בלאט 1 פון 1

בחורים ביי חברים'ס חתונות

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:39 am
דורך זיידעטשקע
ליינענדיג דעם באריכט אז תולדות אהרן רבי האט גע'אסר'ט בחורים צו גיין צו זייערע חברים'ס חתונות, האב איך מיר דערמאנט פון די משוגעת וואס באדערט מיך זייער.
א חתונה דארף צו זיין די פרייליכסטע טאג פון א מענטש'ס לעבן. מיט וועם פונקטליך דארף זיך א חתן פרייען?? מיט זיין כלה וואס ער קען נישט? מיט זיין פעטער וואס ער זעהט נישט ווי לאנג די יאר איז?? מיט זיין קאזין וואס ער געדענקט קוים זיין נאמען?? מיט זיין טאטע וואס זייער רילעישענשיפ איז בעיקר זיין שרייען "שטיי שוין אויף ליידאק! ס׳איז סוף זמן קריאת שמע"??!
די חברים זענען די נאנטסטע צום חתן, און זענען געווענטליך די איינציגסטע וואס קענען אים עכט משמח זיין. פארוואס פייניגסטו??? אפילו אין די איין איינציגע נאכט, יום שמחת לבו, דארף אויך זיין באגרעניצט ביז משוגעת??!!