קורקלענד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 2:35 pmהאמיר דא א ניק ממש א שטיק אמת וואס היט זיך אזוי שטארק אפ פון ח''ו א שמץ של שקר. אבער האט נישט קיין שום פראבלעם מיטן באשמוצן און און פארשמירן א צוויטע איד אן קיין שום לאגיק, נאר בלויז מיט א גאנצע מגילה פון מה מצינו'ס, גזירה שווה, גוד אחית, און דופן עקימה פון וויאזוי ס'לייגט זיך פאטענציאל אויפן שכל אז יענער איז מן הסתם זיכער אויך שולדיג....
און מיט די זעלבע פשעטל ניצנדיק אט די זעלביגע מעטאדן, פיל איך אויך גאנץ קאנפידענט צו זאגן אז מן הסתם אונטער דיין אנדערע גרויסע 'ברענד נעים ניק' קענסטו נישט אנעמען אז די וועלט האט א גאט פשוט ווייל ס'איז נישטא גענוג קלארקייט! אבער דא האסטו אלעס קליפ און קלאר אויפגעבויט אין דעטאל אין א גאנצע בנין פון קארטלעך! הצלחה.
יא איך פראביר צו זיין אן איש אמת, און נישט ווייל איך האב גענומען די פסוק פון מדבר שקר תרחק פאר א ספעציעלע מדה, נאר ס'איז פשוט שכל'דיג אזוי צו טון. דער אמת איז די זאך מיט וואס דארף צו פירן די מענטש סיי מיט וואס ער טוט און סיי מיט די דעסידזשנס וואס ער מאכט אין לעבן אז נישט לעבט ער אין א פשוטע טעות.
אן קיין לאגיק זאגסטו? די גאנצע ארטיקל איז מסביר מיט לאגיק פארוואס די מעשה קען יא מאכן סענס. נישט "קליפ און קלאר" אז ס'מאכט "נישט" קיין סענס, ווי ענק אלע האבן צוזאמען געשריגן ווי אין א כאאר.
אם ווערי סארי אז לאגיק איז דיר שווער אויפצוכאפן און עס זעט דיר אויס ווי א דופן עקומה. אז דו האסט געהאלטן אז עס שטימט נישט לאגיש וואלסטו זיך געקענט דארטן אנרופן און אפווענדן וואס איז האב דארטן געשריבן, אזוי ווי אנדערע האבן טאקע פראבירט. איך האב דורכגעבליקט די אשכול און איך זע נישט קיין תגובות פון דיר. יענע אשכול איז שוין פארשפארט, אבער אז דו האסט וואס צו זאגן שכל'דיג און סברה'דיג קענסטו רואיג שרייבן דא. סתם פיסטע לויזנגען קענסטו אוועקלייגן פאר ווען דו שרייסט אויף דיין ווייב.
און איך פארשטיי נישט וויאזוי דו שעמסט זיך נישט איבערצושרייבן די שקר "מן הסתם 'זיכער' אויך שולדיג" כאילו איך האב גערעדט מיט א וודאית.
דו האסט געשריבן פריער אז דו האסט איבערגעליינט די אשכול און דו נעמסט נישט אראפ דיין לייק אפילו ס'איז שקר, דו האסט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט שקר ווילאנג עס שטופט דיין אגענדע.
ועל הכלל כלו יצא מיטן 2020 אלעקשנס וואס דו האלסט איז גע'גנב'עט, ועוד נארישקייטן וואס דו גלייבסט דערין. אמת און לאגיק איז דיר בכלל נישט אינטערסאנט, דער עיקר דו האסט ליב די מסקנא, און דאן בויסטו שוין סברות נישט קיין נפק"מ אויב ס'איז מופרך, נאריש, שקר, אדער גאר אלע אינאיינעם.