בלאט 4 פון 213
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:02 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:און איך האב געהאט א זיידע וואס איז געבוירן נאך אין די סוף ת"ק יארן (אוועק תרע"א) וואס האט געהאט 16 קינדער קיעה"ר, אזוי אויך האב איך געהאט 2 זיידעס מיט 14 קינדער.
אזוי אויך איז באקאנט אז דער גאון ר' עקיבא כ"ץ מאובין זצ"ל וואס איז געווען א כהן, האט געהאט 24 קינדער, 12 זוהן און 12 טעכטער, און ער האט גענומען פאר זיינע טעכטער איידעמער כהנים, און ער האט געדוכנ'ט יו"ט צוזאמען אין בית המדרש, זאגענדיג כ"ה תברכו את בני ישראל (אינאיינעם מיט אים איז געווען 25).
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:19 pm
דורך שמואל הלוי
יישר כח יאנקל פאר די הערה, איך האב נישט געוואוסט דערפון.
כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:57 pm
דורך ענן כבד
איינער וואס ווערט געבוירן ל"ע א טויבער, און וועלכע שפראך טראכט ער?
נאך עפעס, פארוואס וועלן מענטשן זיך הארגענען צו זיצן און די פראנט סיעט פון א קאר, אבער אויף א באס וועט מען לויפן צום אינטערשטן זיץ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:00 pm
דורך געפילטע פיש
ענן כבד האט געשריבן:איינער וואס ווערט געבוירן ל"ע א טויבער, און וועלכע שפראך טראכט ער?
מענטשען דארפן נישט שפראך כדי צו טראכטן, נאר איינמאל מ'קען א שפראך אין שווער צו טראכטן אן ווערטער, עכ"פ אזוי מיין איך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:16 pm
דורך איך אויך
ענן כבד האט געשריבן:נאך עפעס, פארוואס וועלן מענטשן זיך הארגענען צו זיצן און די פראנט סיעט פון א קאר, אבער אויף א באס וועט מען לויפן צום אינטערשטן זיץ?
רוב וועלט וועם איך קען גייט נישט אזוי שטארק אן צו זיצן אין די בעק פון א מענשטליכע קאר אבער ביי א באס זיכט מען צו זיצן ווי מער אין פראנט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:27 pm
דורך זר זהב
מעג מען יעצט ביינאכט עסן פלייש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:54 pm
דורך ענן כבד
געפילטע פיש האט געשריבן:ענן כבד האט געשריבן:איינער וואס ווערט געבוירן ל"ע א טויבער, און וועלכע שפראך טראכט ער?
מענטשען דארפן נישט שפראך כדי צו טראכטן, נאר איינמאל מ'קען א שפראך אין שווער צו טראכטן אן ווערטער, עכ"פ אזוי מיין איך.
קען זיין אז מ'קען טראכטן אבער כ'גלייב נישט אז ס'איז אויף די זעלבע לעוועל ווי איינער וואס טראכט מיט א שפראך, צום ביישפיל א בעיבי וואס קען נאך נישט קיין שפראך, עפעס טראכט ער די שאלה איז נאר וואס און וויאזוי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:54 pm
דורך ענן כבד
זר זהב האט געשריבן:מעג מען יעצט ביינאכט עסן פלייש?
יא
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:55 pm
דורך איך אויך
כ'מיין אז נישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:09 pm
דורך זר זהב
יא אדער ניין? איז דא א דיין דא?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:11 pm
דורך ענן כבד
איך קום יעצט פון א טיי אווענט וואס מ'האט געגעבן דארט פליישיגע טשולענט
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:14 pm
דורך זר זהב
שקויעך... אהער מיט די ריב סטעיק. איך האמיר געקויפט רויע ריב סטעיק אפאר טעג צוריק און איך וויל נישט סאל שימעלן אין פריזער פאר 2 וואכן
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:31 pm
דורך ענן כבד
לכבוד ר"ח. מיט א גוטן אפעטיט
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:34 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב געפרעגט נעכטן א דיין וועגן פלייש היינט נאכט און ער האט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:51 pm
דורך זר זהב
אבער ס'בראט דאך שוין?!?!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:48 pm
דורך יידל
פארוואס זאל מען יא מעגן? אין רמ"א שטייט אז די 9 טעג הייבן זיך אן מתחילת ר"ח.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:49 pm
דורך משכיל
מאך שנעל א סיום, און עס מיט אפעטיט,י
יעצט ערענסט, עס איז די 9 טעג און מען עסט נישט קיין פלייש, לעש אויס דעם פלאם און ווארף מארגען אריין די פלייש אין טשאלענט, איט ווארקס, י
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:50 pm
דורך זר זהב
איך עס עס נישט
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 12:28 am
דורך ענן כבד
ביטע זיי מיר מוחל גאלדענעם קרוין, איים ריעלי סארי, מוז זיין כ'האב מיך טועה געווען,
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 10:49 am
דורך זר זהב
מחול לך
כוונות ביי די שבת'דיגע מאכלים
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:לאדיך אפ האט געשריבן:כ'האב שטארק געוואלט וויסן די מקור פון אידישע מאכלים. ווען האט זיך אנגעהויבן טשיקן זופ פאר פרייטאג צונאכטס? געפילטע פיש (נישט די ניק)? פערפעל? קוגל?
איך האב געהערט אז די חסיד׳ישע מאכלים האבן אן ענין ע״פ סוד, מרומז אין די ז׳ מדות. כ׳געדענק אז קוגל איז מדת היסוד, אבער קען זיין אז כ׳מאך א טעות.
thl'
איך, למשל, בין נישט בקי אין די ד' מדות (אדער די ז' מדות( . איך עס מיט כוונות האר"י. מה ארי דורס ואוכל וכו'.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, דו רעדסטו דאך טאקע גענוי ווי א באלעגאלע!
אגב, וואס איז די THL קעפל?
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 2:41 pm
דורך קרעקער
קינדער לויפען אין די בעק סיט
זיצען אין די פראנט סיט איז בעסער פאר מאושען סיקנעס
פארוואס? דעס איז א גיטע שאלה, אבער א פאקט אז אין פראנט ברעכט מען נושט
קען זיין אז די סיבה ווען מזיצט אין פראנט און מהאלט מיט ווי מפארט וערט מן נישט אזוי אויפגעשאקעלט ווי מזיצט אין די בעק אין מזעט גאנישט נאר דע באדי ווערט געשאקעלט אויף אלע זייטען