארן נישט געזונט, און אנגעהויבן ליידן אויף אלצהיימער'ס אדער עפעס אנדערע מיני מחלות וואס מ'איז שוין נישט ביי זיך, ער האט איהר אהיימגעשיקט קיין אמעריקא, זאל די משפחת שטיינווארצל קינדער און אייניקלעך זיך מטפל זיין מיט זייער באבע, וואס'זשע דארף ער, א עלטערע איד, זיך מטפל זיין מיט א פרוי וואס דערקענט שוין סיי ווי נישט קיין מענטשן, און ער איז שוין אויכעט נישט געווען ביי די כוחות.

איצטער אזא הנתהגות זעהט מען נישט יעדן טאג, ווייל ס'איז נישט קלאסיש, ס'פאסט נישט וכו', וואס וועט דער גאס זאגן וכדו', ער האט אבער געטוהן וואס איז לאגיש, א געשעפט האט ער מיט די גאס, מה יאמרו הבריות. ער האט מער גארנישט פון איר אלס א רעבעצין, פארוואס זאל ער אלס אן עלטערע איד זיך דארפן מטפל זיין מיט איהר און אויסהאלטן די הוצאות פון א העלפער אדער נוירס בלע"ז, צוריקגעשיקט דעם רעבעצין צו אירע קינדער און פארטיג.

דאס וועט אפשר באלייכטן אביסל די גאנצע התנהגות זיינע בנוגע די צוואה, איך זאג נישט ס'איז זיכער אזוי, איך זאג עס בדרך אפשר, אולי זו הפשט.

WTH! אפשר ווייל די תורה האט עם מחייב געווען מיט די הוצאות לרפאותה? האט ער גענומען א פילגש אדער ווייב מיט א כתובה??

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 11:28 pm
דורך קהל'ס נער
ער האט איר Return’ד, ווי א פארשימעלטע מילך צום גראסערי….

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:36 am
דורך סקרו דרייוער
און זי האט איהם איבערגעלעבט לאורך ימים ושנים!!

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:19 am
דורך בעל דרשן
זי איז געזיצן שבעה?