בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:26 pm
דורך אויס מענטש
פייויש שווארץ פון וומ"ס
ער האט א שטיבל און דארטן האט ער אויפגעטרעטן פאר תקיעת שופר מיט די פראז
רבותי! דער רבי איז נישטא און אונז זעמיר טיף אין "תחת" למנצח..
און עס האט זיך פיין פארקויפט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:32 pm
דורך sunbar
נייס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געלאפן פאר פרעזידענט. אה, זיך רייסן ביי א דעבאטע, וואס קען זיין בעסער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:12 pm
דורך sunbar
קופערניקוס האט געשריבן:איך וואלט געלאפן פאר פרעזידענט. אה, זיך רייסן ביי א דעבאטע, וואס קען זיין בעסער


קעגן סיי וועלכע פרעזידענט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:32 pm
דורך טאמבל סאס
דעינעש האט געשריבן:קרעקער, האלט אייך רואיג. אזוי ווי אייך, איז אונזער סיסטעם ג"ג. אייערע קינדער (ס'עפעל) פאלן נישט ווייט פון טאטען (בוים).
און עס האט זיך געמאכט און די עבר נייגעריגע סארט פון אינזער סיסטעם (טאמבי סטייל), וואס זענען געווען פון די וואס האבן געוואלט אריבער קוקען די מחיצה. אבער זיי ציען צוריק צום שורש אינ'אמת'ן.

וואו זעסטו אז איך ציה צוריק צום שורש? :D
ס'קען זיין! אבער פון וואו דרינגסטו זיך אויף?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:10 pm
דורך דעינעש
א) וויבאלד ביזט גרייט צו ברענגען דיין עבר צו יעדן'ס באוואוסטזיין, נאר כדי צו לאזן וויסן את הצריכים תיקון.

ב) נאך אלעם ביזטו צוריק ציווישן אונז ק"ש ליינער\שרייבער מאמע אידיש רעדן'דע, זיך צו אהנווארעמען און דערפרישן מיט ריין היימישע שטאף.

ג) ביזט א געוואלדיגע שטארקע כאראקטער און צומאל א סעמפל פון א: אפי' חרב חדה מונחת על צווארו של אדם על ימנע עצמו מן הרחמים, מיט דיין אמונה בכל קוצו של יו"ד פון תורתינו הק' והטהורה והחביבה, טראץ דיין אזויגערופענע מאיזה סיבה שהוא אויפגעקלערטקייט.

און.. כ'האב געשריבן טאמבי סטייל, ווייל דיין שרייענדיגע תגובה'לע בעצם איז די חיזוק און פרוף פאר קרעקער אז ..כדלקמן\לעיל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:30 am
דורך רויטע וואנצעס
סייקאלוזשעסט, פעינט ארטיסט, ווייניליסט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:40 am
דורך יואב
געפילטע פיש האט געשריבן:א בנש"ק'ל האט זיך אמאל אויסגערעדט צו מיר אז ער וואלט ענדערש געווען א טראק דרייווער און יעצט איז ער סטאק מיט מלומדות.

אפשר וואלט טאקע געוועזן כדאי, אז מיין זון זאל לערנען ביי אזא איינעם. אז דער רצון איז דא, האבן צדיקים געזאגט איז שוין גענוג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 7:31 pm
דורך הקטן
קווארטין האט געשריבן:אפשר וואלטעך געשטאנען ביי א טאל-בוט
אפשר וואלטעך געווען א טור גייד ביי היסטאריק סייטס
אפשר וואלטעך געווען א טרעפיק פאליס
אפשר געארבייט פאר די סענעטעישאן דעפ.
אפשר וואלטעך געווען א סעילסמאן פאר קארס
אה, אפשר וואלטעך געארבייט פאר א געז סטעישאן

נו, ווער לאזט דיך נישט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:סייקאלוזשעסט, פעינט ארטיסט, ווייניליסט.

ווען איך וואלט געבוירן געווארן ביי אן ארטיסט (אדער אליינס געוועין אן ארטיסט) וואלט איך געקומען וואוינען אין וויליאמסבורג, לעיבן די חסידיק קאמיוניטי, אין די ספעציעלע, פענסי אפארטמענטס וואס מ'האט אויפגעבויעט ספעציעל פאר מיר. ווייל די חסידיקס קענען זיך נישט ערלויבן צו וואוינען אין אזאלכע טייערע דירות. ליתר פרטים עיין באשכול " ויהי אחרי הגירוש".... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:13 am
דורך אליצפן
איך וואלט געווארן א פיילאט אין דער עיר פארס. אזוי ווי ס'איז טראכט איך ערנסט פון מאכן היסטאריע, און ווערן דער ערשטע חסידישע קאמערציאלע פיילאט. אבער אלס גוי? אוי וואלט איך געהאט פאן...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:29 am
דורך אויסגערוט
מיט דיין אוואטאר לאזט מען דיך ניטאמאל ארויף אויפן פליגער

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:27 am
דורך berlbalaguleh
אליצפן האט געשריבן:איך וואלט געווארן א פיילאט אין דער עיר פארס. אזוי ווי ס'איז טראכט איך ערנסט פון מאכן היסטאריע, און ווערן דער ערשטע חסידישע קאמערציאלע פיילאט. אבער אלס גוי? אוי וואלט איך געהאט פאן...

דער פראבלעים איז, אז ווען דער פלעין 'עט אנקומען אין א שטאט, וועט מען נישט וויסן אויב יונייטעד עירליינס פלייט 13 איז אנגעקומען אדער דער הוידו-נאנאשער רבי... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o די חסידים 'עללן נאך ארויסקומען צום עירפארט מקבל פנים זיין זייער רבי, און טאנצן מיט ווארימע חסיד'ישע ניגונים... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: ;)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 10:59 am
דורך קינד_אן_קייט
דער אשכול דערמאנט מיר פון איינשטיין׳ס אינטערעסאנטע אימרא:

“If I could do it all again, I'd be a plumber”

א געוואלדיגע חיזוק פאר פלאמבער׳ס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 11:45 am
דורך יאיר
קינד_אן_קייט האט געשריבן:דער אשכול דערמאנט מיר פון איינשטיין׳ס אינטערעסאנטע אימרא:

“If I could do it all again, I'd be a plumber”

א געוואלדיגע חיזוק פאר פלאמבער׳ס.

דו ווייסט אפשר א מקור צו די מימרא? ארומזוכנדיג האב איך נישט געקענט טרעפן, און איך בין חושד אז דאס איז נאך איינע פון די מאדנע קוואוטס וואס מען האט ארויפגעקלעבט אויף זיין נאמען. בפרט אז עס איז זיך סותר מיט זיין אנדערע מימרא אז ווען ער וואלט נישט געווען א פיזיקער וואלט ער געווארן א מוזיקאנט. ויש ליישב אז דער פלאמבינג קוואוט איז א גלגול פון אן אנדערע מימרא וואס ער האט געזאגט נאך די ערפינדונג פון די אטאם באמבע, אז ווען ער וואלט געוואוסט וואס וועט ארויפקומען פון זיינע טעאריעס וואלט ער ענדערש געווארן א זייגער מאכער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:16 pm
דורך קינד_אן_קייט
יאיר האט געשריבן:דו ווייסט אפשר א מקור צו די מימרא? ארומזוכנדיג האב איך נישט געקענט טרעפן, און איך בין חושד אז דאס איז נאך איינע פון די מאדנע קוואוטס וואס מען האט ארויפגעקלעבט אויף זיין נאמען. בפרט אז עס איז זיך סותר מיט זיין אנדערע מימרא אז ווען ער וואלט נישט געווען א פיזיקער וואלט ער געווארן א מוזיקאנט. ויש ליישב אז דער פלאמבינג קוואוט איז א גלגול פון אן אנדערע מימרא וואס ער האט געזאגט נאך די ערפינדונג פון די אטאם באמבע, אז ווען ער וואלט געוואוסט וואס וועט ארויפקומען פון זיינע טעאריעס וואלט ער ענדערש געווארן א זייגער מאכער.

לויט דעם וויקי ארטיקל, האט דאס איינשטיין געשריבן אין א בריוו צו א מאגאזין אין 1954 און ער האט געמיינט דערמיט צו זאגן אז ער וואלט ליבערשט נהנה געווען מיגיע כפיו און זיך ערנערט פון א סטאבילע מקור חיונה ווי איידער צו זייין אנגעוויזן אויף יענעם און זיך מוטשען אלץ סייענטיסט.

לויט דעם ארטיקל, איז גאר דער זייגער מאכער מימרא נישט ריכטיג:

[left]"If only I had known, I should have become a watch-maker"

According to The Quote Verifier (2006) by Ralph Keyes, Einstein never said any such thing. (According to p. 285 of the book's "source notes" Keyes checked New Statesman 16 April 1965, which is commonly cited as the source of this quote. Some other books claim it's from New Statesman 16 April 1955 and at least one has it as 1945, but a Google Books search with the date range restricted to 1900-1995 shows that all the earliest sources give it as 1965. This includes the earliest source located, The Penguin Dictionary of Modern Quotations from 1971, as can be verified by this search.) Keyes notes that Einstein "did use similar words to make a very different point" when he wrote, in a 1954 letter to the editor at The Reporter magazine, "If I would be a young man again and had to decide how to make my living, I would not try to become a scientist or scholar or teacher. I would rather choose to be a plumber or a peddler in the hope to find that modest degree of independence still available under present circumstances"[/left]

עיין שם.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:32 pm
דורך יאיר
אהא, דער אריגינעלער נוסח מאכט טאקע מער סענס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:29 pm
דורך חסיד
און לכאורה טאקע דערפאר האט ער נישט אנגענומען די פרעזעדענטשאפט פון מדינת ישראל, זעענדיג אז זיין חכמה קען חרוב מאכן א וועלט