בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:27 am
דורך ענדע צדיק
אם ראשונים כמלאכים, אויב האלטן מיר די צדיקים ווי מלאכים, אנו כבני אדם, זענען מיר פארעכענט ווי מענטשען,
אם ראשונים כבני אדם, אויב האלטן מיר זיי ווי מענטשען, אנו כחמורים, זענען מיר אייזלען...

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:57 pm
דורך שמעקעדיג
שיין... גאנץ ענליך צום געהעריגן פשט נאר מיט א אנדערע טוויסט.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 10:10 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג, דו ביסט נישט קיין חניוק, וועסט נישט פארשטיין.
מ'דארף אריינציען די שפייעכטץ ווען מ'זאגט חניוקישע תורולעך.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:13 am
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:א שיינע מעשה אבער נישט פאר אונז חניוקיעס, פאר אונז איז וויכטיגער צו וויסן ביי וועם דער הייליגער קרעקוויטשירס זין פונעם צווייטן ווייב איז געווען געווען א איידעם בזויג שלישי, ווי צו וויסן ביי וועם אהרן הכהן איז געווען א איידעם.

און אז א יוד שטייט אין פאליש פון ביהמ"ד מיט איין פוס אויפ'ן באנק און איז ארומגענומען מיט א רעדל אנשי שלומינו אין א גרינעם מיטוואך (אדער זונטיג) און ער דינגט זיך וויאזוי דער ---- ---ק'ער רבי זאגט דעם "שקל אשא" (אין יוצר לפרשת שקלים), אנדערש ווי דער ------יער רבי. דאס איז נישט חניוק'יש?.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
דער ווארט האב איך געזעהן אין "ספר החיים", וואס האט מחבר געווען א ברודער צום הייליגן מהר"ל.

דער פסוק זאגט "צדיק אוכל לשובע נפשו ובטן רשעים תחסר" (משלי יג, כה). רעדט ער דארט איבער דעם תאוות האכילה. א צדיק עסט אפ אביסל, בלויז כדי ער זאל זיין זאט. איינמאל ער איז זאט, מאכט ער א נאך ברכה, און צוריק צו די עבודת הקודש. ווידעראום דער רשע, פרעסט וויפיל עס גייט, און ווען ער איז שוין אנגעשטאפט אזש דאס בויך פלאצט אים, און ער זעהט אנדערע געשמאקע מאכלים וועלכע ער האט נאך נישט עספיעט צו טועם זיין, האט ער צער דערפון, ער וואלט נאך געוואלט האבן פלאץ אין בויך דאס אריינצוריקן, ער וואלט גערן געוואלט "בארגן" א בויך פונעם חבר צו קענען אריינשטופן נאך עסן, טראץ וואס ער איז שוין זאט, ווייל ער וויל נאך תאוות, ער וויל אלעס, קומט אויס אז וויבאלד זיין בויך איז שוין אנגעפולט, און בארגן א בויך פונעם חבר איז דאך נישט שייך, גייט ער ארום מיט די הרגשה אז עס פעלט אים א בויך וואו אריינצושטופן דאס איבריגע עסן...

דאס איז פשט, צדיק אוכל לשובע נפשו, נאר צו די זעט, און ער איז צופרידן, אבער "ובטן רשעים תחסר", עס פעלט אים כסדר א בויך...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 11:03 am
דורך שמעקעדיג
א שיין ווארט פון אלשיך הק'.

אז יאמרו בגוים הגדיל ה' לעשות עם אלה, הגדיל ה' לעשות עמנו היינו שמחים. נו אודאי וואלטן זיי געווען פרייליך אויב זיי באקומען דאס, וואס איז דער חידוש, וואס איז פשט פון דעם אויסדרוק.

נאר דער ענין איז, אז נישט אלץ איז מען אזוי פרייליך ווען מען הערט א בשורה טובה פאר א צווייטן. למשל, אז מען קומט זאגן פאר א בלוטיגן ארעמאן "דו האסט געווינען 100 אלפים", קען מען זיך פארשטעלן זיין גרויסע שמחה, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון פון פרייד. אבער אז מען קומט צו א עושר אדיר וועלכער דרייט מיט מיליאנען יעדן טאג און אין זיין באנק קאנטע ווארעמט זיך הונדערטער מיליאנען, און מען זאגט אים אז ער האט געווינען דעם זעלבן סכום, 100 טויזענט, וועט ער זאגן "ביג דיעל", פאר מיר איז עס נישט מער ווי טשעינדזש, ס'איז בכלל נישט קיין גרויסע שמחה. און ממילא ווען ער הערט אז איינער האט געווינען 100 טויזענט דאלער איז ער יענעם בכלל נישט מקנא. ער דארף געווינען אזא 10 ביליאן דאלער כדי צו ווערן בשמחה און עקסייטעד! און אויב וועט איינער געווינען אזא סכום, הערשט דאן וועט ער יענעם מקנא זיין!

בשעת מיר זענען אין גלות און מיר אידן ליידן פון אלע זייטן, זענען מיר גלייך ווי דעם ארעמאן, וואס יעדעס ביסל גוטס וועט אונז משמח זיין ביזן טיפעניש פון הארץ, און אז מען וועט אונז קומען מבשר זיין אז מען וועט אונז מער נישט הרג'ענען אדער פיינט האבן וכדומה (למשל כשיטת אין בין העוה"ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד) וועט מען שוין זיין פרייליך, ווער רעדט נאך אויב זאגט מען אז מען וועט מער נישט ליידן פון ביטערע ארעמקייט, דאס איז דאך שוין געוואלדיג, וואס קען שוין זיין בעסער... אבער גיי זאג דאס א דורכשניטליכן גוי (א בעל פרנסה) וואס טינקט זיך אין תאוות עוה"ז, ער האט פון אלעם גוטן וואס ער חלומ'ט נאר אן קיין שום גדרים, די "גוטע בשורה" אז מען וועט אים מער נישט הרג'ענען און נישט פיינט האבן, ער וועט ענטפערן וואס דער עושר זאגט, "ביג דיעל" הזאת נעמי? דאס איז א גוטע בשורה?

עכ"פ מיר זענען ווי די ארימעלייט און די גויים ווי די עשירים. זאגט דוד המלך די בשורה, אז מיר וועלן באקומען אזויפיל גוטס, ווי למשל 10 ביליאן דאלער, עד כדי כך אז אפילו דער גוי, דער עושר, וואס האט פון אלעם גוטן וועט אויך פלאצן פאר קנאה! דאס מיינט אז די גוטס וועט זיין אבנארמאל, פיהל מער ווי א איד קען זיך פארשטעלן!

דאס זאגט דער פסוק, אז יאמרו בגויים, די גויים די עשירים וועלן זאגן, WOW, הגדיל ה' לעשות עם אלה, קוק וואס דער באשעפער האט געטאן צו די אידן, אזוינע גוטע זאכן, וואס "הגדיל ה' לעשות עמנו, היינו שמחים", אפילו מיר זאלן דאס באקומען וואלטן מיר געווען פרייליך!

קען מען אריינלערנען פשט אין שבת נחמו (זריזין מקדימין..), סתם א ישועה וואלט אויך געווען א נחמה, אבער עס קומט נישט סתם א נחמה, נאר א "נחמה בכפליים", ד.ה. אזא נחמה וואס אפילו די עשירים וועלן קוקן מיט וואונדער און קנאה.

לאמיר האפן מיר וועלן בקרוב זוכה זיין דערצו, און דערווייל לאמיר זיך מחזק זיין ברודערלעך אינאיינעם, און נישט פארפאסן די ישועה הקרובה לבא השתא בעגלא ובזמן קריב.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:10 am
דורך כספי
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אשה חשובה אחת באה להצדיק בעל האוהב ישראל מאפטא להתייעץ עמו באיזה ענין. מיד כשדרכה רגלה על מפתן ביתו, צעק הצדיק בקולי קולות: זונה! לא מזמן רב עשית עבירה גדולה, ועתה באת לביתי, לכי מכאן,
ענתה האשה ואמרה:
הבורא יתברך הוא ארך אפים ואינו נפרע מרשעים מהר, ואינו מגלה אותם לשום בריה, כדי שלא יתביישו לעשות תשובה, והרב מאפטא יושב על כסאו ואינו יכול להתאפק שלא לגלות אשר כיסה הבורא...
חייך הרב ואמר, מימי לא נצחני אדם חוץ מאשה זו.
ביי א צווייטן צדיק איז אמאל געזעצן א איד ביים טיש מיט מחשבות זרות, האט ער זיך פארגעווארפן, נו, ביים צדיק'ס טיש מחשבות זרות?! ס'שטערט דעם צדיק, האט ער געטראכט מלא כל הארץ כבודו פארוואס פארן באשעפער האט ער נישט מורא? האט זיך דער צדיק אנגערופן דער באשעפער האט אבער נישט קיין גאל...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:11 am
דורך כספי
ידען האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:רחמיך רבים השם, אויף דיר רבונו של עולם איז א גרויס רחמנות, האט דער הייליקער רוזשינער זי"ע געטייטשט.
פארוואס איז ער א רחמנות?

סע פעלט איהם געלד?

כבוד?

ער דארף דע זאכן?

סע דא עפעס וואס ער קעניש טוהן?

וואס איז די רחמנות?
ער האט באשאפן אזא שיינעם וועלט כדי מ'זאל עם טרעפן, און קיינער זוכט עם נישט וכש"כ אז קיינער טרעפט עם נישט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:11 am
דורך כספי
ענדע צדיק האט געשריבן:פון קאצק אדער לעכוויטש,
וכי ימוך אחיך אז דיין ברידער וועט זיך פאר'מוח'ן, ומטה ידו און מאכן מיט די הענט, והחזקת בו מעגסטו חוזק מאכן פון אים.
שמעתי מר' מאיר'ל מפרעמישלאן זצ"ל