בלאט 4 פון 10

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:00 pm
דורך מסכת גירושין
איך געדענק ערגעץ לערנען אז די דיני הרחקה ביי א נדה איז נאר נוגע פאר איר מאן. דהיינו א פרעמדע מענטש וואס איז נישט איר מאן טאר נאר נישט וואוינען מיט א נדה, אבער די דיני הרחקה ווי איבערגעבן וכדו' איז נאר אסור דווקא פאר איר מאן.
איך האף אז איינע פון די גאונים דא וועלן מיר קענען ווייזן א מראה מקום צו דעם, אדער אויפווייזן פארקערט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:08 pm
דורך כוכב
ופשוט הוא.
חו"נ בדרך חיבה איז אויך אסור, אבער די אלע דיני הרחקה פון איבערגעבן, עסן צוזאמען וכו' איז דייקא פאר'ן מאן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:09 pm
דורך מסכת גירושין
כוכב האט געשריבן:ופשוט הוא.
חו"נ בדרך חיבה איז אויך אסור, אבער די אלע דיני הרחקה פון איבערגעבן, עסן צוזאמען וכו' איז דייקא פאר'ן מאן.

מקור? און וואס טוט זיך מיט נגיעה שלא בדרך חו"נ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:26 pm
דורך כוכב

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 9:50 am
דורך יהושע חיים
מן התורה מן הסתם איז נישט דא קיין נפקא מינה און אלע הרחקות וואס איז אסור מן התורה איז אסור ביי יעדר נדה סיי די אייגענע ווייב אדער א פרעמדע מיידל
אבער די הרחקות וואס עס איז ציגעלייגט פון ראשונים זעהט מען פון טייל אז זיי האבן עס נאר מתקן געווען בין איש לאשתו
שלאפן בק"ב און אפילו מיט בגדים=נישט קיין נפ"מ
נגיעה שלא בדרך חיבה=מחלוקת אויב עס גייט אהן ביי פרעמדע נשים (אבער גדולי אחרונים זאגן אז אפילו לויט די מקילים שלא בדרך חיבה קען זייער שנעל ווערן בדרך חיבה על כן אסרן זיי אפילו שלא כדרך חיבה אבער פון דעם האבן טייל אחרונים פוןדעם לעצטן דור מתיר געווען א הענ"ד שעי"ק וואס דאס איז זיכער נישט בדרך חיבה נאר בדרך נימוס)

תם ולא נשלם

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:26 pm
דורך כוכב
חזון איש האלט אז הענד שעיק איז דרך חיבה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:53 pm
דורך סימפל
ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:29 pm
דורך ראש הישיבה
דאס איז תלוי אויב דו האלטסט אז הערן מיוזיק פון א טעיפ/סידי הייסט הערן מוזיק, בנוגע ספירה/דריי וואכן.
אויב הייסט עס נישט לגבי מוזיק, קען זיין אז עס הייסט נישט לגבי העקן פסוקים.
שוב חשבתי, אז דא איז למעשה דא הרהור דברי תורה במקומות המטונפים וואס מען טאר נישט.
אבער דער אמת איז, מעולם לא שמעתי אז אויב איינער איז אין בית הכסא, לעבן ווי מען זינגט פסוקים, אז ער דארף שטאפן די אוירן!

ואפשר לומר, כמו ששמעתי בימי בחרותי, אז עס איז געווען אזעלערע וואס האבן באקומען א היתר צו הערן פלעיס אין די דריי וואכן. איי ס'איז דא מוזיק אויף די דעם? נאר די היתר איז אז מען הערט נישט צו צי די מוזיק, מען הערט צו צי די פלעי, די מוזיק איז דרך אגב. קען זיין אז דא אויכעט, מען הערט צו צי די מוזיק מיט די זינגער און נישט די פסוקים, ולכן נראה לי, דהמקיל יש לו על מי לסמוך, והמחמיר תבא עליו ברכה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:53 pm
דורך איך אויך
דערמאנסט מיר א בחור אין ירושלים האט אמאל געפרעגט א שאלה פון א דיין אויב ער מעג אריינעמען אין ביהכ''ס בילדער פון זיין רבי אדער עס דארף שתי כיסוים ,זאגט ער דער דיין מה דאך דער רבי אליינס גייט אין ביהכ''ס מעגסטו זיכער נעמען נאר א בילד פון עם. והה''ד בנידן דידן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:32 pm
דורך אויסגערוט
סימפל האט געשריבן:ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

אויב זיצט מען אין ביהכ לעבן ביהמד און איינער לערנט אינדרויסן איז יענער א מסייע לידי עוברי עבירה??

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:41 pm
דורך יין שרף
סימפל האט געשריבן:ווייסט איינער פון די תלמידי חכמים דא, צו עס איז דא פראבלעם פון הערן אידישע מוזיק (פסוקים) אין בית הכסא?

ראיתי מאת הגר״ח קניבסקי שראוי להחמיר אבל אינו אסור, רק לא יעמיק ויעיין בהפסוקים ומאמרי חז״ל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:00 pm
דורך יהושע חיים
מען טאר נישט זינגען פסוקים סתם אזוי דער היתר קומט אויס פון פוסקים אז מען מעג הערן ווען עס איז לשבח הבורא ברוך הוא אדער עס ברענגט צו יראת שמים
און בית הכבוד איז נישט דער פלאץ זיך אויסצוגעבן די שבח והודי' פארן אויבערשטער
יעצט אפשר קען מען דן זיין אויב דער איסור גייט נאר אן אויף דער וואס זינגט און דא זינגט א מאשין (חפצא) נאר עס ליגט מיר און קאפ אז מונקאטשער רב שרייבט און א תשובה לגבי שם שמים לבטלה אז אפ' עס איז נישט קיין מענטש איז עס אויך אסור
(כ'וועל פראבירן נאכצוקוקן)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:27 pm
דורך יהושע חיים
אגרות משה (יו"ד חלק א' סימן קע"ג) אסר'ט אלס הרהר (אבער ער איז נישט אזוי פרייליך מיט די גאנצע פסוקים ניגונים עי"ש)
ועיין עוד בציץ אליעזר בארוכות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:33 am
דורך קאווע טרינקער
איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:53 am
דורך מאטי
ווענד זיך ווי אלט דיינע אינגלך זענען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

סליחות זאגן איז נישט קיין הלכה, ס'איז א מנהג (מזמן הגאונים) וואס ווערט געברענגט אין שו"ע.

יעצט איז די שאלה אויב האלטן א "מנהג" איז א "חיוב", אדער נישט מער ווי א דבר טוב. עיין (בפשטות משמעות הפוסקים איז די פראבלעם פון "נדר" נאר שייך ביי א מנהג שנהגו מחמת סייג לדבר האסור וכדומה, נישט ביי עפעס וואס לכתחילה האט זיך נישט איינגעפירט נאר ווי א הנהגה טובה. וכן "נוהגין")

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:33 pm
דורך מאטי
אויפן צד אז "מנהג" איז א חיוב, דאן וואס איז די נפק"מ צווישן "הלכה" און "מנהג". חוץ די לעבעל פארשטייט זיך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
מאטי האט געשריבן:אויפן צד אז "מנהג" איז א חיוב, דאן וואס איז די נפק"מ צווישן "הלכה" און "מנהג". חוץ די לעבעל פארשטייט זיך.

אסאך חילוקים. מנהג שנתייסד שלא על פי גדולים, עקירת מקום, מנהג טעות, גרים (ובעלי תשובות), מנהג מקום שהלך משם ודעתו להשתקע. און נאך א גאנצע רייע.

ס'איז אבער נישט נוגע ווען די מדובר איז פון א "הנגה טובה" מנהג כמבואר. והא ראיה כמעט אלע הנהגות טובות פון די לעצטע טויזענט יאר איז שוין צענדליגע מאל נשתנה געווארן על פי גדולים וחכמים ולא פקפק אדם מעולם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:50 pm
דורך קדש הילולים
קאווע טרינקער האט געשריבן:איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?

אויב מען האט געזינדיגט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:27 pm
דורך פרייוויליג
האט עמיצער שוין געהערט פון הרב דב טברדוביץ? איך האב מיך אנגעשטויסן אין הלכת נדה פון דעם רב, וואו ער זאגט צווישן אנדערע א אינטערסאנטע הלכה וואס מען האט אונז קיינמאל נישט געזאגט, און איך בין נייגעריג אויב ער האט א מקור, און ווער דאס איז, ער שרייבט: בשעת הדחק, כגון להרים יחד עגלה עם תינוק ישן כדי שלא יתעורר - רוב הפוסקים מתירים [אם אין אפשרות שאחד ירים את העגלה, או שאם האחד ירים יגרום שיתעורר התינוק].

היות איך פאר אוועק און עס איז מיר נוגע די שאלה, און פארשטייט זיך ווען צוויי מענטשן זענען אויפן פליגער, קומט מער אויס די שעת הדחק פון מוזן איבערגעבן, וויל איך וויסן כדת מה לעשות.

יישר כוחכם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
אויף 'איבערגעבן' פון איינעם צום צווייטן איז נישט דא קיין היתר, כמפורש בש"ע (קצ"ה ס"ב). די היתר (איך ווייס נישט ווער די אוסרים זענען) איז אויף 'אויפהייבן' עפעס צוזאמען, למשל רוקן א טיש אדער א שווערע באקס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:04 pm
דורך געפילטע פיש
הרמת משאות כבדים ביחד:

אגרו"מ (יו"ד ח"ב, סי' עה) כתב להחמיר שלא להרים עם אשתו נדה משא כבד, וגם לא לדחוף ביחד מטה ושאר כלים כבדים. וכ"פ בבדה"ש (סקכ"ו).

ובציץ אליעזר (ח"ב סי' נח) מתיר לקחת ביחד עגלת תינוק, בתנאי שיזהרו שלא יגעו זה בזה תוך כדי נדנוד העגלה, וזאת כיון שבעצם אין כאן חשש מיד ליד, אלא לכל היותר כישיבה על ספסל אחד, ואין זה דרך חיבה,
אלא מילוי חובת העזרה. ומ"מ כתב שראוי לקבל עליו חומרא, שילבש כפפות להיכרא.

וגם בדרכי טהרה מתיר בעגלת תינוק ובדברים כיוצ"ב. וכ"פ להתיר בטה"ב (עמ' פט), שיש להקל במקום הצורך ולסמוך על דעת המקילים בדין זה (הרמב"ם).

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:07 pm
דורך גנדי
מיין דיין האט אויך מתיר געווען בדוחק ביי זיין הלכות נדה שיעור.