בלאט 4 פון 8

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:29 pm
דורך דריידל
איך האב דאך געלייגט א פינקטליכע מראה מקום. קוק נאך דארט וועסטי פארשטיין. כ'האב נישט געהאט קיין געדולד מעתיק צו זיין דאס גאנץ שטיקל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:31 pm
דורך דריידל
וואס גייט פאר דארט? אויף אייוועלט שרייבט מען אז ס'איז נישטא כפרות אין ישראל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:00 pm
דורך שמעקעדיג
זאגט מיר איינער פריער, אז מען דארף א באזונדערע כפרה פאר יעדן קינד, ווייל מען זאגט דאך "זמן כפרה לכל תולדותם" ;)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:01 pm
דורך ודי למבין
שמעקעדיג, דו זאגסט עס אלץ א דזשאק אבער אין אונזער מימרא סאסייעטי וועט דאס נאך זיין א מקור למהדרין...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:42 am
דורך [NAMELESS]
דער שוחט אלט דעם חלף אין מויל כאילו עס איז עפעס א שפילצייג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:36 pm
דורך דולה ומשקה
ווען מ'דרייט מיט געלט אדער פיש, וואס איז דער נוסח וואס מ'זאגט?

סדר נוסח הכפרות הנהוג כשמסבבים בממון או בדגים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
זה כפרתי זה חליפתי זה תמורתי זה הכסף ילך למקום הראוי לו ולעניים מהוגנים ולא למעמידי פנים וחמסנים ויעשו בו צדקות ומעשים טובים בעיני אלקים ואדם ככתוב בתורתיך צדק לפניו יהלך ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמור והלך לפניך צדקך ובדברי קדשך כתוב לאמור צדק צדק תרדוף למען תחיה וירשת זה הדג יהיה גומל דלים וחונן אביונים וזה הדג יסריח מן הזנב ולא מן הראש ולא יסריח במעי האיש שיאכלנו לשובע נפשו ולא ישלשל את מעיו ולא יצקצק בבטנו ויתעכל בניקל ובשלום ותהא יציאתו כביאתו בשופי ולא יקיאנו ולא יבליענו ולא יבהלהו ויטרידהו אלא צדיק יאכל לשובע נפשו לשובע ולא לרזון ויערב לחיכו כלשד השמן וכצפיחת בדבש ונהיה לראש ולא לזנב ונהיה זנבים לאריות ולא ראשי השועלים וכשם שעל הדגים עיניך פקוחות כן יהיו נא עיניך פקוחות עלינו ועל צאצאינו ועל כל נפשות ביתינו ואנחנו ניכנס ונלך לחיים ארוכים טובים ולשלום זה כפרתי וכו׳ אין במקצת מן הקהילות איז מען חותם מיט אמירת התפילה ליונה במעי הדגה וואס מען זאגט אין מפטיר יונה
ואח״כ אומרים הפסוק דג דגוג ידוגנו והוא ידוג עקב - נפש תחת נפש.

איך ויל נאר פארשטיין וי אזוי מען דרייט דעם פיש איבערען קאפ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:43 pm
דורך דולה ומשקה
פון ווי נעמנסטו דעם נוסח?

גאלדפיש פון קארנעוויל קומט אין וואסער וואס איז אין א פלעסטיק בעג, דאס דרייט מען, און דאן וואס טוט מען מיט די פיש? אויסער אויב דאס דארף צו זיין כשר'ע פיש?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז דער נוסח כדאמרן ״במקצת מן הקהילות״ אויב איז דאס נישט פון דיין קהילה דאן האב איך אויסגעשטעלט אן הייגענע נוסח השווה לכל נפש :D :( ;)
כהאב שוין געקלערט אז מען דארף אריינטינקען דעם קאפ פון דעם מענטש אין וואסער וי די פיש זענען
די פיש דארפען זיין כשר נאר וואס מיינסטו? אודאי אזוי! מקען געבען דעם פורצייע פאר אן ארעמאן ערענסט גערעדט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:51 pm
דורך געפילטע פיש
די געלט דארף אויך זיין כשר?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

וואס עפעס פאלט דיך אריין אזעלכע מחשבות זרות אין קאפ? וי נאך איז געהרט געוורען אזעלכע מיני שאלות?
אויב די האסט א מוסד קענסטו דאס כשר׳ן אין ריינוואשען והכל על מקומו יבוא בשלום זעה האר מזאל דיך נישט פאקען מאך עס קלוג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

ניין. מ'דארף נאר מאכן זיכער אז ס'קומט נישט פון די מדינה הטמאה. דאהי, אין אמעריקע און אין אייראפע קען עס זיין אפילו פון נ.ק.'ס און סממנים. און פון אנדערע חזיר'ייען. פרעיג נאר ביי אינזערע קארפן קעפ. אנ"ש דקהילתנו הק'... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:09 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:די געלט דארף אויך זיין כשר?

אואדאי דער וואס האט א קלער צו אויספאסטען אויף דער געלט מוצאי יום כיפור תבוא עליו ברכה אבער דאס מיז זיין כשר צו מאכען אויף דעם א ברכה אין מקען דאס כשרן דורך א רעסיט פון א מוסד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 1:14 am
דורך [NAMELESS]
פאר מענער קען מען נעמען געלט מיט א בילד פון א זכר, אין פאר נשים מיט א בילד פון א נקיבה (קאנאדישע coins).
(ביי די ליין אין באנק וועט איר נאך איינטאג הערן א יונגערמאן בעטן פונעם טעלער געב מיך 3 זכרים מיט 2 נקיבות)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:32 am
דורך כוכב
בשבילי! האט געשריבן:ביי קאהנ'ס בוטשער קענסטו אפנעמען א פעקל טשיקן נאכ'ן שלאגן.

און ביים פריפעטשיק צווישן קאסוב און קיטוב נעבן דעם טייך קען מען באקומען צוויי טשיקנס פאר די פרייז פון איין.
וואס פארדין איך אז אין וויליאמסבורג האסטו געטראפן עפעס א גליק פון א בוטשער, אין אלגעמיין איז די ביזנעס אז פאר 9 דאלער קריג איך רשות צו דרייען א טשיקן ארום מיין קאפ פאר עטליכע מינוט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:06 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:30 pm
דורך ציבעלע-קיגל
BAL TSHIVA האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דער וואס שלאגט כפרות מיט געלט האט אויך די פראבלעם מיט געלט. פארוועם גיבט ער די געלט? וועלעכע צדקה גייט היינט פאר די עניים? רוב געלט גייט פאר אדווערטייזמעמט און פאר באצאלען די שנאררערס און פושקא קאלעקטארס.

אפשר זאל מען געבען געלט פאר קופת העיר און די רע-בנים וועלען שלאגען פאר דיר.

דיין שכן מיטשעט זיך מיט פרנסה געב אים דאס געלט ער זאל קענען מאכן גרינגער יו"ט


נאך בעסער ווי געבען פאר'ן שכן איך גיב די געלט פאר מיין ווייב זאל זי גיין איינקויפען פאר יו"ט. אין פאר זיך אויך עפעס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:09 pm
דורך פיש כאפער
Kapura.jpg
Kapura.jpg (150.74 KiB) געזען געווארן 1999 מאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:12 pm
דורך אראנדש קאונטי
מען שלאגט יא למעשה מיט הינדלאך אין אר"י עפעס איז מען זיך דורכגעקומען אין געריכט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:43 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 4:00 pm
דורך דולה ומשקה
ווער לאזט נישט, דער שר הבריאות אדער דער מוסד מאכט נישט גענונג געלט?

זה חליפתי זה כפרתי

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 7:03 am
דורך [NAMELESS]
זה כפרתי!
אך בי ישוב יהפוך ידו כל היום

זה חליפתי זה התרנגול!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:57 am
דורך [NAMELESS]
/