בלאט 4 פון 4
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:56 pm
דורך דולה ומשקה
מאדענע ביז גאר די פרויען ביי חתונות גייען מיט גלאנצעדיגער קליידער, ווי די בריסטן זענען בולט באופן מיוחד. ווען זי זאל נאר אזוי כסדר ארום גיין...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:09 am
דורך קאסטנער
איך זעה א אשכול מיט א קעפל הלכות בגדי צניעות,אן איין מאל טראכטן גיב איך א קוועטש מיינע אויגן הייבן אן צי לויפן איבער די שורות
אבער אזא אנטוישונג בסך הכל שטייט נאכאמאל אין ווידעראמאל אז סנישט דא קיין הלכות צניעות פינטל.
נא איז די קעפל סתם פארפיריש?..
אה פאלט מיר יעצט איין עפעס א מער פאסיגע קעפל
געזיכט הלכות צניעות
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 7:09 pm
דורך קאסטנער
איז שוין די בארירט געווארן די הלכות פין צניעות אינדערהיים??
ווי איך פארשטיי אז צניעות איז געמאכט כלפי אנדערע מענער דאן איז נישט דא קיין שום ענין אינדערהיים צי גיין ביצניעות, סאיז פינקט ווי אינער זאל שאקלען לולב אין פסח, איז עס אזוי??!
אין אויב איז עס אמת פארוואס פארקויפט מען פאר די מיידלעך אין סקול אז צניעות גייט אן אינדערהיים?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 5:45 pm
דורך מי אני
יאנקל האט געשריבן:דאס איז אבער יא אמת אז [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אבסעסיע מיט ברוסטן ווערט באטראכט ווי א פראדוקט פון דער אמעריקאנער (אדער מערב-וועלט) געזעלשאפט, און פלעגט זאגאר אמאל באטראכט ווערן ווי
פאראפיליע. אין געוויסע אנדערע קולטורן האט מען בכלל נישט געשפירט אז ס'איז וויכטיג פאר פרויען צוצודעקן די ברוסטן."
אינטרעסאנט אנצומערקן אז רש״י אין ברכות י: זאגט אז הוד יפיה [של אשה] זענען אירע דדים ע״ש.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 8:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די גאנצע הלכות צניעות איז אויסגעזויגן פון פינגער, היינו טעמא דויואל משה והיינו טעמא דעוז והדר לבושה, ודי בזה.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 8:44 pm
דורך מיימון
דעת יחידאה האט געשריבן:
אינטערעסאנט אז אויף hebrewbooks און אויף אוצר החכמה איז נישט דא די ספר אור המאיר פון דער זיטמערער מגיד אז איך האב עס נישט אין פראנט פון מיר וועל איך שרייבן בערך אויף אידיש און מען קען עס אליינס נאך קוקען, אין פרשת חיי שרה שטייט א מורא'דיגע ענין וועגן דער מעזריטשער מגיד אז ער איז געווען א מלמד און עס איז אריין געקומען א פרוי וואס איז געגאנגען ארויס גשטעקט די ברוסט קאסטן און אויף געדעקט ביז די הארץ ווי עס איז געווען דער שטייגער, און וואס דער רבי רבי בער פון מעזריטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי ממאס צו זיין אזא פרוי.
אינטערעסאנט. דא איז דער מקור
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:01 pm
דורך איסר האטלקי
ס'שטייט נישט אז א פרוי איז געקומען, נאר א פרוי א פרוצה איז אזוי געקומען. 'ובא אדון אחד עם פרוצה אחת יפת תואר' וואס איז געגאנגען אזוי אויפגעדעקט 'כמנהגם' - אזוי ווי דער מנהג ביי די 'פרוצות'. ס'איז נישט מוכרח אז אזוי איז געווען דער שטייגער ביי געווענליכע פרויען, מעגליך אז נאר זונות און פרוצות זענען אזוי געגאנגען.
אויך, 'עם מקום הדדין' קען מיינען ארום דעם, אז ס'דערקענט זיך, נישט אז די דדים זענען געווען ממש אפן. גענוי ווי דער שטייגער פון די היינטיגע פרוצות.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:17 pm
דורך מיימון
זי איז נישט געווען א זונה נאר א אשת האדון (גראף, אדער "פריץ" בלשונם, ומזה פרוצה). וואס איז געגאנגען אנגעטון ווי דער סטייל. ביזט אבער גערעכט מיט מקום הדדין, עס קען זיין אז דער אויבערמלבוש איז געווען אויפגעדעקט דער מקום הדדין. ויש (או אין) לעיין בתמונות משנים קדמוניות.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:30 pm
דורך איסר האטלקי
אין ירושלים איז פארהאן א מוזיאם מיט קליידונג פון הונדערטער יארן צוריק. איך בין אמאל דארט געווען און געזען אויסגעשטעלט אור אלטע אידישע כלה קליידער. ס'איז אויפן אמאליגן סטייל אז גראבקייט איז שיין, די כלות פלעגן עסן אסאך כדי צו זיין גענג גראב פאר די ברייטע קליידער.
הכלל, די כלים פאר בריסטן זענען גאר שטארק בולט אויף יענע פארצייטישע קליידער, כ'מיין אז דארט אינעם מוזיאם שטייט צוגעשריבן ביי די קליידער אז ס'איז א פלא אז דאס איז אמאל געווען צניעות'דיג ווען היינט באהאלט מען די בריסטן ביי די צניעות'דיגע קליידער...
Re: הלכות בגדי צניעות
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 11:42 pm
דורך גראף
מיימון האט געשריבן:זי איז נישט געווען א זונה נאר א אשת האדון (גראף, אדער "פריץ" בלשונם, ומזה פרוצה). וואס איז געגאנגען אנגעטון ווי דער סטייל. ביזט אבער גערעכט מיט מקום הדדין, עס קען זיין אז דער אויבערמלבוש איז געווען אויפגעדעקט דער מקום הדדין. ויש (או אין) לעיין בתמונות משנים קדמוניות.
נישט געוועזן מיין פרוצה...
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 10:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאך א פשט האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין אין די פרטים פון יעדע בגד וואס איז יא על פי הלכה און וואס נישט. די פוינט איז, אז היינטיגע גויטע'שע קליידער זענען (כמעט) אלע געמאכט געווארן אויף אן אופן וואס שרייט ארויס 'שכבה עמי'.
עיין מה שכתב בספר בן יהוידע על מאמרם במסכת סוכה דף נב כל הגדול מחברו יצרו גדול ממנו, וז"ל: "י"ל איך נתיישבה דעתו בדברים אלו, דאם הוא יצרו גדול מיצרם של אותם האיש והאשה, הנה גם הוא גדול כוחו מכוחם לשבר ולכפות יצרו, ואמאי הוא שיער בדעתו דלא מצי והם מצו ולא אכפת להו כלל. ונ"ל בס"ד דרמז לו כי השערתו זאת לא היתה מכוונת, כי מחמת שהוא אינו מלומד בכך נראה לו אותו דבר חידוש ולכך שיער בעצמו, אך הם היו מורגלים בכך ולא אכפת להו", ודפח"ח.
ולגבי צניעות הנשים בדורות עברו עיין
כאן.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 11:40 am
דורך מי אני
00CFAC5E-A695-451A-8724-2630481B9AA2.jpeg
אין א בריוו פון דער רוימישע פילאזאף און שרייבער סענעקא [דער אינגערער] צו זיין מאמע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:29 am
דורך פארשטאנד
מי אני האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:דאס איז אבער יא אמת אז [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אבסעסיע מיט ברוסטן ווערט באטראכט ווי א פראדוקט פון דער אמעריקאנער (אדער מערב-וועלט) געזעלשאפט, און פלעגט זאגאר אמאל באטראכט ווערן ווי
פאראפיליע. אין געוויסע אנדערע קולטורן האט מען בכלל נישט געשפירט אז ס'איז וויכטיג פאר פרויען צוצודעקן די ברוסטן."
אינטרעסאנט אנצומערקן אז רש״י אין ברכות י: זאגט אז הוד יפיה [של אשה] זענען אירע דדים ע״ש.
דא איז א בילד פון די "
גאלדן הגדה" פון ארום צוויי הונדערט יאר נאך רש״י, געשריבן אין שפאניע, ווי זיי מאלן אראפ די 'ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התף בידה ותצאן כל הנשים אחריה בתפים ובמחלת'
Golden Hagadah.png
(דאס איז די נאנטסטע וואס איך האב געטראפן צו רש״י'ס צייט און גיאגראפיע ביינאזאם)