בלאט 4 פון 8
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:47 pm
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:איך האב געהערט אז אייזיק האניג איז נישט צופרידן מיט מונה ער האט געוואלט בלייבן מיט לויפער
האסט עס געהערט ערשטע האנט? און איז דא די סיבה פארוואס אייזיק פארזוימט זיך מיטן ארויס געבן זיין לאנג ערווארטעטער טעיפ?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:17 pm
דורך חאצקל
ווען מונה פאלגט מיך, וואלט ער איינמאל פאר אלעמאל ארויס געגעבן א אלבום מיט מארשן און אלטע ניגונים פון יענקל תלמוד א.ד.ג. מיט סטרינגס און קווייער,
פאר די סארט ניגונים איז ער די מערסטע געאייגנט, און מיט דעם איז ער שטארק ווי קיינער קען נישט צו קומען אפילו נאנט צו אים, און דארט קען ער ארויס ווייזן אלעס וואס מ'ערווארטעט פון מונה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:00 pm
דורך חאצקל
אויף אייוועלט האט איינער געעפנט אן אשכול וואו מ'האט געקענט וועלן צווישן מונה לאופר לאם און רובי, און רובא דרובא האבן געוועלט פאר מונה.
אויך אין קאווע שטיבל קוקט אויס אז רוב גייען פאר מונה, און אין אנדערע סייט'ס ווי שלאגער נט וכדו' זענען זייער א סך תגובות אויך זייער פרא מונה ווי ער ווערט כסדר אנגערופן "מלך המוזיקה".
וכאן הבן שואל, אויב איז ער ביים עולם אזא זעלטענער ארעינדזשער, וואלט ער דאך געדארפט זיין אינוואלווט אין כמעט יעדער טעיפ, און דערווייל הערט מען פון אים זייער ווייניג לויט ווי פאפולער ער איז, פארוואס?
ווייסט איינער אן ענטפער?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
מסתמא די פרייז, און ס'איז שווער צוצוקומען צו אים, זייענדיג ביזי.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:53 pm
דורך חאצקל
אויב הערט מען נישט פון אים אזויפיל, דאן מיט וואס איז ער ביזי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:31 pm
דורך חאצקל
איז איינער באקאנט מיט מארשן פון מונה?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:34 pm
דורך חאצקל
אויף פילהרמונה זענען דא א סך מארשן און מוזיק קונסטן, אבער עס פעלט דארט איין זאך, סטרינגס. ביי די אלטע אלבום'ס פון חצרות חסידות זענען דא מארשן און וואלסן מיט סטרינגס. פארגאפט צו ווערן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:57 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:אויף פילהרמונה זענען דא א סך מארשן און מוזיק קונסטן, אבער עס פעלט דארט איין זאך, סטרינגס. ביי די אלטע אלבום'ס פון חצרות חסידות זענען דא מארשן און וואלסן מיט סטרינגס. פארגאפט צו ווערן.
דאס איז זיכער, אז די ארבעט וואס עס ליגט אין די מארשן אויף פילהרמונה 1 איז אין כדוגמתו, די טראמבאונס מיט די בעיס זענען אזוי טיעף און געדרייט און - על כולם - צום זאך, איך האב אריינגעלייגט אסאך שעה׳ן צו טרענסקרייבן די ארעינדזשמענטס פון דעם אלבום פילהר מונה 1, דער גאנצער אלבום איז פיל מיט פאן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:50 pm
דורך חאצקל
אויף פילהרמונה 1 זענען דא א סך שטיקלעך פון יעקל תלמוד וואס צו דעם איז מונה ספעציעל געאייגנט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:54 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:אויף פילהרמונה 1 זענען דא א סך שטיקלעך פון יעקל תלמוד וואס צו דעם איז מונה ספעציעל געאייגנט.
דהיינו?
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:06 pm
דורך חאצקל
איך מיין די אלע מארשן און סימפעניס וכדו'.
מונה איז א פוילישער מבטן ומלידה, און דאס הערט זיך אין זיין מוזיק, ער איז דעריבער ווי געבוירן צו יענקל תלמוד'ס ניגונים .
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:45 pm
דורך חאצקל
משה מונה רוזנבלום השתחרר מצה"ל
משה (מונה) רוזנבלום סיים את תפקידו כמנצח וכמנהל מוסיקאלי במקהלת הרבנות הצבאית. כתב עיבודים לשירים, הפיק וניצח על המקהלה.
פרסום ראשון: כ"ג תשרי תשע"ג, כתב ערוץ 7
לאחר יותר משלושים שנה סיים משה (מונה) רוזנבלום את תפקידו בתחילת אוקטובר כמנצח וכמנהל מוסיקאלי במקהלת הרבנות הצבאית. לערוץ 7 נודע כי המהלך נעשה על-פי החלטת הממונים עליו במטה הרבנות הצבאית.
בשלושים השנים האחרונות הועסק רוזנבלום כאזרח עובד-צה״ל (אע״צ) וליווה את המקהלה בתחום המוסיקאלי שלה. כתב עיבודים לשירים, הפיק תקליטים למקהלה וניצח בפועל על חיילי המקהלה.
רוזנבלום שידר במשך שנים תוכנית פופולארית בימי שישי בערוץ 7 "לכבוד שבת קודש" עד סגירתו של הרדיו ע"י בית המשפט. עדיין ניתן לשמוע את התוכניות כל יום שישי ברדיו שבאינטרנט של הערוץ. בתקופה האחרונה משדר רוזנבלום את התוכנית גם בתחנת הרדיו "קול ברמה".
רוזנבלום וידוע כמלחין ומעבד של שירים חסידיים רבים, ונחשב כיום לאחד מאנשי המקצוע הוותיקים והחשובים בתחום. זכה בשנת 2010 בפרס אקו"ם על מפעל חיים.
גורם המעורה בפרטים אומר כי רוזנבלום נחשב כמנהל המוסיקאלי המיתולוגי של המקהלה, ומספר כי רוזנבלום מוערך מאוד ברבנות הצבאית, "ללא ספק הטביע אחריו חותם ראוי אצל כל החיילים ששירתו במקהלה, לדורותיה".
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:51 pm
דורך חאצקל
אין בחדרי חרדים ווערט שפעקולירט די סיבה פארוואס מ'האט אים אפגעזאגט:
1) מצ"ח חוקרת תלונה לפיה מונה מעולם לא היה בעבודה, הוא למד בכולל כל היום, והחיילים פגשו אותו לזמן קצר ביותר אם בכלל
2) ברבנות הצבאית יש אנטישמים שלא סובלים יהודים עם כיפה שחורה
זה המציאות!
גיי ווייס וועלעכעס סאיז דער אמת...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:41 pm
דורך חאצקל
האלט איינער אז משה גאלדמאן, אברהם פריד, שמואל בראזיל\אביש בראדט, מכאל שניצלער און אלע אנדערע וועלעכע האבן זיך נישט באניצט מיט מונה רוזנבלום, אז זיי האבן שטארק דערלייגט דערמיט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:40 pm
דורך חאצקל
איך האב באמערקט אז משום איזה סיבה איז מונה'ס מוזיק מער געאייגנט צו הערן פארנדיג אינטערוועגנס אין א קאר און אין אנדערע פרייע פאזיציעס, בעת אנדערנס מוזיק איז מער געאייגנט צו הערן אין איינגעצוימטע פאזיציעס ווי אין בעט מיט העטפאונס אדער אין קאך.
האט דאס נאך איינער באמערקט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:04 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב עס נישט באמערקט.
איך האלט נישט אז אברהם האט עפעס דערלייגט. זיינע היינטיגע טעיפס האב איך נישט זייער ליב, און די אלטע זענען משוגע צו ווערן אזוי אויכעט.
פונקט האבעך נעכטן איבערגעהערט Forever one, איך גיי ארויס פון התפעלות סיי פון זיין יונגיטשקע שטימע, און סיי פון די שיינע ערהאבענע ניגונים, און יא, פון די מוזיק. טאקע א אלטע סטיל, אבער מלא חן.
איך דארף נישט בעסער ווי דעם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:44 pm
דורך חאצקל
איך מיין אז אברהם פריד מיט די מוזיק פון משה לאופר און די אמעריקאנער מוזיקאנטן האט ערצייגט פון די געלונגענסטע טעיפ'ס אויף די מארקעט.
דאן פארוואס פארפירט אזוי דער עולם (דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט נאך מער) אז נאר מונה און ווי אויך די ישראלישע רידעם איז דער זאך אין מוזיק?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:31 pm
דורך טעפל
איך מיין דא איז די פלאץ, ס'איז ארויסגעקומען די ווידיאוס פון די הכנות פון די באוואסטע טעיפ משיח....
ווערטער זענען איבעריג..מ'וועט שפעקעלירען שפעטער..
http://shlager.net/article/3843/%D7%9E% ... D7%97.html
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:03 pm
דורך חאצקל
איך קען ליידער נישט צוקומען צו די ווידיאוס. ס'וואלט מיר געווען א גרויסער טובה אויב די וואלסט מיר עס דערליווערט דא! איך חלש עס צו זעהן, ביטע ביטע ביטע!!!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:58 pm
דורך חאצקל
אין מה נישמע איז יעצט ארויף געקומען א הערליכער ווידיאו פון איבער צואונציג יאר צוריק ווי מונה זיצט סוכות מיט א גרופע נגנים און מנגנים בהשתתפות הרב לאו, און פארברענגען אן אנגענעמער און זייער מוזיקאלישער פארברענגען אויף א גאר פראפעשענל סטאנדארט (איך ווייס נישט וויפיל ס'איז צוגעלייגט אדער אראפ גענומען פון דעם ווידיאו).
ס'אשאד נישט צו קוקן, (ס'וועט אייך שאפן אן עונג יו"ט...)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך פרוביר צו שפילן די ווידיאוס, קומט מיר ארויף א מעסעדזש:
This video is private
וואס מיינט דאס?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:37 pm
דורך חאצקל
דו רעדטס פון די ווידיאו פון מה נשמע?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:51 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז דער בילד דארט