היות היינט גייט פארקומען די הירינג אין געריכט איבער די מצב"פ געזעץ האב איך נעכטן נאכט דורכגעליינט
התאחדות' ענטפער צו די שטאט'ס טענות, און אפגעשריבן די תמצית הדברים (כ'לאז אויס די הקדמה ווייל די טענות וואס ווערן דערמאנט דארטן ווערן ברייטער אויסגעשמועסט שפעטער).
די טענות איז געשריבן געווארן דורך שי דבורצקי, דער לויער פון דזשואנס דעי מטעם די קלעגער. ער הייבט אן מיטן איבער'חזר'ן די טענה אז הייסן מוהלים צו זאגן די שטאט'ס דעה איז א פארלעצונג פון די פרידאם אף ספיטש (פרייהייט פון רעדן) וויבאלד א חלק פון די פרייהייט פון רעדן איז אויך די רעכט צו בלייבן שטיל. דערנאך צונעמט ער די שטאט'ס 5 טענות פארוואס די קאנסענט פארום איז נישט בכלל פרידאם אף ספיטש.
די שטאט'ס טענה נומער 1 איז געווען אז וויבאלד די שטאט'ס מעסעדזש איז נישט אידיאלאגיש אדער פאליטיש נאר ריין פאקטועל, איז עס נישט קיין פארלעצונג פון רעדן-פרייהייט. אויף דעם זאגט ער אז אפילו לו יצוייר עס איז איז ריין פאקטועל, דאך קען די שטאט נישט הייסן דאס זאגן, און ער ברענגט פרעצעדענטן פון פסקים ווי עס ווערט קלאר געשריבן אז פרידאם אף ספיטש נעמט אויך אריין פאקטן וואס א רעדנער וויל נישט דערמאנען, דאס הייסט אז די שטאט קען אים נישט הייסן זאגן עפעס אפילו עס איז נישט מער ווי פאקטן. אבער נאכמער פון דעם, עס איז בכלל נישט ריין פאקטועל וויבאלד די סיטי פארלאנגט אויך אז אין קאנסענט פארום זאל שטיין אז "די סיטי רעקאמאנדירט אז מען זאל נישט מאכן מצב"פ" וואס איז נישט קיין פאקט נאר אן עצה. אויף דעם נקודה ברענגט ער ווידער א לעגאלע פרעצעדענט אז די שטאט האט נישט קיין רעכט צו הייסן מאכן רעקאמענדאציעס.
די סיטי'ס טענה נומער צוויי איז געווען אז די נייע רעגולאציע צווינגט נישט צו רעדן נאר צו טון עפעס וויבאלד דער מוהל קען בלייבן שטיל בשעת'ן דערלאנגן דעם קאנסענט פארום. פרעגט אויף דעם דבורצקי "צו וויל די שטאט זאגן אז געשריבענע קאמיוניקאציע איז נישט פראטעקטעד אין די קאנסטיטוציע?" אויף דעם ברענגט ער א ראיה פון די קעיס מיט די לייסענס פלעיט ווי די קאורט האט געפסק'נט אז מענטשן וואס זענען נישט מסכים צום שטאט'ס מאטא "לעב פריי אדער שטארב" צוליב רעליגיעזע סיבות, מוזן נישט ארויפלייגן די לייסענס פלעיט. וואס איז דאס אויב נישט געשריבענע קאמיוניקאציע, און דאך זעט מען אז דאס איז באשיצט אונטער פרידאם אף ספיטש. נאך צוויי ענליכע פרעצעדענטן ווערן געברענגט.
סיטי'ס טענה נומער 3 איז אז די קאנסענט פארום הייסט נישט "געצווינגענע רייד" וויבאלד דער מוהל האט רעכט צוצלייגן וואס ער וויל און ער קען קלאר ארויסברענגן אז ער איז נישט מסכים צום דעה וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם פארום. אויף דעם טענה'ט דבורצקי אז דאס אז דער מוהל האט אן אפציע וויאזוי צו מינימיזירן די אפעקט פון די געצווינגענע רייד, נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז די רייד זענען געצווינגען. און דערנאך אפאר פרעצעדענטן אויף דעם נקודה.
סיטי'ס טענה נומער 4 איז אז וויבאלד די קאנסענט פארום טוט אינדענטיפיצירן דעם רעדנער אלץ די רעגירונג, און קיינער וועט זיך נישט טועה זיין אז דאס איז דער מוהל וואס רעדט, הייסט דאס נישט געצווינגען צו רעדן. דבורצקי טענה'ט אויף דעם אז די סיטי מעג נוצן זייער אייגענע געלט, שטחים און אגענטן צו פארשפרייטן זייערע דעות, אבער זיי קענען נישט נוצן מוהלים אלץ זייער מויל-מאכער. ווי נישט ווי - שרייבט ער - איז דאך הא גופא וואס די ערשטע אמענדמענט פארבאט: די רעגירונג זאל צווינגן מענטשן צו זאגן עפעס וואס די רעגירונג שרייבט פאר! אויף דעם ברענגט ער ווידער דעם "לעב פריי אדער שטארב" פרעצעדענט און נאך.
סיטי'ס טענה נומער 5 איז אז די דעפארטמענט אף העלטה האט רעכט צו רעגולעיטן מעדעצינישע פראצעדורן. א חלק פון די רעגולאציעס זענען "געצווינגענע רייד", און די רעגירונג האט פולע רעכט אויף דעם. אבער, חזר'ט ער איבער די אלטע טענה, וויבאלד מוהלות איז א רעליגיעזע ריטועל, נישט קיין מעדעצינישע, קען עס נישט ווערן רעגולירט. אזוי אויך, וויבאלד – אנדערש פון דאקטוירים – איז מוהלות נישט קיין קאמערציאלע סערוויס נאר א רעליגיעזע סערוויס, קען די רעגירונג דאס נישט רעגולירן.
אויף די רעגירונג'ס טענה אז דאס אז זיי זיינען נישט לייסענסד גיט זיי נישט די רעכט צו טון ככל העולה על רוחם ענטפערן זיי אפ אז דאס איז נישט אמת וויבאלד הא גופא איז די סיבה פארוואס מוהלים דארפן נישט קיין לייסענס, טאקע וויבאלד די שטאט האט איינגעזען אז מוהלות איז נישט קיין מעדעצינישע סערוויס נאר א רעליגיעזע. און די זעלבע סיבה פארוואס די סיטי פארלאנגט נישט קיין לייסענס צו פראקטעצירן מוהלות, צוליב אט די סיבה קען די סיטי נישט ארויפלייגן רעגולאציעס אויף מוהלים. אין פאקט, שרייבן זיי, קען די סיטי נישט צושטעלן קיין איין(!) קעיס ווי די שטאט האט געקענט צווינגן צו רעדן מכוח "פראפעסיאנאלע ספיטש" (דאס הייסט אז מ'דארף נישט קיין סטריקט סקרוטיני אויף די פארלאנגטע ספיטש ווי כ'האב שוין ערקלערט אויבן אין די אריגינעלע טענות).
דאן גייט ער אריבער צו די פרידאם אף רעלידזשען טענות.
די סיטי האט געשריבן אז ווען איינער טוט עפעס צוליב א רעליגיעזע סיבה מיינט דאס נישט אז ער איז פטור פון געזעצן וועלכע טוען פערצופאל פארבאטן דעם געפיראכטס. למשל, אז איינער רייכערט דראגס פאר רעליגיעזע סיבות פארלעצט ער נאך אלץ די אנטי-דראג געזעצן. אזוי אויך, די וואס שטעלן זיך אנטקעגן וואקסינאציעס צוליב רעליגיעזע סיבות זענען נאך אלץ מחוייב זיך צו וואקסינירן אויב די שטאט פארלאנגט עס. אבער אויף דעם טענה'ט דבורצקי אז דא איז אנדערש וויבאלד די נייע געזעץ טוט נישט "פערצופאל" פארבאטן א רעליגיעזע געפיראכטס, נאר עס טוט צילען און איז געשטעלט דירעקט אנטקעגן מצב"פ. וויבאלד עס טוט דירעקט צילען א רעליגיעזע נוהג, דארף עס דורכגיין סטריקט סקרוטיני, און דבורצקי טענה'ט אז עס פאלט דורך אזא סקרוטיני.
סיטי'ס טענה נומער 1 פארוואס עס פארלעצט נישט רעליעגעזע פרייהייט איז וויבאלד די רעגולאציע איז "נייטראל" און אויך "מחייב יעדען" וויבאלד עס איז נישט מחייב נאר איינער וואס מאכט מצב"פ מטעם רעליגיע, נאר סיי ווער עס מאכט מציצה בפה פאר סיי וואספארא סיבה. אבער דבורצקי טענה'ט אז אין די לשון פון די נייע רעגולצאיע שטייט קלאר " direct oral suction as part of a circumcision ". נאכמער, די דעפארמענט איז קלאר מסכים אז מציצה בפה איז די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט די רעגולאציע. אויך טענה'ט ער אז דאס אז טעארעטיש איז עס יעדן מחייב איז סתם ליצנות געמאכט פון פרידאם אף רעלידזשאן. למעשה איז די איינציגסטע אפליקאציע פונעם געזעץ שייך נאר ביי א רעליעגעזע מאטיווירטע אקט, און איז דערפאר נישט נייטראל.
סיטי'ס טענה נומער 2 איז אפילו לו יצוייר די נייע רעגולאציע טוט יא צילען דירעקט אויף מצב"פ איז עס נישט "וויבאלד" מצב"פ איז רעליגיעז, נאר "כאטש" מצב"פ איז רעליגיעז. דאס הייסט, ווען וואלט דאס געווען א סעקולארע אקט וואלט די סיטי עס פונקט אזוי רעגולעיטעד. דעריבער טוט די מעדעצינישע וויכטיגקייט נעמען פרעצעדענץ איבער די פרייהייט פון רעליגיע. אבער דבורצקי מאכט דאס אוועק וויבאלד "ריין-הארציגקייט" (דאס הייסט ריינע כוונות) איז נישט גענוג א גוטע סיבה צו מאכן א געזעץ וועלכע צילט דירעקט אויף רעליעגעזע פראקטיקן.
דערנאך פרעגט ער אזוי. 90% פעלער פון הוירפיס קומען פון די מוטער און נישט פון מציצה בפה, אויב אזוי פארוואס טוט די רעגירונג מקדיש זיין אלע זייערע כוחות צו פארמיידן די 10% און טוט גארנישט צו פארמיידן הוירפיס וואס קומט פון די מאמע? למשל, ער שרייבט אז א קייזער-שניט געבורט פארמיידט גענצליך די מעגליכקייט אז א קינד זאל באקומען די וויירוס פונעם מאמען. אויב אזוי, פרעגט ער, פארוואס האט די שטאט נישט באפוילן דאקטוירים צו מודיע זיין פאר מאמעס פארן גיבן געבורט אז די נאטורליכע וועג טראגט מיט זיך א ריזיקע פון גורם זיין הוירפיס און אז אפשר זאלן זיין קאנסידערן א קייזער-שניט געבורט?... די תירוץ איז ווייל די שטאט האלט אז די ריזיקע איז גאנץ קליין און אז די בענעפיטן פון א נאטורליכען געבורט איז גרויס. אמת, זאגט ער. אבער די זעלבע איז אמת פאר מצב"פ. די חילוק איז נאר אז ביי מצב"פ זענען די בענעפיטן רעליגיעזע און דערפאר טוט די דעפארטמענט אף העלטה עס איגנארירן! אין אנדערע ווערטער, א קלארע פארלעצונג פון רעליגיעזע רעכטן.
דערנאך גייען זיי איבער נאך פארשידענע טיעונים וואס די סיטי האט דערמאנט. די טענה אז די שטאט האט פרובירט אנדערע וועגן וויאזוי צו מסדר זיין דעם פראבלעם און איז טיילווייז דורכגעפאלן ווערט אפגעפרעגט מיט דעם אז די שטאט האט נאך נישט געהאט קיין שאנס צו זען צו די פאמפלעטן וואס זיי פארטיילן און די שפיטעלער העלפט צו נישט. אייגענטליך, שרייבט ער, די גאנצע פאמפלעטן געטיילאכטס האט זיך אנגעהויבן די זעלבע צייט וואס די רעדע איבער די נייע רעגולאציע האט זיך אנגעהויבן! און אפילו אויב מ'וואלט געזען אז די ראטע פון הוירפיס פאלט נישט, איז עס נישט קיין ראיה אז די פאמפלעטן העלפן נישט, וויבאלד די גאנצע מטרה פון די פאמפלעטן איז נישט צו פרעווענטן הוירפיס, נאר צו מאכן עלטערן אויפמערקזאם פון די ריזיקעס פון מצב"פ.
איבער די סיטי'ס טענה אז מצב"פ איז א סכנה גייען זיי איבער די מעדעצינישע דעטאלן. זיי זאגן אז די גאנצע געזעץ איז באזירט אויף א שטודיע (די CDC'ס שטודיע) וועלכע איז פובליצירט געווארן אין א נישט-איבערגעקוקטע זשורנאל (non peer-reviewed), און די שטודיע איז שוין העפטיג אפגעפרעגט געווארן. קודם כל שרייבן זיי האט די סיטי קיינמאל נישט באוויזן צו מאכן א ד.נ.א לינק צווישן מצב"פ און הוירפיס. ער טענה'ט אז רבנים האבן שוין מסכים געווען צו ד.נ.א טעסטינג פון מוהלים וועלכע ווערן באשולדיגט מיט טראנזמיטן הוירפיס אבער די שטאט איז נישט געווען אינטערעסירט. און וויבאלד עס איז נישטא קיין ד.נ.א ראיה, איז די גאנצע מצב"פ-הוירפיס קשר נישט מער ווי א מעגליכקייט, נישט קיין אויפגעוויזענע זאל און איז דערפאר נישט גענוג צו מאכן א געזעץ וואס מינמיזירט רעליגיעזע פרייהייט. איי, אויב איז עס מעגליך וויאזוי קען זיין אז עס פאסירט נישט במציאות? אויף דעם שרייבט ער אפאר טעאריעס. מעגלי, אז וויבאלד מצב"פ דויערט בלויז א סעקונדע איז עס צו א קורצע צייט פאר די באקטיריע צו אריבערשפאצירן צום קינד. אדער מעגליך וויבאלד די מוהלים נוצן אנטיסעפטיק, הרג'ט דאס די באקטיריעס.
דערנאך איז דא נאך א לאנגע דיסקוסיע פון סטאטיסטישע טעותים אין די דעפארמענט'ס שטודיע. לדוגמא ברענגט ער אז אין קרית יואל איז נאר געווען איין פאל פון הוירפיס נאך 10,000 בריתים מיט מצב"פ, און דער מוהל האט נישט געהאט קיין הוירפיס.
ער כאפט זיך ארויף אויף די סיטי'ס ווערטער ווי זיי האבן געשריבן אז אפילו אויב די געזעץ וועט ראטעווען איין קינד פון שטארבן פון הוירפיס וועט עס זיך שוין האבן געלוינט. "שיינע רעטאריק", שרייבט ער, "אבער עס איז אומלעגאל".
ער פירט אויס אז צוליב די אלע אויבענדערמאנטע סיבות בעט ער די געריכט זאל געבן א צייטווייליגער באפעל אפצושטעלן די דעפארטמענט'ס רעגולאציע ביז די געריכט וועט ענדגילטיג באשטימען די לעגאליטעט פונעם רעגולאציע.