בלאט 4 פון 5

עס יאגט א צוג

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 2:18 pm
דורך אישתישבי
די אלטע אידן פלעגן דאס אלץ שרייען אױב האט איינער געוואגט צו עפענען א פענסטער, נישט קיין חילוק צו אין דער שטוב איז געוועהן 80-90 גראד, געמיינט האט מען אז דאס איז צוליב זייער זיין אלט און נישט קענען פארנעמען קיין קעלט.

געפין איך אויס אז דאס איז א מיטאס פין פארשידענע אייראפעישער מדינות וואס לאזן נישט א צוג און א שטוב גלייבענדיג אז דאס ברענגט מיט זיך פארקילונג און רוקען ווייטאג און ל"ע בראנקייטוס.

דייטשלאנד רוסלאנד ראמעניע און נאך.

אוי די אלטשיקעס, ווען אין ווייס טוה איך זיי ווייניגער צוליב.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 2:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ממי_שאמרו האט געשריבן:חז״ל?? ח״ו אני מאמין באמונה שלימה אז יעדעס ווארט וואס זיי שרייבן איז אמת ויציב

העי, קוק נאכאמאל אויף דיין אוואטאר...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 2:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אייסערט זיך איינער צו מיר לעצטנס ווי הייליג די שפראך אידיש איז לעומת די פראסטקייט פון די ענגלישע שפראך, ווייל אין אידיש זאגט מען נישט צו אן אנגעזענע מענטש "דו" נאר מ'זאגט איידלערהייט "איר", אין ענגליש דאגעגן זאגט מען פראסטערהייט "You" וואס דאס טייטשט "דו".

שוין לאנג נישט געהערט אזא אמעראצעס, פונקט קאפויער, דאס ווארט "You" טייטשט בכלל "איר" און נישט "דו", דאס ענגלישע ווארט פאר "דו" איז "Thou", איר האט נאכקיינמאל נישט געהערט מ'זאל נוצן דאס ווארט?! אוודאי נישט, ווייל ענגליש איז אזא איידעלע שפראך, אז אפילו פאר א פשוטע מענטש זאגט מען "איר"...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 3:53 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אייסערט זיך איינער צו מיר לעצטנס ווי הייליג די שפראך אידיש איז לעומת די פראסטקייט פון די ענגלישע שפראך, ווייל אין אידיש זאגט מען נישט צו אן אנגעזענע מענטש "דו" נאר מ'זאגט איידלערהייט "איר", אין ענגליש דאגעגן זאגט מען פראסטערהייט "You" וואס דאס טייטשט "דו".

שוין לאנג נישט געהערט אזא אמעראצעס, פונקט קאפויער, דאס ווארט "You" טייטשט בכלל "איר" און נישט "דו", דאס ענגלישע ווארט פאר "דו" איז "Thou", איר האט נאכקיינמאל נישט געהערט מ'זאל נוצן דאס ווארט?! אוודאי נישט, ווייל ענגליש איז אזא איידעלע שפראך, אז אפילו פאר א פשוטע מענטש זאגט מען "איר"...


אודאי, thou shall not kill, thou shall not commit adultery, גארנישט איידל מיט דעם...

אבער למען האמת איז גארנישט אזוי זיכער אז דאס איז די חילוק צווישען you און thou. ס'האט א לאנגע היסטאריע מיט פארשידענע נפק"מ'ס אין פארשידענע תקופות אין פארשידענע מקומות, יעדעס איינס מיט אייגענארטיגע הנהגות. At some point איז טאקע געווען די נפק"מ צווישען איידל און מער פראסט.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 4:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין אלע אלטע ביכער וועלע נוצן דעם ווארט "Thou" ווערט עס באנוצט נאר בלשון נוכח, און די ווארט "You" ווערט נאר באנוצט בלשון נסתר, שפעטער ווען ענגליש איז געווארן מער "איידל" האט מען אויפגעהערט רעדן בלשון נוכח, און מ'איז געבליבן נאר מיט'ן לשון נסתר "You". און די זעלבע איז געשען מיט אלע לשון נוכחס, "Thou shalt not kill" (דו זאלסט נישט דערמארדן) איז געווארן "You shall not kill" (איר זאלט נישט דערמארדן).
https://www.quora.com/What-is-the-diffe ... the-latter

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
און אז מ'רעדט שוין...
געהערט אמאל א ווארט. פארוואס שטייט איינמאל "לא תגנוב" און נאכאמאל "לא תגנובו"? ווייל דאס צווייטע מאל איז א באזונדערע אזהרה פאר די שיינע אידן, "איר" זאלט נישט גנב'נען... ודפח"ח.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 4:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
באמת שטייט שוין די ווארט אין רש"י, ביי לא תגנוב זאגט רש"י אז ס'גייט ארויף אויף קידנעפן, וואס דאס טוען נאר פראסטע מענטשן, און ביי לא תגנובו ולא תכחשו מיינט עס רויבן געלט, וואס דאס איז א פאך וואס איז געאייגנט בעיקר פאר אנגעזעהנע מענטשן... מרופט עס אפילו "White collar crime"...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 4:45 pm
דורך זאפטיג
עי' אבן עזרא דאי' לשון רבים כי גם הרואה ומחריש גנב הוא!!

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 5:49 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין...
געהערט אמאל א ווארט. פארוואס שטייט איינמאל "לא תגנוב" און נאכאמאל "לא תגנובו"? ווייל דאס צווייטע מאל איז א באזונדערע אזהרה פאר די שיינע אידן, "איר" זאלט נישט גנב'נען... ודפח"ח.


וועגען דעם שטייט לא תגנבו אין פרשת "קדושים".

און פלעינע לא תגנוב, אין פלעינע פרשת "יתרו"...

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:34 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א מיידל וועליכע האלט די הבדלה לעכט הויעך וועט האבען א הויכען חתן

אויב מען עפענט א שירעם אינדערהיים אדער מען איז א נאשער (עסט אסאך נאש) אלץ קינד וועט רעגענען ביים די חופה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 9:32 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: מיין אייניקל האט געהאלטן די הבדלה לעכט הויעך. און זי האט באקומען א הויעכן חתן...!

מיין ווייב האט געהאלטן די הבדלה לעכט הויעך, און זי האט נישט באקומען א הויעכ'ן חתן...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 9:33 pm
דורך מצפצף
מיין ווייב האלט הויך די הבדלה, און איך בין נאכאלץ נישט געוואקסן (אין די לענג)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:22 am
דורך איך אויך
ווילסט נאכמאל ווערן איר חתן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:36 am
דורך berlbalaguleh
גוטזאגער האט געזאגט: אז ווען מ'רעדט פון א מענטש קומט ער (א סאך מאל) אן...!

דאס איז מער ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה. ווייל דאס געשעהט זייער א סאך מאל.

ס'איז דא איבער דעם א ווערטל סיי אין אידיש און סיי אין ספאניש.

דאס ווערטל אין אידיש גייט אזוי:...ווען מ'רעדט פון מלאך, קומט דער גלח...!

אין ספאניש גייט עס אט אזוי..."Hablando d'el loma' el Burro se assoma"...!

ווען מ'רעדט פון שטרוי, קומט אן דער אייזל...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 10:53 am
דורך berlbalaguleh
נאך אן איינרעדעניש. אדער באבע מעשה: דא אויף קאווע שטיבל. אויב מ'שרייבט א גוטע תגובה אדער מאמר וועט דער עולם געבן לייקס.

רבותיי. איך הייב שוין אן צו גלייבן אין א טייל פון די איינרעדענישן. זעהטס אז איך זאלל נישט בלייבן אומגערעכט...לאל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 11:25 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:ווילסט נאכמאל ווערן איר חתן?

איך אויך: אפשר אין נעקסטן גילגול. אין דעם גילגול איז גענוג איינמאל...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 11:09 am
דורך ליב צו וויסן
berlbalaguleh האט געשריבן:גוטזאגער האט געזאגט: אז ווען מ'רעדט פון א מענטש קומט ער (א סאך מאל) אן...!

דאס איז מער ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה. ווייל דאס געשעהט זייער א סאך מאל.



דאס איז ווייל די אנדערע הונדערט מאל וואס מען רעדט פון איינעם און ער קומט "נישט" אן, געדענקט נישט דער מח... במילא די פאר מאל וואס ער קומט יא אן פאפט עס דער מח אז עפעס ספעציעל איז דא פארגעקומען.

(דאס זעלבע איז בנוגע "מופתים" אדער פארשידענע Health וואונדער מיטלען ואכמ"ל)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 1:53 pm
דורך yn.NY
ביי מיר אין שטוב ווייס מען אז א בעבי טאר נישט קוקן אין שפיגל ביז ער קען רעדן... האט נאך איינער געהערט פון די באבישע משוגעת?...

ביי דע וועי, א טערעפיסט האט מיר לעצטענס געזאגט אז בעיביס האבן ליב צו קוקן אין שפיגל, און ס'בארואיגט זיי. כ'האב זיך פארשטייט זיך צוגעשטאפט דו אויער, נישט נכשל צו ווערן ח"ו מיט קיין דברי כפירה :D

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 3:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
yn.NY האט געשריבן:ביי מיר אין שטוב ווייס מען אז א בעבי טאר נישט קוקן אין שפיגל ביז ער קען רעדן... האט נאך איינער געהערט פון די באבישע משוגעת?...

ביי דע וועי, א טערעפיסט האט מיר לעצטענס געזאגט אז בעיביס האבן ליב צו קוקן אין שפיגל, און ס'בארואיגט זיי. כ'האב זיך פארשטייט זיך צוגעשטאפט דו אויער, נישט נכשל צו ווערן ח"ו מיט קיין דברי כפירה :D

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 3634165463

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 5:10 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: אז א בעיבי וואס קען נאכנישט רעדן זאלל נישט קוקן אין א שפיגל האביך געהערט. דאס האט מען ביי אונז אויך (האלב) איינגעהאלטן. איך ווייס אבער פאר א פאקט אז א טאדדלער וואס גייט שוין ארום, האט א פאר ציינדלעך. און זאגט שוין א פאר ווערטער. אויך. אז די בעיביס ענדזשויען זייער שטארק צו קוקן אין א שפיגל. זיי רעדן אפילו און שפילן זיך מיט די פיגור וואס זיי זעהען. זיי מיינען אז ס'איז זייער פרענד. און זיי שפילן זיך מיט איהם/איהר.

אויסלעשן די הבדלה לעכט מיט בלאזן אויף דעם, דאס טוה איך אייביג. איך ווילל נישט האבן אזא פנים ווי דער פראפעסאר וואס האט געדרשנ'ט אין א אוניווערזיטעט אז דזשערמס איז נאר אן איינרעדעניש. ער האט געהאלטן א גלאז אנגעפולט מיט וואסער. ער האט געזאגט צו די סטודענטן אז די וואסער איז אנגעפולט מיט דזשערמס..."קוקטס. איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט גארנישט געשעהן צו מיר."...ער האט אויסגעטרונקען די וואסער און ער איז תיכף געשטארבן...לאל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 11:03 pm
דורך מצפצף
berlbalaguleh האט געשריבן: איך ווילל נישט האבן אזא פנים ווי דער פראפעסאר וואס האט געדרשנ'ט אין א אנייווערזיטעט אז דזשערמס איז נאר אן איינרעדעניש. ער האט געהאלטן א גלאז אנגעפולט מיט וואסער. ער האט געזאגט צו די סטודענטן אז די וואסער איז אנגעפולט מיט דזשערמס..."קוקטס. איך גיי עס אויסטרונקען און ס'וועט גארנישט געשעהן צו מיר."...ער האט אויסגעטרונקען די וואסער און ער איז תיכף געשטארבן...לאל.

דאס איז אויך א באבע מעשה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 1:28 am
דורך שמעקעדיג
נע, קוקט ענדערש אויס ווי א "זיידע מעשה"...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 08, 2021 1:57 am
דורך רביה''ק זי''ע
צ/ק

מיט׳ן באצייכענען א זאך ווי אן איינרעדעניש אדער באבע מעשה וועלן מענטשן אויפהערן גלייבן דערין.