בלאט 4 פון 6

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 2:57 pm
דורך נס קאווע
יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:19 pm
דורך שמייכל
נס קאווע האט געשריבן:יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן

ער איז די מערסטע אקטיוו געוועזן אין די תש"מ - תש"נ יאהרן, ער האט ארויסגעגעבן 2 אלבומס, והערב און מעין עולם הבא (אגב - זיין נעפיו שמואל זאנוויל וורצב"ג - משמש סאטמאר ב"פ 53 - זינגט דארט אלס קינד, זיין שטימע איז ממש אין כדוגמתו). די אלבומס זענען געווען זייער סוקסעספול און שטארק באקאנט ביים היימישן ציבור.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:42 pm
דורך חאצקל
ער האט ארויס געגעבן אויך מהרה, מגילת אסתר מיט געזאנג, פסח נאכט מיט געזאנג, און הלוים, און אפשר נאך קאסעטעס. א טייל דערפון זענען גאר שיינע, ספעציעל די טעיפ'ס מעין עולם הבא און מגילת אסתר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
מגילת אסתר, איז א קאמבינאציע פון אפאר ארויסגעבערס, ר' יודל'ס ברודער און נאך.

און איך גלייב נישט אז די ניגונים דארט האט ער קאמפאוזד.

הלוים איז מער ווייניגער זיין ברודער ר' אלימלך ווצ"ב.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:48 pm
דורך חאצקל
ווער דען אויב נישט ווערצבערגער האט קאמפאוזט די ניגונים אין מגילת אסתר?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:49 pm
דורך זר זהב
איך וויל אויך וויסן. ס'איז צו גוט!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:57 pm
דורך חאצקל
אויפן קאווער שטייט ניגוני ווערצבערעגער, עס איז ווארשיינליך יא די ניגונים פון די ווערצבערגערס.

און דאס וואס דו שרייבט אז זיי זענען צו שיין, קודם כל ער האט א סך שיינע ניגונים, און דאס וואס זיינע ניגונים צייגן בעסער אויף דעם טעיפ, קען זיין ווייל צומאל איז פאראן א קאמפאוזער וואס זיינע ניגונים זענען נישט אזוי שיין אויף פסוקים וכדו' אבער פאר א דראמא זענען זיי יא גוט,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 8:58 pm
דורך זר זהב
כמעט יעדער ניגון דארט איז א מעידזשער (אדער א פרעגידזש) און גאר קונצליך און ווארעם. -- איך גלייב עס נישט... איך קען מיר נאכפרעגן, כעל דיר לאזן וויסן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:10 pm
דורך חאצקל
וואס מיינסטו מיט מעידזשער, א גרויסארטיגער ניגון, אדער א ניגון אויף דער מעדזשער סקעיל? אויב מיינסטו מעידזשער סקעיל איז עס א פלא, ווייל קודם זענען זייער א סך ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (פון וואס איך געדענק: "כבוד איבערן קאפ"; "א נייע קעניגן זיכן") ווידער פון די אנדערע ניגונים זענען פונקט אזוי דא מיינער'ס ווי מעידזשער'ס?!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:11 pm
דורך שמייכל
עס מוז נישט זיין אז די ניגונים זענען בלויז יודל'ס, זיין זיידע ר' אברהם האט דאך אויך קאמפאזירט הערליכע ניגונים, בפרט מארשעס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:13 pm
דורך חאצקל
נו, קען מען שוין איינמאל פאר אלעמאל געוואויר ווערן ווער פונקטליך עס האט געמאכט וועלעכע ניגון אויף די פאפולערע ווערצבערגער טעיפ'ס?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:13 pm
דורך זר זהב
חאצקל האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט מעידזשער, א גרויסארטיגער ניגון, אדער א ניגון אויף דער מעדזשער סקעיל? אויב מיינסטו מעידזשער סקעיל איז עס א פלא, ווייל קודם זענען זייער א סך ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (פון וואס איך געדענק: "כבוד איבערן קאפ"; "א נייע קעניגן זיכן") ווידער פון די אנדערע ניגונים זענען פונקט אזוי דא מיינער'ס ווי מעידזשער'ס?!

איך מיין די סקעיל! און יא, אפאר ניגונים טוישן זיך ארום פון מיינער צו פרעגידזש/מעידזשאר, און דאס מאכט מיר נאר מער טראכטן אז ס'נישט זיינס!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:16 pm
דורך זר זהב
די ניגון וואס מרדכי זינגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי הארציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:18 pm
דורך חאצקל
דאכט זיך אז איך קען אויך אנדערע ווערצבערגער ניגונים מיט געמישטע סקעיל'ס (איין באקאנטער ניגון וואס איך קען אן ווערטער).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:20 pm
דורך חאצקל
זר זהב האט געשריבן:די ניגון וואס מרדכי זונגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי האציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)

ניין, דו זאגסט זייער גוט, עס איז באמת א הערליכער דראמאטישער ניגון.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:23 pm
דורך זר זהב
הער, כבוד כבוד איבער'ן קאפ איז א ריין פרעגידזש ניגון! גארנישט געמישט!

און ''המן גיב דיך א ריר'' הייבט זיך אן פרעגידזש און ס'גייט אריין צו מעידזשער!

איך בעטיר!

ס'צו גוט!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 9:38 pm
דורך חאצקל
איך קען נישט זאגן אויף הונדערט פראצענט, איך האב נאך נישט געטשעקט אויף'ן אינסטרומענט, אבער דאכט זיך אז אנהייב דער צווייטער פאל איז נישט קיין ריינער פריגיש. און יא, א סך ניגונים דארט זענען צו גוט, אזוי ווי די זאגסט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:די ניגון וואס מרדכי זינגט פאר אסתר אז זי דארף נעבעך חתונה מיט א גוי איז דאך אזוי הארציג אז נאר! ס'קען מיר קאסטן טרערן. (אקעי, נאסטאלגיע איז אויך א פאקטאר דא)

איך בין מיט דיר! ס'משוגע צו ווערן.
אזוי אויך די ניגון ווי מרדכי(לע) לערנט די דינים פון קמיצה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:42 pm
דורך זר זהב
יא יא, אמת! אבער די אסתר ניגון איז שענער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:51 pm
דורך חאצקל
מיר האבן שוין גערעדט פון אים אין אנדערע אשכולות אבער דא איז מער די פאסיגע ארט, אלזא, וואס זאגט איר צו יהושע הנשטטר'ס ניגונים? או אז איך רעד שוין פון אים, פארוואס הערט מען נישט פון זיין צווייטן טעיפ מיט ירמי' דמן וואס ער האט ארויס געגעבן פאר בעלז לכבוד די בר מצוה מיט די מוזיק פון הערשי גינזברג און מונה רוזנבלום?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 3:12 pm
דורך נס קאווע
כ' ווייס נישט אויב ס' קומט דא

באקומען א מעסעדזש אז היינט איז דעם רבין ר' שלמה'לעס יאהרצייט, ווייסט איינער אויב און וואו עס קומען פאהר סעודת הילולא'ס (פארברענגען) לכבוד די יאהרצייט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 3:32 pm
דורך קאווע טרינקער
נו, לאמיר מאכן.
ביי מיר אינדערהיים.
ווער ברענגט פאפקארן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 3:41 pm
דורך אוי טאטי
לכאורה אין די בהמ׳ד ׳דער שטיבל׳ אין וויליאמסבורג, וועט זיין א יארצייט סעודה.