בלאט 4 פון 7

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:50 pm
דורך זר זהב
דעמאלטס ווערט דאך עס אויסגעגלייכט! איז נעם נישט אראפ און לייג נישט צו.

אבי געקאטשקעט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז נישט גלייך
ווייל דער ווייסער איז נאר שווארץ געווארן אויף איין פיס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:54 pm
דורך זר זהב
און דער פון בארא פארק איז ווייס געווארן אויף ביידע?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:58 pm
דורך איך אויך
זר ביסט א מבין דבר מתוך דבר.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:04 pm
דורך זר זהב
ס'דאך אן ערנסטע נושא..

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:02 am
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:ס'דאך אן ערנסטע נושא..


חחחחחחח :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:03 am
דורך הדד בן בדד
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

:D :D :D
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


משה געציל, וואס דעם פותח האשכול וועט באדערן נעקסט, וועט ער דא מעלדן בייאונז אין שטיבל, קענסט זיכער זיין אין דעם. וואס דיר באדערט, דאס זעה איך שוין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:48 pm
דורך אוהב דעת
קופערניקוס האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.



אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.

דאכט זיך אז ר הערשעלע ספינקער האט געזאגט שיינע זאכען אויף ר חיים

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:19 pm
דורך איחוד פעלד
חוסטער רב פין ארץ ישראל האט געלאזט וויסען אז ער גייט אויך ווייסע זאקען אינדערוואכען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:31 pm
דורך הדד בן בדד
שקועיח ר' איחוד

זעהסטו שוין ווי וויכטיג אזא אשכול איז געווען, אז דער חוסטער רב אליינס האצעך געלאזט אנהערן מען אים אויך אריישרייבן דא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:35 pm
דורך זר זהב
איך האב באמערקט אז ביי געוויסע קלענערע רבי'שע הויפן טראגן די בחורים אויך ווייסע זאקן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:46 pm
דורך קפנדריא
זר זהב האט געשריבן:איך האב באמערקט אז ביי געוויסע קלענערע רבי'שע הויפן טראגן די בחורים אויך ווייסע זאקן.

למשל דעעש און סאטמאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:48 pm
דורך זר זהב
סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:52 pm
דורך קפנדריא
זר זהב האט געשריבן:סאטמאר איז נישט א קלענערער הויף. כ'מיין טאקע דעעש און דאכט זיך אויך וואוידיסלאוו אדער פאלטיטשאן

און ספינקא [כהנא], פון דארט נעמט עס פאלטישאן און קארלסבורג [ווימסב"ג].

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:52 pm
דורך זר זהב
און דעעש?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:33 pm
דורך געפילטע פיש
דעעש נעמט עס פון די דריי-גוד סטאר...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:35 pm
דורך זר זהב
די אנדערע חסידות'ער ווי די בחורים גייען נישט ווייסע זאקן ווייסן עפעס נישט פון קיין דריי גוד סטארס צו זאגן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:03 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט וועגן די אנדערע, אבער איך האב א קראנטע מקור אז פאלטיטשאן נעמט עס פון ספינקא, און דעעש נעמט עס פון וויזנערס דריי-גודז.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:06 am
דורך זר זהב
און פון ווי נעמט עס ספינקא?...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:און פון ווי נעמט עס ספינקא?...

פון די דריי גוד געשעפט אין בני ברק.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am
דורך געפילטע פיש
פון א גרויסע טשוכעפאכע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:21 am
דורך משה געציל
הדד בן בדד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער ווייסט וועלכע רבי'ס גייען ווינטער מיט די ווארמע גאטשעס? ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן, אויב מעגליך אויך וועלכע קאמפאני, בעיקר דאהי, פאר א"י קען מען מאכן א עקסטערע ליסט.

:D :D :D
איך האב פונקט געטראכט וואס עס גייט נעקסט דריקן אויפן מאגען פארן פותח האשכול... איך האב מיך פארגעשטעלט אז נעקסט קומט וועלכע רבי׳ס גייען נישט מיט קיין אונטער העמעדער...


משה געציל, וואס דעם פותח האשכול וועט באדערן נעקסט, וועט ער דא מעלדן בייאונז אין שטיבל, קענסט זיכער זיין אין דעם. וואס דיר באדערט, דאס זעה איך שוין.

איך זאג נישט וואס איך מיין, איך מיין נישט וואס איך זאג, דאנט טעיק איט סא פערסנאל פליז... איי יאס דזשאסט קידינג...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:13 am
דורך אויס מענטש
ר' איציקל מפשעווארסק פלעגט גיין מיט ווייסע זאקן
און זיין איידעם ר' יענקעלע נישט [היינט די יארצייט}
ר' יענקעלע האט ביי זיך אפגעמאכט אז ווען ער ווערט 80 יאר
טוט ער זיך אן ווייסע זאקן
ויהי כן בבוקר פון זיין 80 יום הולדת האט ער אנגעטון ווייסע זאקן,
זיין איידען ר' ברוכל כהנא קומט אריין און זעהט זיין שווער מיט די ווייסע זאקן
פרעגט ער אים, יעדער דארף וויסן אז דער שווער איז געווארן 80 יאר?!
{ר' יענקעלע האט זייער מורא געהאט מעינא בישא}
און ער האט דאס אויסגעטון, און צוריק געגאנגען מיט די שווארצע זאקן עד יומו האחרון
וכן נוהג אחריו בנו ר' לייבוש