בלאט 4 פון 5

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 10:47 am
דורך מילך טראק
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:24 pm ס׳איז אסך גרינגער אוועקצומאכן.
ס׳שווערער זיך צו אינטרעסירן וואס איז טאקע דא פארגעקומען און וויאזוי קענען מיר טוהן בעסער אלס א קאמיוניטי צו סופארטן סערווייווערס און בעסער נאך: העלפן פארמיידן אזעלכע פארברעכנס.
כל ישראל ערבים
קיינער מיינט נישט אוועקצומאכן , ווען די רעדע איז ווען מיט קינדער אדער פרויען ביסטו גערעכט, אבער די גאנצע מעשה מיט מענער, און בככל סטראשענען מיט וועידש אדער רעיז מאכט דא עפעס נישט קיין סענטס

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am
דורך קאווע איד
איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:50 am
דורך א גוט יאר
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
ווי?
ווייסט עפעס מער?
וועלכע שטאט וכו'?

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 am
דורך קאווע איד
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:50 am
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
ווי?
ווייסט עפעס מער?
וועלכע שטאט וכו'?
ניין איך האב געהערט זייער ווייניג sorry

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:57 am
דורך א גוט יאר
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:50 am
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
ווי?
ווייסט עפעס מער?
וועלכע שטאט וכו'?
ניין איך האב געהערט זייער ווייניג sorry
זעמיר זייער נייגעריג...
אויב איינער ווייסט עני פרטים, לאזט וויסן!

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 2:59 pm
דורך ארכיטקט
געשעט כסדר אזאנע זאכן.

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 3:33 pm
דורך היכי דמי
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:57 am
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:50 am
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
ווי?
ווייסט עפעס מער?
וועלכע שטאט וכו'?
ניין איך האב געהערט זייער ווייניג sorry
זעמיר זייער נייגעריג...
אויב איינער ווייסט עני פרטים, לאזט וויסן!
וואס איז? ווילסט אהינגיין ארבעטן?

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 3:41 pm
דורך א גוט יאר
היכי דמי האט געשריבן: וואס איז? ווילסט אהינגיין ארבעטן?

🤣

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 4:15 pm
דורך קליינע צדיק

לאמיר זאגן יא
יעצט קענסטו זאגן מער פרטים?

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 4:15 pm
דורך קליינע צדיק
שוין דא צוויי מעשיות די לעצטע פאר טעג וואס די עולם שרייבט א טראפ
אדער יא אדער ניין?
סתם מ'לאזט די עולם הענגן

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 4:45 pm
דורך נחום הסופר
אין וויליאמסבורג סאטמאר מהר"א האט מען לעצטנס געמאכט אן ערנסטע אויפוואכונג דערוועגן, אלע רבנים האבן געגעבן שיעורים אין די בתי מדרשים, קען זיין אז ס'האט געהאט סיבות פארוואס ס'האט אויסגעפעלט

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:24 pm
דורך צקון לחש
נחום הסופר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:45 pm ס'האט געהאט סיבות פארוואס עס האבן אויסגעפעלט טויזנט זאכן אויסער געבן שיעורים אין די בתי מדרשים איבער דעם

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 6:55 pm
דורך יקנהז
כ'טריי צו כאפן וואס דער פ"ה וויל מיט דעם אשכול, אויב האט ער סתם געוואלט ברענגן א געשמאקע לשה"ר נייעס'ל, דאן פארוואס אין 'געזעלשאפט'?..
ס'קוקט אויס ווי ער צילט אויף עפעס א שערורי' פון די שוידערליכע פארגעוואלדטיג'ן וואס גייען פאר אין היימישע ביזנעסער געבויעט אויף א האלבע מעשה וואס איינער האט געהערט פון זיין חבר, איז לאמיר זאגן אז ס'ווירקליך געווען אזא פאל (וואס גלייבט זיך שווער), פארשטיי איך נישט וואס האט עס מיט 'היימישע' און וואס האט עס מיט 'ארבעט פלעצער'.. איך האב געהערט א מעשה אז עפעס א מנוול האט אנגערירט א פרוי אין גראסערי, מאכט סענס כ'זאל יעצט עפענען א אשכול אויף ק"ש 'זענען אונזערע היימישע גראסעריס סעיף?'...
כ'פרעג נאר, כ'ווייס נישט,אפשר טאקע יא...

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
יקנהז האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:55 pm כ'טריי צו כאפן וואס דער פ"ה וויל מיט דעם אשכול, אויב האט ער סתם געוואלט ברענגן א געשמאקע לשה"ר נייעס'ל, דאן פארוואס אין 'געזעלשאפט'?..
ס'קוקט אויס ווי ער צילט אויף עפעס א שערורי' פון די שוידערליכע פארגעוואלדטיג'ן וואס גייען פאר אין היימישע ביזנעסער געבויעט אויף א האלבע מעשה וואס איינער האט געהערט פון זיין חבר, איז לאמיר זאגן אז ס'ווירקליך געווען אזא פאל (וואס גלייבט זיך שווער), פארשטיי איך נישט וואס האט עס מיט 'היימישע' און וואס האט עס מיט 'ארבעט פלעצער'.. איך האב געהערט א מעשה אז עפעס א מנוול האט אנגערירט א פרוי אין גראסערי, מאכט סענס כ'זאל יעצט עפענען א אשכול אויף ק"ש 'זענען אונזערע היימישע גראסעריס סעיף?'...
כ'פרעג נאר, כ'ווייס נישט,אפשר טאקע יא...
ניין ער וויל:
באוקמען מער אינפארמאציע
מעורר זיין מענטשן זאלן וויסן וואס עס קומט פאר
גרויסע ארבעטס פלעצער זאלן נעמען מאסנאמען אזוי ווי אין א ישיבה
עס איז מער חשש ביי היימישע מחמת כמה סיבות
לגבי פרויען איז שוין גענוג באקאנט וואס יא און וואס נישט

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 11:26 pm
דורך מילך טראק
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
גייט שוין אהן יארן , פון די איינציגסטע פלעצער ווי חסידישע מענער און פרויען קענען האבן שייכת

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:36 am
דורך זאקן
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:30 pm
ניין ער וויל:
באקומען מער אינפארמאציע
מעורר זיין מענטשן זאלן וויסן וואס עס קומט פאר
גרויסע ארבעטס פלעצער זאלן נעמען מאסנאמען אזוי ווי אין א ישיבה
עס איז מער חשש ביי היימישע מחמת כמה סיבות

איך בעט דיר גיי זוך א ארבעט, מארגן גייט שוין איינער ארויסקומען מיט א ספר ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן מיט מענער ארבעטערס, די ערשטע תקנה גייט זיין אז מ'מעג נאר רופן מיט די לעצטע נאמען, נאך דעם גייט מען שוין נישט מעגן זיין צוזאמען אין איין צימער אליינס, נאר דאס פעלט מיך אויס אז איין משוגענער זאל נעמען דיינע ווערטער ערנסט.

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:47 am
דורך מנחם מנדל
צ"ק

זענען אונזערע "היימישע" חדרים אין ישיבות סעיף?

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:49 am
דורך מנחם מנדל
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:40 am איך האב געהערט אז עס איז פארגעקימען לעצטענס אזעלעכע מעשיות,
צווישן מענער און פרויען ארבעטערס, איינער ווייסט מער?
האסט געהערט? אדער די ביסט אין די גוסטע צו הערן?

לענית דעתי איז די גאנצע אשכול א טראל, ווער עס פארשטייט פארשטייט....

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:15 am
דורך נחום הסופר
נחום הסופר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:45 pm אין וויליאמסבורג סאטמאר מהר"א האט מען לעצטנס געמאכט אן ערנסטע אויפוואכונג דערוועגן, אלע רבנים האבן געגעבן שיעורים אין די בתי מדרשים, קען זיין אז ס'האט געהאט סיבות פארוואס ס'האט אויסגעפעלט
https://mcusercontent.com/c76ab07c1f9a3 ... %D7%93.pdf

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:42 am
דורך היימלינד
יקנהז האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:55 pm כ'טריי צו כאפן וואס דער פ"ה וויל מיט דעם אשכול, אויב האט ער סתם געוואלט ברענגן א געשמאקע לשה"ר נייעס'ל, דאן פארוואס אין 'געזעלשאפט'?..
ס'קוקט אויס ווי ער צילט אויף עפעס א שערורי' פון די שוידערליכע פארגעוואלדטיג'ן וואס גייען פאר אין היימישע ביזנעסער געבויעט אויף א האלבע מעשה וואס איינער האט געהערט פון זיין חבר, איז לאמיר זאגן אז ס'ווירקליך געווען אזא פאל (וואס גלייבט זיך שווער), פארשטיי איך נישט וואס האט עס מיט 'היימישע' און וואס האט עס מיט 'ארבעט פלעצער'.. איך האב געהערט א מעשה אז עפעס א מנוול האט אנגערירט א פרוי אין גראסערי, מאכט סענס כ'זאל יעצט עפענען א אשכול אויף ק"ש 'זענען אונזערע היימישע גראסעריס סעיף?'...
כ'פרעג נאר, כ'ווייס נישט,אפשר טאקע יא...
ווייל ביי די ארבעט פלעצער קען א מעניפיולעיטינג בעה"ב אדער מענדזשער גרינגער אביוזען זיין ארבעטער, משא"כ א פרעמדער אין גראסערי כאפט א שטויס, ופשוט.

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 5:32 pm
דורך אקטיווע שרייבער
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:15 pm שוין דא צוויי מעשיות די לעצטע פאר טעג וואס די עולם שרייבט א טראפ
אדער יא אדער ניין?
סתם מ'לאזט די עולם הענגן
שוין מיטגעהאלטן גרויסע חזערייען בקרב מחנינו

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 6:01 pm
דורך אפשר לתקן
באונס אדער ברצון?!

Re: זענען אונזערע "היימישע" ארבעט פלעצער סעיף?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 11:32 am
דורך היימלינד
כופין אותה עד שתאמר רוצה אני...

ערענסט גערעדט, קען זיין אמאל ברצון אבער אסאך מאל קען די אויבער האר ארומשפילן מיט די הרגשים אויף א אופן וואס זי זאל וועלן/מסכים זיין, אויף ענגליש הייסט דאס manipulation