בלאט 4 פון 6

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:09 am
דורך א גוט יאר
זאקן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:45 am די שאלה איז צו זי ווייסט נישט אז די ביסט אויף קאווע שטיבל וועגן די מאכסט זיכער אז זי זאל נישט וויסן אדער וויבאלד די זאגסט איר נישט יעדן טאג א רעפארט וועלכע וועבסייט די קוקסט, איך האב אויך נישט געזאגט אז איך שרייב אויף קאווע שטיבל אבער איך האב עס קיינמאל נישט באהאלטן פון איר, זי האט שוין אסאך מאל געזעהן קאווע שטיבל אפען אויף מיין פאון און איך זאג איר איבער זאכן פון קאווע שטיבל אפאר מאל אין איך זאג איר אז ס׳קומט פון קאווע שטיבל סוי איך גלייב זי ווייסט אז איך בין דא.
פשוט ווייל איך געב איר נישט קיין ריפארט פינקטלעך וואס איך טוה,
בעסער געזאגט, זי דארף נישט קיין ריפארט...
אבער חלילה נישט ווייל איך זיך עס צו באהאלטן פון איר.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:13 am
דורך זאקן
סוי ס׳איז נאטינג ראנג אז זי ווייסט נישט אז די ביסט אויף קאווע שטיבל.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:14 am
דורך שאלתיאל
מנחם מנדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:54 am https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5171591
זבולון ווייס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:19 am
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 pm איך מיין אז מען דארף ריסטראקשערן די שידוכים פראסעס, בחורים (און מיידלעך) ווייסן היינט וואס זיי זוכן, די טאטע שוין נישט...
ס'איז נאר גאר אינטערסאנט אז ביי די ליטווישע וואס דארט זענען טאקע די הויפט מיינונג ביים שידוך דער בחור און מיידל זעלבסט, און דער בחור איז שוין בא בשנים מיט א דעה צלולה, און איז שוין ארויסגעגאנגען כמה פעמים מיט די מדוברת צו מאכן זיכער אז זי איז טאקע די זאך, וואלט דאך דארט די גיטין ראטע געברויכט צו זיין אסאך נידריגער. און למעשה איז פארקערט... וואס איז פשט דערפון?

יעצט לאמיר גיין נאך ווייטער, ביי די נאך שוואכערע אידן וואס דארט איז מען שוין אסאך מער עוסק אין שידוכים און טאקע אליינס אן די עלטערן, איז די גיטין ראטע נאך העכער, און ביי להבדיל אלף אלפי הבדלות די גוים, וואס דארט האבן די עלטערן קיין שום ווארט ביי די נושא, און זיי האבן שוין בכלל נישט קיין תורה, דארט איז די דיווארס ראטע ממש האר אויפשטעלנדע נומערן, און די שאלה איז, לכאורה וואלט געדארפט זיין קאפויער, פונקט פארקערט. ביי די גוים וואלט מען זיך די ווייניגסטע געדארפט צוטיילן, און ביי די היימיש פרומע חסיד'ישע אידן וואלט חלילה געדארפט זיין די מערסטע, און גאר ביי זיי איז די ווייניגסטע?

נאר דער ענטפער איז, דער ערליכער תורה'דיגער פרומער וועג איז דאס מערסטע פארזיכערט ווי סיי וועלכער וועג אין די וועלט. פינטל.

די גיטין העכערונג איז הויפטזעכליך צוליב מאנגל אין מדות, צוליב דעם גרויסן פזרנות, צוליב די באקוועמליכקייט פון דור, וישמן ישורון ויבעט. גארנישט עפעס אנדערש.

און זיכער, עלטערן דארפן קענען פארקוקן ביי שידוכים, און זיין אמת'דיג. דאס איז אויך א מדות נושא.
אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם זאגט אויף די תגובה..
איך קען טראכטן פון אנדערע סיבות פארוואס די דיווארס ראטע איז נידעריג ביי אונז אנטקעגן די גויים וואס האבן נישט צו טון מיט מידות, פזרנות אדער בכלל צום עצם מערידזש לייף.

1. אויפשטעלן א משפחה, ברענגען קינדער און אוועקשטעלן דורות איז ביי אונז א רעליגיעזע אידעאל און א וויכטיגע מטרה אין לעבן.
2. זיך גט'ן ליידט פון א שלעכטע סטיגמע און ווערט פארעכנט אלץ א פלעק דורך די געזעלשאפט.
3. ע"פ רוב איז שוין דא קינדער וואס מאכט שווערער דאס גאנצע פראצעדור.

דאס זענען חיצוניות'דיגע סיבות פארוואס א היימישע אינגערמאן זאל פראבירן אנהאלטן זיין מערידזש מיט כוח און זיך נישט גט'ן כאטש ס'טויג נישט. די סיבות זענען נישטא אין די אלגעמיינע סעקולאר גאס

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:42 pm
דורך היימלינד
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 am
ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען,
און וואס איז דעמאלטס האט מען געהאט די זעלבע שאיפות נאר שפעטער זיך געטוישט - דאס איז די מציאות ביי א גרויסע פראצענט פעלער פון אום צופרידענהייט

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:43 pm
דורך Visionary
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:42 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 am
ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען,
און וואס איז דעמאלטס האט מען געהאט די זעלבע שאיפות נאר שפעטער זיך געטוישט - דאס איז די מציאות ביי א גרויסע פראצענט פעלער פון אום צופרידענהייט
מען זעט נישט גארנישט לגבי שאיפות און מידות. מענטשן זענען at their best behavior ווען זיי גייען ארויס מיט א דעיט. די איינציגסטע זאך וואס מען קען זען בעסער איז די קאמיוניעקעישאן איינער מיטן אנדערן.

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:50 pm
דורך היימלינד
נו, ביזטו אויך מסכים אז דעיטן איז נישט די ישועה לגבי די פראבלעם מיט רוחניות'דיגע חילוקים נאכדעם

Re:

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:02 pm
דורך Visionary
איך זאג אז עס קען העלפן לגבי קאמיוניקעישאן, און פאר דעם איז דאס יא בייהילפיג. לגבי די אנדערע זאכן איז דאס גארנישט ווערד.
אויך איז דאס גוט לגבי די חתן און כלה זאלן זיין קאמפערטבל איינער מיטן צווייטער, א זאך וואס געשעט נישט נאר מיט בישאוס.

Re: Re:

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 9:08 am
דורך מילך טראק
א גוט יאר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:01 am
איך כאפ נישט,
פון ווי דארף מיין ווייב וויסן אז ס'דא א וועבסייט קאווע שטיבל?
און אויב ווייסט זי יא, פארוואס זאל עס איר שטערן?
זי ווייסט אז איך בין אויף אייוועלט, איך בין טאקע דארט! זי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.
מיין ווייב ווייסט אויך אז איך פארברענג אויף יוטוב, ס'גייט איר נישט אן.
אויב גיי איך נישט מיטטיילן מיט איר פינקטלעך וועלכע ווידיא איך קוק, דאן הייסט דאס אז איך באהאלט עפעס פון איר???
ווער זאגט אז זי ווייסט האט געסאנט אז די באהאלטס עפעס פון איהר

Re: Re:

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 9:17 am
דורך מילך טראק
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:42 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 am
ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען,
און וואס איז דעמאלטס האט מען געהאט די זעלבע שאיפות נאר שפעטער זיך געטוישט - דאס איז די מציאות ביי א גרויסע פראצענט פעלער פון אום צופרידענהייט
ממילא זאל מען זיך נישט נאכפרעגן??

איינער גייט דיר זאגן קויף א הויז אהן עס זעהן ווייל אפילו די האסט עס נישט ליב וועסטו זיך צוגעוויינען, און קויף נישט עפעס וואס די האסט ליב ווייל מיט די צייט קען זיין וועסטו טוישען דיין מיינונג,

מענטשן טראכטן אזעלעכע שטותים נאר זיך צו פארטיידיגן,

Re:

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 11:54 am
דורך היימלינד
אוודאי זאל מען זיך נאכפרעגן! אלל איי סעד איז אז דעיטן וועט נישט העלפן אויף "דעם".

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
א ביסל יא: ווייל אויב א מענטש שטעלט אן א פנים. ער/זי שטעלט זיך אהער אלס איינע/ר וואס זיי זענען נישט. קען עס געלונגען צו פאפן די אנדערע מענטשן 1 מאל אדער 2 מאל. סוכ"ס קומט ארויס די ריכטיגע פערסאנאליטי. אמאל אויב איינער איז א כעסן. קען ער זיך איינהאלטן אמאל. נאר ס'קען זיין א מצב וואס ער האט זיך נישט געראכטן. און דאמאלס קומט ארויס זיין אמת'ע פערסאנאליטי. אדער אויב איינער איז א קארגער. דאס איז טאקע נאך שווערער צו פארדעקן. נאר אמאל קומט עס ארויס. צוריקדרייען קענמען שוין נישט.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 12:14 am
דורך דערהויבענע איד
שאלתיאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:14 am
מנחם מנדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:54 am https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5171591
זבולון ווייס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:19 am
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 pm איך מיין אז מען דארף ריסטראקשערן די שידוכים פראסעס, בחורים (און מיידלעך) ווייסן היינט וואס זיי זוכן, די טאטע שוין נישט...
אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם זאגט אויף די תגובה..
איך קען טראכטן פון אנדערע סיבות פארוואס די דיווארס ראטע איז נידעריג ביי אונז אנטקעגן די גויים וואס האבן נישט צו טון מיט מידות, פזרנות אדער בכלל צום עצם מערידזש לייף.

1. אויפשטעלן א משפחה, ברענגען קינדער און אוועקשטעלן דורות איז ביי אונז א רעליגיעזע אידעאל און א וויכטיגע מטרה אין לעבן.
2. זיך גט'ן ליידט פון א שלעכטע סטיגמע און ווערט פארעכנט אלץ א פלעק דורך די געזעלשאפט.
3. ע"פ רוב איז שוין דא קינדער וואס מאכט שווערער דאס גאנצע פראצעדור.

דאס זענען חיצוניות'דיגע סיבות פארוואס א היימישע אינגערמאן זאל פראבירן אנהאלטן זיין מערידזש מיט כוח און זיך נישט גט'ן כאטש ס'טויג נישט. די סיבות זענען נישטא אין די אלגעמיינע סעקולאר גאס
4. געלט האבן ביידע צוזאמען, און נישט אז יעדער ארבעט פאר זיך און פלאצט פאר קנאה אויפן שותף.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 5:03 pm
דורך צוויי
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.

פארשטייצעך די טאטע מאמע וועלן זאגן עס איז דיין באשלוס...
אבער די בחור ווייסט גאנץ קלאר אז ער האט גאנץ א קנאפע ווארט דא ווי כאילו עס איז נישט זיין לעבנ'ס באשלוס...

וויאזוי גייט די ווערטעל, א טאטע מאמע שטיפן אריין דעם בחור'ל אין קאר צום בעשוי, דער בחור פרעגט , טאטי ווי גייט מען? נאכאיינמאל די פרעגסט קומסטע נישט מיט ענטפערט די טאטע מיט רעגעניש...

אין די וועג וויאזוי מען טוט עס איז קודם מיט ברעינוואזשינג פין די מאמע, אז דאס איז די בעסטע מיידל פין בית רחל, אבער מאמי זי איז נישט אזוי שיין זי איז אביסל גראב... די ביסט אינגאנצען משוגע וואס ווייסטו א תמימות'דיגע בחור'ל וואס שיין מיינט... ביסט נאריש דאס איז דאך די בעסטע שידוך..
פארשטייצעך אויפן וועג צום בעשוי רופט שוין די מאמע אלע קאנטרי פרענדס אז זי טוט א שידוך מיט טראני גאלדבערגער...

אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.
די מעשה איז פשוט מוציא שם רע.
ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי. מ'פרובירט צו געבן די קינד די ישוב הדעת איבערצושלאפן, צו קענען ענטפערן מיט א קלארקייט יא אדער ניין, און מ'זאגט נאך נישט קיינעם פארדעם אז מ'טוט א שידוך מיט יענעם און יענעם היינט נאכט...
אויב איז יא דא ביי געוויסע וואס מ'פירט זיך אזוי, זענען זיי עתיד ליתן את הדין

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 8:44 am
דורך יענקעל ג
צוויי האט געשריבן: ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי. מ'פרובירט צו געבן די קינד די ישוב הדעת איבערצושלאפן, צו קענען ענטפערן מיט א קלארקייט יא אדער ניין, און מ'זאגט נאך נישט קיינעם פארדעם אז מ'טוט א שידוך מיט יענעם און יענעם היינט נאכט...
אויב איז יא דא ביי געוויסע וואס מ'פירט זיך אזוי, זענען זיי עתיד ליתן את הדין

רוב מאל איז גראד נאך א ערשטע בעשוי.

איך האב געזאגט פאר מיינע עלטערן איך ווייס נישט גארנישט און איך פארלאז זיך אויף זיי, און עס איז דא אסאך אזוי.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 2:36 pm
דורך דערהויבענע איד
צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:03 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.
די מעשה איז פשוט מוציא שם רע.
ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי. מ'פרובירט צו געבן די קינד די ישוב הדעת איבערצושלאפן, צו קענען ענטפערן מיט א קלארקייט יא אדער ניין, און מ'זאגט נאך נישט קיינעם פארדעם אז מ'טוט א שידוך מיט יענעם און יענעם היינט נאכט...

מורא'דיגע 'ישוב הדעת'...מיט א מענטש וואס ער האט זיך געטראפן פאר א קנאפע שעה, געבט מען אים א גאנצע נאכט איבערצושלאפן...און ער דארף נאך שלאפן יענע נאכט...

'קיינער' ווייסט נאכנישט, חוץ די זיידע באבע שטייצעך, געשוויסטער, און די חברים פון ישיבה וואס ווייסן ער פעלט שוין פאר 5 שעה...יעצט גיי זאג ניין

אויב איז יא דא ביי געוויסע וואס מ'פירט זיך אזוי, זענען זיי עתיד ליתן את הדין

אהא

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 4:44 pm
דורך מנחם מנדל
צוויי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:03 pm
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.

פארשטייצעך די טאטע מאמע וועלן זאגן עס איז דיין באשלוס...
אבער די בחור ווייסט גאנץ קלאר אז ער האט גאנץ א קנאפע ווארט דא ווי כאילו עס איז נישט זיין לעבנ'ס באשלוס...

וויאזוי גייט די ווערטעל, א טאטע מאמע שטיפן אריין דעם בחור'ל אין קאר צום בעשוי, דער בחור פרעגט , טאטי ווי גייט מען? נאכאיינמאל די פרעגסט קומסטע נישט מיט ענטפערט די טאטע מיט רעגעניש...

אין די וועג וויאזוי מען טוט עס איז קודם מיט ברעינוואזשינג פין די מאמע, אז דאס איז די בעסטע מיידל פין בית רחל, אבער מאמי זי איז נישט אזוי שיין זי איז אביסל גראב... די ביסט אינגאנצען משוגע וואס ווייסטו א תמימות'דיגע בחור'ל וואס שיין מיינט... ביסט נאריש דאס איז דאך די בעסטע שידוך..
פארשטייצעך אויפן וועג צום בעשוי רופט שוין די מאמע אלע קאנטרי פרענדס אז זי טוט א שידוך מיט טראני גאלדבערגער...

אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.
די מעשה איז פשוט מוציא שם רע.
ווי ווייט איך ווייס איז עס נישט אזוי. מ'פרובירט צו געבן די קינד די ישוב הדעת איבערצושלאפן, צו קענען ענטפערן מיט א קלארקייט יא אדער ניין, און מ'זאגט נאך נישט קיינעם פארדעם אז מ'טוט א שידוך מיט יענעם און יענעם היינט נאכט...
אויב איז יא דא ביי געוויסע וואס מ'פירט זיך אזוי, זענען זיי עתיד ליתן את הדין
"ווי ווייט איך ווייס"

ביטע מאכטס די מינימאלע ריסערטש ביפאר איר שיסט לאטקעס, א דאנק!

איך האב געשריבן מיין אין אסאך פין מיינע חברים'ס פרעזענליכע עקספיריענס, אויב ביי אייך איז פשוט'ע איבערלעבענישן "מוציא שם רע"... דאן קען איך אייך נישט העלפן די איינציגסטע עצה מייינער איז, אז איר זאלט אריינשטופן אייער קעפל טיפער אינעם זאמד...

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 6:12 pm
דורך צוויי
איך בין פון זייער א פרומע משפחה, און זייער א פרומע סביבה, און סיי ביי מיר, און ביי וואס איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי מ'פירט זיך ביי מיין טאטע און שווער זז"ג, אזוי אויך בין איך באקאנט געווען מיט א שיינע חלק פון מיינע חברים און קרובים באקאנטע, איז נישט געווען ווי דו האסט געשריבן.
אויב ביי דיר און דיינע חברים איז געווען אנדערש, האב איך פשוט רחמנות אויף דיר, און אז דו קענסט נישט לעבן מיט דיין פרוי וואס די איינציגסטע זאך וואס ענק ביידע זענען ענליך איז אז ענק קענען אידיש, דאן גיי זוך דיר אויף אן אנדערע און לעב לחיים ולשלום.
איין זאך, זיי נישט מוציא לעז אויף די גאנצע קאמיוניטי ווען דאס וואס דו שרייבסט איז נישט אמת אויף די גאנצע קאמיוניטי.
א דאנק.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 6:37 pm
דורך דערהויבענע איד
@צוויי אביסל סענסעטיוויטי צו א צווייטע מענטש וואס מוטשעט זיך מיט עפעס וואס דיך גייט יא גוט.

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 6:42 pm
דורך מנחם מנדל
@צוויי עס פאלט דיר נישט ביי אז נישט יעדע אינגערמאן אפילו דיינע גאר נאנטע קרובים גייען מיטיילן מיט דיר זייער אינערליכע רילעישאנשיפ מיט זייער ווייב?
אונזער קאמיוניטי איז גאר גוט אין פעיקן...
מיינע נאנטע ווייסן אויכעט נישט פונקטליך אלע דעטאלן פין מיין מערידזש... עס קען גאר זיין אז איך בין איינע פין דיינע באקאנטע וואס די שרייבסט דא אז זיי האבן די בעסטע שלום בית... :lol:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 7:40 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:42 pm @צוויי עס פאלט דיר נישט ביי אז נישט יעדע אינגערמאן אפילו דיינע גאר נאנטע קרובים גייען מיטיילן מיט דיר זייער אינערליכע רילעישאנשיפ מיט זייער ווייב?
אונזער קאמיוניטי איז גאר גוט אין פעיקן...
מיינע נאנטע ווייסן אויכעט נישט פונקטליך אלע דעטאלן פין מיין מערידזש... עס קען גאר זיין אז איך בין איינע פין דיינע באקאנטע וואס די שרייבסט דא אז זיי האבן די בעסטע שלום בית... :lol:

נישט פלעין...!

כ׳קען פון דער נאנט א אינגערמאן וואס דאס וואס גייט פאר ביי אים אין שטוב ווילסטו נישט וויסן. גלייב מיר, אז דו ווילסט נישט.

און פונדרויסען סאוינט ער ווי אזא געלונגענע מענטש, קיינער וואלט נישט געגלייבט אז ער האט העווי העווי שלום בית אישוס...!!

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 7:54 pm
דורך צוויי
מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:42 pm @צוויי עס פאלט דיר נישט ביי אז נישט יעדע אינגערמאן אפילו דיינע גאר נאנטע קרובים גייען מיטיילן מיט דיר זייער אינערליכע רילעישאנשיפ מיט זייער ווייב?
אונזער קאמיוניטי איז גאר גוט אין פעיקן...

גראדע קען איך זייער גוט זעהן ווער פון מיינע שוואגער'ס האבן עכטע גאנץ גוטע שלום בית, און ווער ס'איז אזוי איי איי איי,
איך בין גאנץ א גוטע מבין צו שמעקן די זאכן,

איך האב אבער נישט גערעדט פון שלום בית, איך האב גערעדט פון די מוציא שם רע אז ביי 'אלע' חסידישע אידן קוקט אויס א בעשוי ווי אויבן דערמאנט,

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2024 10:43 pm
דורך מילך טראק
צוויי האט געשריבן: גראדע קען איך זייער גוט זעהן ווער פון מיינע שוואגער'ס האבן עכטע גאנץ גוטע שלום בית, און ווער ס'איז אזוי איי איי איי,
איך בין גאנץ א גוטע מבין צו שמעקן די זאכן,

מיינסט צו זאגן דו ביסט א גוטער מבין צו זעהן ווער עס פראבירט צו ווייזן ער האט שלום בית און ווער עס פראבירט ניטאמאל...

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2024 2:11 am
דורך ארגענטינע
צום קעפל:
ליידער ליידער יא.

ביז דערווייל קוקט נישט אויס ווי מען קען עפעס טון דערצו,
אפשר אין די נעקסטע גלגול.