אלס איינער וואס האט געלערנט אין די גרויסע מאנרא ישיבה אין די צייטן ווען מ'איז נאך געגאנגן צו חתונות (אויך געווען דעמאלטס שלא ברשות....) וועל איך אביסעלע אראפלייגן וויאזוי א חתונה סיזען האט אויסגעקוקט:
איך וועל אנהייבן פון ראש חודש כסלו...:
מ'איז אויפגעשטאנען געהעריג (געווענדליך נאך פארטאגס אלס אנפאנג זמן...) אלעס איז געגאנגן כשורה ביז 5:00 נאכמיטאג. 5:00 האט מען זיך שוין גענומען גרייטן צום גרויסן חתונה פון דעם בחור וואס איך האב קוים אויסגעטוישט צוויי ווערטער אין אונזערע צוויי יאר מ'האמער געלערנט אין ישיבה, נאר אז "יעדער" פארט צו די חתונה, וואס האב איך צו זיכן אין ישיבה?? נאכדערצו ווען מ'האט געוויסט אז ס'גייט זיין א "ראק-ענד-ראל" חתונה...
מ'איז אראפגעגאנגן צו מרדכי שעהר קאר. סקאנימאנק, פון דארטן איז געפארן די נצח חתונה באס (יאפ! פון ישיבה איז עס קיינמאל נישט געפארן ווייל ס'איז נישט געווען אפיציעל..) מ'איז געפארן אן קיין עסן פאר אנדערהאלבן שעה און מ'איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג איז מען געוואר געווארן אז דער חתן איז נאך ניטאמאל אריינגעקומען... די וויליאמסבורגע בחורים זענען טייל אהיימגעגאנגן און א טייל האבן ארומגעהאנגן מיט די אנדערע בחורים ביז מ'האט באקומען די ביפ (נאך קיין סעלפאון'ס נישט געווען...) אז מ'קען שוין גיין צום זאל.
מ'האצעך אויסגעהאפקעט פאר אפאר שעה און מ'האצעך פארשוויצטערהייט ארויפגעזעצט אויפן באס, ויחנו למאנדרא הבירה.
מ'איז אנגעקומען כמעט צווייע ביינאכט אין ישיבה און קיין פארטאגס איז שוין די נעקסטע טאג נישט געווען.
ר' מאיר לעזער (ווער ס'ווייסט ווער דאס איז) האט אויפגעוועקט צו זמן קר"ש און מ'האצעך היפש שנעל צוריקגעלייגט, מ'איז אויפגעשטאנען ווען מ'האט געשפירט אז מ'איז שוין אויסגעשלאפן און מ'איז געניג אויסגערועט אז מ'זאל קענען ביינאכט פריש טאנצן....
די שאוערס אין ישיבה האבן שוין נישט דעמאלטס געארבייט, סאו מ'איז אראפגעגאנגן קיין גארפילד (גרויסע שוהל) פאר א מקוה/שאוער און מ'האט שוין דארט געדאווענט.
נאכן דאווענען א סטאפ ביי פת שחרית טרעקל פאר פרישטאג, און אנדערע ביים שאפינג סענטער.
בקיצור אזוי אויף צוועלעווע איינסע איז אלעס שוין געווען מסודר, און צווייע איז שוין געווען לאנטש.... פינף אזייגער האט זיך פריש אנגעהויבן די צוגרייטונגן (און יעצט פאנג פריש אן צו ליינען דעם ארטיקל פאר ווייטערדיגע באריכטן איבער נאך פינעווע....)
יעצט פארשטיי מען שוין וואס ס'איז אלע יארן געגאנגן אין לעבן איינצופירן די "חתונה תקנות"????
יא מ'האט אלע יארן פרובירט! איך געדענק נאך די פתיחה דרשות פונעם ברך משה זצ"ל ובנו -להבחל"ח- די רב (היינט רבי) און ראש ישיבה שליט"א. דעס וואס שרייבער האט שוין
דא געשריבן איז געווען מער ווי איינמאל! ס'איז נאר פריש ארויפגעקומען אלס א שטארקע התעוררות -ווי שרייבער האט שוין
דא דערמאנט- ווען מו"ר הגאון האמיתי רבי זעליג שפילמאן ז"ל איז אוועק אינמיטן די מצוה טאנץ פון זיין טאכטער, האט זיך מו"ר הגאון הצדיק ר' יונה פילאפף זצ"ל אויפגעשטעלט און געבעטן מ'זאל איינצוימען די "גיין אויף חתונות" און פון דארט און ווייטער איז אלעס היסטארי.
די פאקט אז ערשטע קאזין'ס און חברים נאך די חתונה טאנצן היינט גאר לעבעדיג ביי די חתונה, נעמט נישט אוועק די פרייד פונעם חתן. און חתונות זענען ב"ה זייער לעבעדיג אזוי אויך. די איינציגסטע גרויסע חילוק האט זיך נאר אויסגעשטעלט, אז אנשטאט מ'האט אמאל געטאנצן ביז אינדערנאכט אריין, טאמער א מחותן זעהט אז די טאנצן ווערט שוואכער, שטעלט ער זיך אינגאנצן צו צו די "סאטמאר'ע חתונה תקנות" און ער ענדיגט טאנצן 11:00 צו אפילו אפאר מינוט שפעטער.
זאלן אלע שמחות זיין בשלימות! און מ'זאל נאר זיין פרייליך!