בלאט 4 פון 4

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 4:58 pm
דורך me smart
קורקלענד האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 2:35 pm
me smart האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:51 pm
קורקלענד האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:49 pm איבער געליינט דער גאנצע געלינקטע רענט. זייער גוט געשריבן באריכות, זיך שיין מסביר געווען, אבער אינגאנצן נישט קאנווינסינג. מיין לייק קען רואיגערהייט בלייבן אין פלאץ.
קענסט ווייטער האלטן וואס דו ווילסט, ווי געשריבן זיך איך דיר בכלל נישט צו איבערצייגן. נאר וואס יא, דו האסט געלייקט א תגובה וואס איז א שקר. ער באשולדיגט מיר מיטן שרייבן עפעס וואס איך האב 'נישט' געשריבן.
האמיר דא א ניק ממש א שטיק אמת וואס היט זיך אזוי שטארק אפ פון ח''ו א שמץ של שקר. אבער האט נישט קיין שום פראבלעם מיטן באשמוצן און און פארשמירן א צוויטע איד אן קיין שום לאגיק, נאר בלויז מיט א גאנצע מגילה פון מה מצינו'ס, גזירה שווה, גוד אחית, און דופן עקימה פון וויאזוי ס'לייגט זיך פאטענציאל אויפן שכל אז יענער איז מן הסתם זיכער אויך שולדיג....

און מיט די זעלבע פשעטל ניצנדיק אט די זעלביגע מעטאדן, פיל איך אויך גאנץ קאנפידענט צו זאגן אז מן הסתם אונטער דיין אנדערע גרויסע 'ברענד נעים ניק' קענסטו נישט אנעמען אז די וועלט האט א גאט פשוט ווייל ס'איז נישטא גענוג קלארקייט! אבער דא האסטו אלעס קליפ און קלאר אויפגעבויט אין דעטאל אין א גאנצע בנין פון קארטלעך! הצלחה.

יא איך פראביר צו זיין אן איש אמת, און נישט ווייל איך האב גענומען די פסוק פון מדבר שקר תרחק פאר א ספעציעלע מדה, נאר ס'איז פשוט שכל'דיג אזוי צו טון. דער אמת איז די זאך מיט וואס דארף צו פירן די מענטש סיי מיט וואס ער טוט און סיי מיט די דעסידזשנס וואס ער מאכט אין לעבן אז נישט לעבט ער אין א פשוטע טעות.

אן קיין לאגיק זאגסטו? די גאנצע ארטיקל איז מסביר מיט לאגיק פארוואס די מעשה קען יא מאכן סענס. נישט "קליפ און קלאר" אז ס'מאכט "נישט" קיין סענס, ווי ענק אלע האבן צוזאמען געשריגן ווי אין א כאאר.

אם ווערי סארי אז לאגיק איז דיר שווער אויפצוכאפן און עס זעט דיר אויס ווי א דופן עקומה. אז דו האסט געהאלטן אז עס שטימט נישט לאגיש וואלסטו זיך געקענט דארטן אנרופן און אפווענדן וואס איז האב דארטן געשריבן, אזוי ווי אנדערע האבן טאקע פראבירט. איך האב דורכגעבליקט די אשכול און איך זע נישט קיין תגובות פון דיר. יענע אשכול איז שוין פארשפארט, אבער אז דו האסט וואס צו זאגן שכל'דיג און סברה'דיג קענסטו רואיג שרייבן דא. סתם פיסטע לויזנגען קענסטו אוועקלייגן פאר ווען דו שרייסט אויף דיין ווייב.

און איך פארשטיי נישט וויאזוי דו שעמסט זיך נישט איבערצושרייבן די שקר "מן הסתם 'זיכער' אויך שולדיג" כאילו איך האב גערעדט מיט א וודאית.
דו האסט געשריבן פריער אז דו האסט איבערגעליינט די אשכול און דו נעמסט נישט אראפ דיין לייק אפילו ס'איז שקר, דו האסט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט שקר ווילאנג עס שטופט דיין אגענדע.

ועל הכלל כלו יצא מיטן 2020 אלעקשנס וואס דו האלסט איז גע'גנב'עט, ועוד נארישקייטן וואס דו גלייבסט דערין. אמת און לאגיק איז דיר בכלל נישט אינטערסאנט, דער עיקר דו האסט ליב די מסקנא, און דאן בויסטו שוין סברות נישט קיין נפק"מ אויב ס'איז מופרך, נאריש, שקר, אדער גאר אלע אינאיינעם.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 8:46 pm
דורך מיסטעריע
אינטרעסאנטע זאך, יעדער רעדט ארום צו די מעשה איז געווען אמת אדער נישט, פרעגט אייך נאך ביי די עלטערער סקווירער אדער ראחמיסטריווקער דור, וואס געדענקן איהם פון אמאל.....

אגב פארוואס האט ער צוריק געמופט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע, און ער האט פאר יארן נישט געקענט אריינפארן קיין ארץ ישראל, והמבין יבין וד"ל (די מעשה וואס איך רעדט גייט צוריק א קיימא לן פון 35 יאר אדער אפשר קרוב צו 40 יאר)

אדרבה פרעגט אייך נאך....

משום חשש גילוי וועל איך אוודאי נישט ענטפערן, אבער ס'דא גענוג אנדערע אידן חוץ מיר

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
מסתמא יא: אין ספר קב הישר און ספר חסידים ברענגט מען א סאך אזעלכע מעשיות. איינער האט זיך געמאכט פאר הייליגער חסיד. ער האט א יעדן איינעם געפסל'ט. ווען מ'האט איהם נאכגעקוקט האט מען געזעהן אז ער איז פונקט די פארקערטע פון א צדיק.

דאס איז לגבי דירנפעלד. ביי קרישבסקי איז צדקתו עומדת במקומו. ער האט נאר (געהאט?) די משוגעת פון האקן איבער די סמארטפאונס און טעכנאלאגיע.

ער פיהרט נישט קיין (הייליגע) מערכות אקעגן רבנים און אנדערע.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:45 pm
דורך צפת
וואס הערט זיך אין דעם ענין? - שוין לאנג נישט געהערט עני אפדעיטס.

אויסער דעם, קיינער רעדט נישט דערפון. איז מעגליך אז דאס איז א פשוט'ע רומער וואס איינער האט זיך געוואלט אפרעכענען מיט אים? - קיינער שמועסט נישט דערוועגן און אויסער אויף קאווע שטיבל איז דאס אין ערגעץ נישט געווארן דערמאנט. מעגליך אז דער פותח האשכול האט געהאט א פראבלעם מיט אים, און מחליט געווען אים א באשמיר צו געבן - פארוואס נישט?

נ.ב. דער ישראל משה דירנפעלד, איז אלט, קראנק און שוואך... וואס קען ער שוין טון אין די יעצטיגע מצב?

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:31 am
דורך חמול על מעשיך
צפת האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:45 pm וואס הערט זיך אין דעם ענין? - שוין לאנג נישט געהערט עני אפדעיטס.

קיינער שמועסט נישט דערוועגן און אויסער אויף קאווע שטיבל איז דאס אין ערגעץ נישט געווארן דערמאנט.

ווי ווילסטו מזאל רעדן פון אים, אויף אייוועלט?...

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:02 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א מעשה אין א"י. מען האט א רבי ארעסטירט.....

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:11 pm
דורך נעקסט לעוועל
מנשסתר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:02 pm נאך א מעשה אין א"י. מען האט א רבי ארעסטירט.....
דאס באלאנגט שוין אין היימישע מאלעסטערס אין די נייעס אשכול

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:11 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:02 pm נאך א מעשה אין א"י. מען האט א רבי ארעסטירט.....
וואס, ווען, ווער?. כבין סתם נייגעריג אויב ס'איז דער באקאנטער אדמו"ר (הגדול) וועלכער איז אנטלאפן פון אמעריקע צוליעב מעשים טובים.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
כ' מיין מ'רעדט פון דער זעלבער פערשוין....

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
בארא פארק, עמנואל, גבעת שאול

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:29 pm
דורך נאך א שמויגער
מנשסתר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:23 pm בארא פארק, עמנואל, גבעת שאול
איך מיין ער איז געווען אין בית שמש א שטיק צייט אויכעט.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 11:20 pm
דורך אקטיווע שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:11 pm
מנשסתר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:02 pm נאך א מעשה אין א"י. מען האט א רבי ארעסטירט.....
וואס, ווען, ווער?. כבין סתם נייגעריג אויב ס'איז דער באקאנטער אדמו"ר (הגדול) וועלכער איז אנטלאפן פון אמעריקע צוליעב מעשים טובים.
נאמען ביטע??

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 9:33 am
דורך [NAMELESS]
איך האב מורא פון תקנות השטיבל.....

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 10:13 am
דורך yesiknow
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 9:33 am איך האב מורא פון תקנות השטיבל.....
הלואי שיהיה מורא שמים עליכם כמורא המנהל...

די עיקר איז די מעשה ,קענסט לייגען וועלכע נאמען די ווילסט עס מאכט נישט קיין גרויסע חילוק

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 11:36 am
דורך צפת
ס'קוקט מיר אויס אז די מעשה פון דער פותח האשכול איז שקר גמור, קיינער רעדט נישט וועגן דעם.

וואס איז מיט שפיכת-דמים? - וואס איז מיט זיינע קינדער און משפחה וואס ליינען דא? - וואס איז מיט הוצאת שם-רע?

דאס אלעס איז מותר?

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:00 pm
דורך מיסטעריע
צו די מעשה פונעם פותח האשכול איז אמת ווייס איך נישט, אבער איך געדענק איהם פון מיינע אינגע יארן, און איך האב שוין מרמז געווען מיט א תגובה עטליכע וואכן צוריק.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 12:40 am
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 9:33 am איך האב מורא פון תקנות השטיבל.....
כאטש ער איז שוין געווען אין די נייעס. אין א"י זיכער.

Re: לוחם מלחמות השם; א מנובל!?!

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 12:52 am
דורך בא גד
צפת האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 11:36 am ס'קוקט מיר אויס אז די מעשה פון דער פותח האשכול איז שקר גמור, קיינער רעדט נישט וועגן דעם.

וואס איז מיט שפיכת-דמים? - וואס איז מיט זיינע קינדער און משפחה וואס ליינען דא? - וואס איז מיט הוצאת שם-רע?

דאס אלעס איז מותר?
מרחם על אכזר?
כהאף אז ער האט שכל צו תשובה טאן
ווייל אלע יסורים שבעולם איז נישט גענוג צו מכפר זיין אויף זיין לאנגע קייט פון זיין אכזריות קעגן אומשולדיגע אידן