בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:03 am
דורך שמעקעדיג
וואס מאכסטו, גרוש לעבן?
שלאפסט שוין? וויינסט?
בעהט דיך אויס אלעס גוטס!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:06 am
דורך sunbar
מען קען בלייבן אויף שפעט. מען ארבעט נישט מארגן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:43 am
דורך גרוש
סאנבאר דאווענען און לערנען דארף מען יא מארגען,
אויסגערוהט דארף מען אויך זיין
שמעקעדיג ישר כח פארן טראכטן פפון מיר, איך בין היפש אויסגערוהט כ'האפ האסט מיר אינזין געהאט ביי מעריב
די וואך איז די מעריב אין א בחינה פון קריאה מעורר הזמן
ויפגע במקום יעקב תיקן תפלת ערבית,
און טאקע פאר אזעלכע זמנים
ער האט דעמאלט געזאגט אני בן פ"ד שנים אימתי אעמיד י"ב שבטים,
אבער ער האט נאך דעמאלט געקענט זאגן "ראשית אוני"
אונז זעמיר נישט ביי די מדרגה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:54 am
דורך גרוש
גראדע בין איך היפש אויסגערוט, דו?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:04 am
דורך שמעקעדיג
ששש... נאק קנאק.... איינער איז דא??
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:28 am
דורך [NAMELESS]
יא. איך בין דא. איך האב שוין געהאלטען ביים דרימלען האסטו מיך אויפגעוועקט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:48 am
דורך גרוש
גוט מארגען, איינער איז נאך אויף?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 5:14 am
דורך גרוש
די אשמורת הבוקר קומט שוין באלד צו א ענדע, און איך בין גע'הרג'ט מיד,
און איך קען נאך נישט גיין שלאפן,
איך דארף מיר נאך אויסוויינען צום רבון כל העולמים, יעצט ווען מיר האלטן אין א מצב פון:
שדה אדום - ר"ת א'ין ד'ורש ו'אין מ'בקש
זיך גרייטן:
לדורן (די בעסטע מתנה פארן אייבערשטען איז דמעות "מלך מתרצה במעות"), ולתפלה, אפילו ווען מען האלט נאך פאר, ולמלחמה, (פארן מלחמת היצר)
מתפלל זיין אז עס זזאל שוין זיין "הנוטר בריתו שורה עליו שם ש-ד-י"
עס זאל זיין "אני קל ש-ד-י (דורך) פרה ורבה (מקיים זיין פרי' ורבי' בהידור רב) מיט די ריכטיגע "ברכות שדים ורחם"
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:05 am
דורך לעמיל
העלא???? (נישט די ניק),
איינער איז דא?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:02 am
דורך קאווע טרינקער
איך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:30 am
דורך גנדי
איך קען נישט איינשלאפן!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:17 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט
פאר ווער עס קען דעם איד איז עס גאר אינטערעסאנט, א איד איבער די תשעים קע"ה, א תלמיד חכם עצום, ער לעבט און לאכט, ער גייט אליינ'ס ארום, און מאכט פרייליך יעדן וואס קומט מיט אים אין ווארט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:54 am
דורך קאווע טרינקער
האט ער עפעס מיט די פלייישמאן וואס איז אוועק די וואך? פון וויען
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:55 am
דורך ברסלבער
א ערשטע קאזין
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 2:23 am
דורך גרוש
מיר שטייען באשמורת הבוקר,
דעם "שמאלו תחת לראשי" (די ערשטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די לינקע זייט) האב מיר שוין מקיים געווען ברוך השם
דעם "וימינו תחבקני" (די צווייטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די רעכטע זייט) קען מען ליידער נאך נישט מקיים זיין,
על אף וואס "אשמורת הבוקר וכו' אשה מספרת עם בעלה"
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:01 am
דורך קאווע טרינקער
אהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:10 am
דורך גנדי
איך קען אויך נישט שלאפן.
איך בין צו מיד צו איינשלאפן.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 9:45 am
דורך אבגד
קאווע טרינקער האט געשריבן:אהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?
דאס איז טאקע די פראבלעם!
אז דו ביזט ״נערוועז״ פאר׳ן תענית, זאלסט וויסן אז רוב שוועריגקייט פון תענית איז מער אין קאפ ווי אין בויך, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז גארנישט אז מ׳עסט אביסל שפעטער, און העסטענס וועסטו אויפשטיין פארן עלות צו טרינקן (און עסן אויב דו ווילסט, אבער מיט א תנאי פאר׳ן גיין שלאפן כהלכה), און וויפיל מאל מאכט זיך דיר אז דו ביזט אזוי פארנומען אז עס קומט נישט אויס אז דו זאלסט עסן פון פרישטאג ביז סאפפער, אז דו וועסט אזוי טראכטען וועסטו זעהן אז עס וועט דיר גיין גרינגער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:57 am
דורך שמעקעדיג
עס כאפט מיר נישט דער שלאף!
וואס טוט מען?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:25 am
דורך נולד מאוחר
מסיינט ארויס פון קאווע שטיבעל
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:06 am
דורך זר זהב
כבין געווען ברור אז כוועל נישט קענען שלאפן. למעשה ביניך גוט איינגעשלאפן, א מחיה. די עי סי נויז געט אסאך צו. די קישען איז גאאז דאון גאר באקוועם. איך חלום זיך עפעס מאדנע, א סיבירישער טיגער טרינקט פאלשע פיש זאפט און געלונגען שרייט לאל, א רגע כבין דאך אין די ראנג אשכול דא
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:21 am
דורך טעפל
זר ביסט נאך דא??
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:29 am
דורך זר זהב
ניין