בלאט 4 פון 9

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:18 pm
דורך געפילטע פיש
ישובניק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אפטע טעות פון געוויסע שרייבער וועלכע לייגן צו א שטרעכל יעדעס מאל זיי טרעפן אן ן' ביים סוף פון א ווארט, ווי "צום ערשט'ן מאל אין היסטאריע". קוקט דא (דאס איז אויסער די איבריגע טעותים):

כ'האב געזען דעם אנאנס און ס'האט מיר געקאסט א לאך, ווייל איך האב עס געלייענט נאטירליך, אנגעהויבן פונעם קעפל, און ס'האט מיר אויסגעזען ווי ס'קומט דא עפעס גוטע שבת'דיגע נייעס פאר די אידישע מאמע פערזענליך, ברוך שהחיינו... ס'גייט עפעס גרינגער ווערן דאס לעבן, זיך לייכטער צוגרייטן צום שבת, בעסער אויסשלאפן, ווער ווייסט?
מיטאמאל: ווינדלעך!

ברוך שהחיינו, די כשר-אינדוסטריע צעוואקסט זיך. כשר'ע סעלפאנען, כשר'ער אינטערנעט, און יעצט - כשר'ע ווינדלעך. דערלעבט!

ס'האט אויך א פילטער?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:28 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:אגב, ס'שטותים. עס איז דא "כשר'ע" ווינדלען פון א גויאשיע קאמפאני (דאס הייסט אז עס פארמאכט זיך מיט כמו-וועלקרא נישט מיט קלעב) שוין א לאנגע צייט.

פאר נייגעריגקייט, וועלכע גויאישע קאמפאני האט וועלקרא?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:36 pm
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אגב, ס'שטותים. עס איז דא "כשר'ע" ווינדלען פון א גויאשיע קאמפאני (דאס הייסט אז עס פארמאכט זיך מיט כמו-וועלקרא נישט מיט קלעב) שוין א לאנגע צייט.

פאר נייגעריגקייט, וועלכע גויאישע קאמפאני האט וועלקרא?

kirkland

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 2:09 am
דורך John Doe
ס׳פאסט באמת נישט פאר אזא שיינע סטאר.

בילד

בילד

בילד

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 10:14 am
דורך איך אויך
געפילטע פיש האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אפטע טעות פון געוויסע שרייבער וועלכע לייגן צו א שטרעכל יעדעס מאל זיי טרעפן אן ן' ביים סוף פון א ווארט, ווי "צום ערשט'ן מאל אין היסטאריע". קוקט דא (דאס איז אויסער די איבריגע טעותים):

כ'האב געזען דעם אנאנס און ס'האט מיר געקאסט א לאך, ווייל איך האב עס געלייענט נאטירליך, אנגעהויבן פונעם קעפל, און ס'האט מיר אויסגעזען ווי ס'קומט דא עפעס גוטע שבת'דיגע נייעס פאר די אידישע מאמע פערזענליך, ברוך שהחיינו... ס'גייט עפעס גרינגער ווערן דאס לעבן, זיך לייכטער צוגרייטן צום שבת, בעסער אויסשלאפן, ווער ווייסט?
מיטאמאל: ווינדלעך!

ברוך שהחיינו, די כשר-אינדוסטריע צעוואקסט זיך. כשר'ע סעלפאנען, כשר'ער אינטערנעט, און יעצט - כשר'ע ווינדלעך. דערלעבט!

ס'האט אויך א פילטער?

עס איז דא א ביכל פון א איזרעילי שרייבער א לץ וואס האט ארומגעשיקט בריווען צו כל מיני גאווערמענט אגענטירען מיט קאפריזע געדאנקן און זיי האבען עס אנגענומען ערנסט און טייל האבען עם צוריקגעשריבען און פון דעם האט ער געמאכט א האמאריסטישע בוך בשם "שגריר ישראל על הירח". דא איז זיין וועבזייטל.

אקיצר איינע פון די בריווען איז צום העלט דיפארטמענט אז עס איז עם איינגעפאלען אז די קיען מאכען אסאך נפיחות און דאס טוט באשטייערן צו גלאבעל ווארמינג ווייל עס לאזט ארויס שעדליכע גאזן אין די אטמוספיר... ממילא האט ער געמאט א פאטענט אזא פילטער פאר די נפיחות ובלשונו "מסנן נפיחות של פרות" די ענטפער געדענק איך שוין נישט.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 11:16 am
דורך יידל
continental.jpg

קען מיר איינער זאגן וואס שטייט אינעם ערשטען פאראגראף? (פון אן עדווערטייזמענט פאר די עלילת 75 - אויפן טאג דערנאך).

game.jpg

אסור לשימוש לילדים מתחת מגיל 36 חודש ומעלה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:59 pm
דורך שמואל הלוי
היי ויי...
ביז מען פארען אין קאנטרי...

בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:49 pm
דורך איך אויך
העי אז דו לערנסט נישט ליבה נוטץ כאטשיק א קאלקיולעטר. דערמאנט מיר פון דאס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:06 pm
דורך געפילטע פיש
לעטס סי:
List price: 94
X 2 = 188
הנחה פאר איינס 79 במקום 94
הנחה פאר צוויי 94 + 47 (47 = 2 / 94) = 141 (כמעט 139)
מאכט מער סענס?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:58 pm
דורך שרגא
עס איז דא "ברודער'ס קאר סערוויס". דאס איז לכ' א טאפלטער טעות.
ער מיינט לכ' נישט צו זאגן "מיין ברודער'ס קאר סערוויס", נאר מער ווי "א ברודערליכע קאר סערוויס", "א קאר סערוויס פון ברודערס". און אויב אזוי דארף ער ווען שרייבן "ברודערס קאר סערוויס", אָן דעם שטרעכל.
אבער אפילו אזוי וואלט ער נישט געדארפט שרייבן "ברודערס", ווייל בלשון רבים קומט עס פשוט "ברידער", מיט א י'. על כן וואלט עס אפשר געדארפט זיין "ברידער קאר סערוויס" אדער אפשר טאקע "ברודערליכע קאר סערוויס".
מאכט סענס?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 9:00 pm
דורך שרגא
אן אנדערע עד זע איך אדווערטייזט די כשר'ע טעלעפאנען, כזה: א טעלעפאן געאייניגט פאר יעדן איד!
אזא ספעלינג איז אפשר געאייגנט פאר יעדן חסידישן גראפיקער!

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 9:07 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:עס איז דא "ברודער'ס קאר סערוויס". דאס איז לכ' א טאפלטער טעות.
ער מיינט לכ' נישט צו זאגן "מיין ברודער'ס קאר סערוויס", נאר מער ווי "א ברודערליכע קאר סערוויס", "א קאר סערוויס פון ברודערס". און אויב אזוי דארף ער ווען שרייבן "ברודערס קאר סערוויס", אָן דעם שטרעכל.
אבער אפילו אזוי וואלט ער נישט געדארפט שרייבן "ברודערס", ווייל בלשון רבים קומט עס פשוט "ברידער", מיט א י'. על כן וואלט עס אפשר געדארפט זיין "ברידער קאר סערוויס" אדער אפשר טאקע "ברודערליכע קאר סערוויס".
מאכט סענס?

אפשר מיינט דאס אז די קאר סערוויס איז גע'אונט ביי צוויי ברידער, הייסט עס ברידער'ס (ברידער לשון רבים, זייערס א) קאר סערוויס, איז נאר איין טעות, די וואו. יכול להיות?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 9:37 pm
דורך שרגא
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר מיינט דאס אז די קאר סערוויס איז גע'אונט ביי צוויי ברידער, הייסט עס ברידער'ס (ברידער לשון רבים, זייערס א) קאר סערוויס, איז נאר איין טעות, די וואו. יכול להיות?

קלאר יכול להיות, נאר מסתבר אז נישט דאס איז דער מציאות, אדער עט ליעסט נישט זייער סיבה, פשוט ווייל פארוואס וואלטן זיי פונקט דאס געוואלט ארויסהייבן אין זייער נאמען? אפילו דאס איבערצייגט נישט אז עס איז נישט אזוי. בצירוף ווען דער אנדערער פשט, אז זיי האבן געמיינט צו זאגן א "ברודערליכע קאר סערוויס", מאכט סענס זיי זאלן וועלן זאגן.
דיין לימוד זכות (כאטש אויף איין טעות...) איז אבער פארט א מעגליכקייט.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 11:30 pm

נאר דא איין וועג צו וויסן, אנצורופן און פרעגען. נא, ווער קאלט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:10 pm
דורך שרגא
אייגנטליך איז דא נאך אן אפציע וואס פארענטפערט אלע קשיות: די קאר סערוויס באלאנגט צו זיין ברודער, סאו דער וואס פירט עס אן האט עס א נאמען געגעבן "ברודער'ס קאר סערוויס".

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:04 am
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:אייגנטליך איז דא נאך אן אפציע וואס פארענטפערט אלע קשיות: די קאר סערוויס באלאנגט צו זיין ברודער, סאו דער וואס פירט עס אן האט עס א נאמען געגעבן "ברודער'ס קאר סערוויס".

סא מוז זיין אז די ברודער וואס פירט עס אן האט אריין געלייגט די עד, ווייל אויב האט עס די בעלעבאס אליין אריינגעלייט וואלן ער געשריבן "מיין קאר סערוויס".

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 10:13 am

עקזעקטלי.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 6:42 pm
דורך שרגא
שרגא האט געשריבן:אייגנטליך איז דא נאך אן אפציע וואס פארענטפערט אלע קשיות: די קאר סערוויס באלאנגט צו זיין ברודער, סאו דער וואס פירט עס אן האט עס א נאמען געגעבן "ברודער'ס קאר סערוויס".

שטעלט זיך ארויס אז אויף ענגליש רופט ער זיך Brothers car service, אן קיין שטרעכל פאר'ן S, איז אלזא לכ' נישטא קיין וועג אים צו פארענטפערן אינגאנצן. אדער שטימט נישט די אידישע אדער די ענגלישע.

אמעראצעס אין אידישע (?) נגינה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 7:06 pm
דורך שרגא
איך הער יעצט ליפ'ס Can you hang up the phone
איך מיין אז עס איז אביסל אמעראציש צו זאגן "קען יו הענג אפ דע פאון" אין דעם קאנטעקסט וואס ער וויל זאגן אין דעם ליד. אוודאי "קען איך". ענגליש איז ב"ה רייכער ווי דאס. ריכטיגער וואלט געווען צו זאגן Would you hang up the phone, אדער עפעס אנדערש.
אבער די עצם מוזיק און טעכנא סטייל פון דעם ניגון, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:40 pm
דורך שרגא
א גוטער ביישפיל ווי ספעל-טשעק העלפט נישט אייביג די אומוויסנדע. אט באקום איך פריער א טעקסט:

i’m waiting to personally greed u tonight at the very important T-party

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:43 pm
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:א גוטער ביישפיל ווי ספעל-טשעק העלפט נישט אייביג די אומוויסנדע. אט באקום איך פריער א טעקסט:

i’m waiting to personally greed u tonight at the very important T-party

איך האף אז ער איז נישט צו greedy.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 11:09 pm
דורך ברוין
אינטערעסאנט אז ספעל טשעק האט נישט איינגעטוישט T-party צו T-mobile

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 11:13 pm
דורך געפילטע פיש
ברוין האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ספעל טשעק האט נישט איינגעטוישט T-party צו T-mobile

ווייל ס'מיינט אז ער רעדט פון די טי-פארטי מאוומענט...